בלאט 46 פון 50
נשלח: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 6:00 pm
דורך ונבנתה העיר
לעצטענס האבן זיי געשריבן איבער די סיפור הידוע מיט ארסאן וועלס.
כ'פארשטיי אז זיי קענען נישט מאריך זיין בשבחו, אבער למען ידע דור אחרון, דארף מען זאגן אז וועלס איז מן הסתם געווען דער געלונגענסטער פערזאן פונעם פארגאנגענעם יאר-הונדערט.
דא דערציילט ער אן אינטערעסאנטער עפיזאד, ווען ער האט זיך געטראפן מיט טשורטשיל אוןן היטלער.
--------
אויפן פסח דעקל זע איך אז זיי באשרייבן וואשינגטאנ'ס שפיאנאזש רינג.
ס'איז דא אויף דעם א געוואלדיגער טי ווי סעריע, Turn: Washington's Spies.
נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:46 pm
דורך קאצקע ציקער
[tag]ונבנתה העיר[/tag]
פיינע ארטיקל געווען!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 18, 2021 9:04 am
דורך [NAMELESS]
קאצקע ציקער האט געשריבן:[tag]ונבנתה העיר[/tag]
פיינע ארטיקל געווען!
געקויפט דעם מאמענט צוליב די תגובה! שכויעח קאצקע!
נשלח: זונטאג אוגוסט 29, 2021 8:43 am
דורך hershy.
someone with a few pdf from the moment
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 12:29 am
דורך תנא קמא
שוין לאנג נישט געקויפט מאמענט, יעצט געקויפט נישט צו גלייבן וואס זיי האבן געמאכט מיט'ן מאגאזין
ר’ יצחק עקשטיין - ביזנעס
נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 7:32 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
אין דער מאמענט אויסגאבע האט ר’ יצחק עקשטיין א ביזנעס קאלום ווי ער שמועסט אויס ביזנעס מעגליכקייטען פון יעדע סארט ביזנעס, דהיינו די מעלות און חסרונות פון עפענען א ביזנעס, יעדע מין ביזנעס מיט זיינע שטארקייטען און שוואכקייטען. און ווי אויך רעכנט ער צאם אויף פעדער און פאפיר די אויסגאבען וואס איז פארהאן כדי צו קענען עפענען דעם געשעפט די הוצאות און לעומת זה די בענעפיטן, ישר כוחו וחילו.
אבער אינטערסאנט, אז ער האט קיינמאל נישט אריינגערעכענט די הוצאה פון "לא יחרץ" וויפיל ס’קאסט אונטערצושמירן דעם רב / רבי איידער’ן עפענען די טויערן פונעם בית מסחר, און נאכדערצו אויב ס’איז א ביזנעס וואס די ארבעטסלאזע קנאים קענען האבן א בייזען אויג דערויף וד"ל. און אויכעט די מזוזה לייגעריי וואס מען דארף אריינלייגען ירקות אינעם רב’ס קעשענע כדי ער זאל איבערלאזן זיינע הייליגע ברכות צו בענטשן דעם ברכת העסק.... און דערנאך פובליצירן די בילדער אין אלע אויסגאבעס.
נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 7:46 am
דורך בן ישי
ער האט אויך נישט אריינגערעכנט די הוצאה פון אשר יצר פאפיר.
נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 7:48 am
דורך זופ מיט מאנדלען
ער האט גראדע דערמאנט אז מען דארף זיך פארשטענדיגן מיטן וועד הצניעות פון קרית יואל ביים שרייבן איבערן רעסטוראנט.
כהאלט פערצופאל אז דער קאלום האט ווייט נישט מיט ביזנעס צוטון, אין מיינע אויגן איז עס א געשמאקע לופטיגע קאלום, ביזנעס זאל מען זיך לערנען אויף די אייגענע בארד.
נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 11:42 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
בן ישי האט געשריבן:ער האט אויך נישט אריינגערעכנט די הוצאה פון אשר יצר פאפיר.
דאס געבן שוין די רעבעס וואס קומען נעמען געלט...
