בלאט 46 פון 214

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג אקטאבער 11, 2015 5:12 pm
דורך גר ותושב
מיר האבן שוין א בראשית מיט פינזען האלץ וואס גייט זיין פון די נעקסטע פרשה

נשלח: זונטאג אקטאבער 11, 2015 7:17 pm
דורך סופר
איך בין א חסיד׳ישער אינדערמאן אין די צוואנציגער יארן, איך ליין שוין קאווע שטיבל פאר א שטיק צייט און איך בין זייער צופרידן פון וואס איך טרעף דא. איך בין זייער א פארנומענער מענטש בדרך כלל און עס קומט מיר נישט אויס צו שרייבן אפט, אבער איך גלייך צו שרייבן און פון צייט צו צייט שרייב איך מיר אפ מיינע דיעות אויף פארשטויבטע פיילס אין מיין קאמפיוטער, אלזא האב איך באשלאסן צו ארויף שטעלן מיינע ארטיקלען פארן פובליקום ווען איך וועל שרייבן דאס קומענדיגע מאל.

נשלח: זונטאג אקטאבער 11, 2015 7:18 pm
דורך פעטער מש
איך ליין שוין ק''ש א לאנגע צייט און אפטמאל האב איך תגובות און מיינונגען אבער היות ווי איך בין נישט א רעגעסטירטער קאן איך דאך נישט, און ס'קוועטשט מיר ווייל ס'בלייבט אין בויך, האב איך אפגעמאכט אז ס'איז שיון העכסט צייט זיך אהער שטעלן ווי א מענטש צווישן חכמים אז מיין מיינונג זאל אויך ווערן געהערט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 1:51 pm
דורך Sol
I'm a 20 year old man I was looking for thinks to keep me busy in a few times so I'm choosing
קאווע שטיבל
also I'm looking for a spot to express my filings and optimize the crazy world

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 2:10 pm
דורך moshekohnny
פיינער שטילער טייערער איידעלער בא'טעמ'טער וואוילער סאפער ספעשיל אינגערמאן וואס האט ליידער פארלוירן זייער א גוטע זשאב און זוכט וואס צו טון איבערן טאג און זיין ביזי (סאטמאר-נייטרא אינגערמאן)

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 2:19 pm
דורך גלויבער
איך האב זייער ליב צו ליינען נייעס און צימעס פון קאווע שטיבל, איך בין נישט קיין גרויסע שרייבער אבער אמאל וויל איך צולייגן עפעס א ווארט דא דארט, איך בין 33 יאר אלט, איך באלאנג נישט צו קיין איין חסידות דערווייל.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 2:35 pm
דורך דער געוואגטער יונגעל
אויב מאנכע וואס קומען אריין מיטן חשבון פון תורה ביזנעס און פאעזיע טרעפן זיך סאמ-האו זיך באדן בגללי חם, שטעלט אייך פאר איינער וואס קומט בלויז לשם צימעס.

עני האו, שלום עליכם.
אבער איין טובה, ביטע נישט ניקלעשבורג.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 4:33 pm
דורך עדות
ס'שייך? עדות לישראל. מיר זענען אלע געווען ביים מתן תורה און מיר זענען עדות. כ'בין עדות.

שוין. 160 אותיות?

נאכאלצנישט?! כ'קען נישט רעדן. לא איש דברים אנכי. כ'בין סטעידזש-פרייד (נישט צו פארטוישן מיט פרענטש פרייס...)

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 2:16 pm
דורך יהושפט קליין
עס איז נישט עפעס א מעדזשער דעסיזשען, איך האב געוואלט שרייבען, און צי שרייבן ברויך מען צי מאכען א ניק, דעטס אבאוט איט, עס איז אינטערעסאנט צי ליינען נייעס אויף א אופן פין א שמועס נישט סתם א נייעס וועבסייט, וכו'

נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 5:20 pm
דורך טמיר
א גוט יאר, מיין נאמען איז טמיר ונעלם", אבער כדאי נישט צו באמוטשענען דעם עולם, וועל איך זיך ריפן בלויז מיט מיין ערשטע נאמען "טמיר". עס איז מיר אן איבעראשונג צו טרעפן דא הויעך טאלאנטפולע מענטשן; שרייבערס, סייענטיסטן, מאטעמאטיקער, און וואס נישט. באמת בין איך נישט ראוי צו זיין א מעמבער אין אזא חבורה, אבער עס שטייט דאך הוה זנב לאריות.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 12:23 pm
דורך בנימין
שלום עליכם!
איך בין א היימישער אינגערמאן וואס איז אינטערעסירט צו פארברייטערן מיינע ידיעות. לויט ווי כ'האב געהערט איז "קאווע שטיבל" די פאסיגע פלאץ פאר דעם. איך וועל פרובירן מיטצוטיילן מיט אייך מיינע געדאנקען, און הערן פון אייך אייערע באקאנטשאפטן.
איך האף אז איך וועל הנאה האבן פון אייך, און די זעלבע איר פון מיר.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 12:24 pm
דורך בחצר הקודש
מיינע פלענער זענען צו שרייבן פעברענגן געשמאק מיט חכמים ונבונים, מיטן אלטען פייף, א בחינה פין כל המקדש אדעתא דרבנן מקדש, וכן מי שאמר לחומץ ידליק, אהדא הוא דכתיב והיה לבשר אחד