נשלח: מאנטאג אפריל 25, 2022 9:29 pm
דורך נומער5
כוואליעס קאלום אין מאמענט פון ברוך וויינשטאק איז גאר פיין. מיט גוטע נקודות למחשבה
נשלח: זונטאג מאי 01, 2022 2:01 am
דורך berlbalaguleh
דער מאמענט פון די פארגאנגענע וואך (פ' אחרי) ברענגט א בילד ווי א גרויסער אדמו"ר פון אייראפע האט אום חוה"מ געמאכט א פארזאמלונג פון בחורים און גערעדט צו זיי אז זיי זאללן נישט נאכגיין די מאדעס און ווינט פון די גאס. בפרט די טמא'נע כלים ווי סמארטפאונס וכדומה. און דער (העיליגער) אדמו"ר אליין גייט נאך די ווינטן (און מאדעס) פון די גאס. ער האט א הויעכן, 4 שטאקיג שטריימל (או.קעי. נאר 3 1/2 שטאק). ילמדנו רבינו?
נשלח: זונטאג מאי 01, 2022 12:07 pm
דורך פאלגזאם
berlbalaguleh האט געשריבן:דער מאמענט פון די פארגאנגענע וואך (פ' אחרי) ברענגט א בילד ווי א גרויסער אדמו"ר פון אייראפע האט אום חוה"מ געמאכט א פארזאמלונג פון בחורים און גערעדט צו זיי אז זיי זאללן נישט נאכגיין די מאדעס און ווינט פון די גאס. בפרט די טמא'נע כלים ווי סמארטפאונס וכדומה. און דער (העיליגער) אדמו"ר אליין גייט נאך די ווינטן (און מאדעס) פון די גאס. ער האט א הויעכן, 4 שטאקיג שטריימל (או.קעי. נאר 3 1/2 שטאק). ילמדנו רבינו?
What's your point?
טאמער טראגט ער א הויכע שטריימל זאלן די בחורים האבן סמארפאונס?
נשלח: זונטאג מאי 01, 2022 1:43 pm
דורך berlbalaguleh
ניין: אבער ניץ נישט דעם לשון ..."נאכגיין די ווינט פון די גאס"... ווען דו אליינס טוסט דאס זעלבע...! ער וואלט געקענט זאגן אז סמארטפאונס פאר בחורים איז סם המוות. און ס'וואלט געווען אין ארדענונג. פארוואס ניצן ברייטע לשונות ווען ער אליינס האלט נישט דערביי...!
נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2022 1:53 am
דורך berlbalaguleh
לשבחו פון די אויסגאבע פון די פארגאנגענע וואך (פ' נח תשפ"ג). דער אינטערוויו מיט ר' יצחק שלמה בראדי הי"ו איז ממש הארצרייסנד. פאר דעם אליינס האט זיך שוין געלוינט צו ליינען דעם מאמענט...!
נשלח: זונטאג יולי 09, 2023 4:54 am
דורך בן ישי
פנחס גלויבער האט געלייגט א לינק אויב איר ווילט זיך אויפשרייבן אויף זיין ברעקעלעך ליסטע.
bit.ly/brekelech
נשלח: זונטאג יולי 09, 2023 6:36 am
דורך צפוני
ביטע לייג א לינק וואס איז קליקעבל.
א דאנק אייך.
נשלח: זונטאג יולי 09, 2023 8:35 am
דורך הערשער
נשלח: זונטאג יולי 09, 2023 3:49 pm
דורך צפוני
טעינקיו @הערשער
נשלח: דאנערשטאג יולי 13, 2023 3:49 am
דורך בן ישי
בן ישי האט געשריבן:פנחס גלויבער האט געלייגט א לינק אויב איר ווילט זיך אויפשרייבן אויף זיין ברעקעלעך ליסטע.
bit.ly/brekelech
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 26, 2023 10:45 pm
דורך טראמפ 24'
מאמענט אנטשולדיגט זיך פאר חברים
גייט צו דעם אשכול
נשלח: זונטאג אוגוסט 27, 2023 11:45 am
דורך שפילער
מאמענט האט בטעות געלייגט א פרוי.. נו ר"ל
נשלח: זונטאג אוגוסט 27, 2023 12:51 pm
דורך ברייטער גערעדט
יאפ, אויך באמערקט...
כאטשיג ווייס מיר אז ער האט א גוטע שלום בית מיט זיין ווייב. ער גייט שפאצירן..
נשלח: זונטאג אוגוסט 27, 2023 1:13 pm
דורך שפילער
איך האב מורא אז וועגן דעם איז מאמענט אשכול אין אייוועלט פארשפארט ווייל זיי האבן מורא פון די heat פון דעי צוויי זאכן די פרוי און די חברים מחאה...