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 12:43 pm
דורך שמעקעדיג
בנימין האט געשריבן:שלום עליכם!
איך בין א היימישער אינגערמאן

שלום. א קרוב צו בענדזשאמין פרענקלין?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 12:44 pm
דורך שמעקעדיג
בחצר הקודש האט געשריבן:מיינע פלענער זענען צו שרייבן פעברענגן געשמאק מיט חכמים ונבונים, מיטן אלטען פייף, א בחינה פין כל המקדש אדעתא דרבנן מקדש, וכן מי שאמר לחומץ ידליק, אהדא הוא דכתיב והיה לבשר אחד

איך ווייס נישט פארוואס איך לאך :lol: :lol:

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 1:59 pm
דורך בנימין
שמעקעדיג האט געשריבן:
בנימין האט געשריבן:שלום עליכם!
איך בין א היימישער אינגערמאן

שלום. א קרוב צו בענדזשאמין פרענקלין?

עליכם שלום. ווען ער קען מיר געבן עטליכע פון זיינע באנקנאטן וואלט איך שוין זיכער געמאכט צו ווערן א קרוב :D

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 2:33 pm
דורך שמעקעדיג
איך רעד פון אונזער ניק.....

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 3:57 pm
דורך ריכטיג
בחצר הקודש האט געשריבן:מיינע פלענער זענען צו שרייבן פעברענגן געשמאק מיט חכמים ונבונים, מיטן אלטען פייף, א בחינה פין כל המקדש אדעתא דרבנן מקדש, וכן מי שאמר לחומץ ידליק, אהדא הוא דכתיב והיה לבשר אחד

איר זענט אפשר הרב מאטל זילבער??

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 6:28 pm
דורך שטיינער
איך בין שוין א ליינער זייט די גרונדינג פונעם פארום, הגם עס איז מיר שווער צו שרייבן שפיר איך אסאך מאל ווי איך וויל עפעס צולייגן, אבער געווענליך דעמאלטס האב איך נישט די צייט אין מעגליכקייט אריינצושרייבן, האב איך איצט גענומען דעם קוראש, אין האפענטליך וועל איך אין די חברים דא מער הנאה האבן פון די מעמבער בענעפיטן.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 8:52 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
בחצר הקודש האט געשריבן:מיינע פלענער זענען צו שרייבן פעברענגן געשמאק מיט חכמים ונבונים, מיטן אלטען פייף, א בחינה פין כל המקדש אדעתא דרבנן מקדש, וכן מי שאמר לחומץ ידליק, אהדא הוא דכתיב והיה לבשר אחד


שלום עליכם וועלקאמין הערע

לאמיר שוין הערן דער אלטע פייף........

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 1:33 pm
דורך gabbi
איך האב ליב צו ליינען און פארשטייט זיך צו צוגעבן מיינע געדאנקן אויף פארשונגען און ספעקולאציעס.

האב זייער ליב צו ליינען וועלטליכע נייס.

היסטאריע איז מיין באליבסטער טאפיק.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 28, 2015 2:01 pm
דורך געוואלדיג
ברוכים הבאים, וועמענס גבאי? אויב מעג מען פרעגן

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 3:04 pm
דורך אוריאל
א גוטן איך הייס....(אוריאל).. א פלעינע כולל יונגערמאן וואס האט נישט צופיל וואס צו טון מיטן לאנגן טאג און איך האב געטראפן דאס פלאץ און "קאווע שטיבל" זיך אויסצושמועסן אביסל איבער וועלטליכע און איך האף יעדער העט זיין צופרידן.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2015 4:26 pm
דורך טמיר
אוריאל האט געשריבן:א גוטן איך הייס....(אוריאל).. א פלעינע כולל יונגערמאן וואס האט נישט צופיל וואס צו טון מיטן לאנגן טאג און איך האב געטראפן דאס פלאץ און "קאווע שטיבל" זיך אויסצושמועסן אביסל איבער וועלטליכע און איך האף יעדער העט זיין צופרידן.

די הודעה איז ספעציעל געאייגענט פאר דיך.
viewtopic.php?p=306078#p306078

אויב די האסט social skills די קענסט דיך באפריינדען מיט מענטשן.

ווען דו האסט א איבעריגע שעה צוויי כאפ דיך אריבער, קלאפ איין, שמיר אונטער אפאר טאלער (די בעה"ב וועט דאס באצאלן) און די קענסט דיך אויפבויען א שיינע קאריער. ווען די וועסט "מוזען" וועסטו שוין נישט קענען אויספרואווען די זאכן, וועסט דארפן נעמען א 9-5 דזשאב.

איר הערט? אם חכמה אין כאן זקנה יש כאן.