בלאט 46 פון 94
נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 11:08 am
דורך רויטע וואנצעס
טראמפ פארלירט כעת 42 צו 47 פאר קלינטאן, און 40 צו 49 פאר סענדערס. כ'גלייב שווער ער וועט געווינען די זשענעראל, אבער ס'איז א לאנגע צייט ביז אהין.
נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 11:12 am
דורך שבת אחים
ליפא האט געשריבן:אויף מיין אחריות ער גייט נישט זיין דער נאמעני
און איך זאג אז ער גייט זיין דער נעקסטער פרעזידענט אויף די יונטייעד סטעיטס. ונזכה ונחי׳ ונראה!
נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 11:35 am
דורך שמעקעדיג
און איך זאג אז קיינער ווייסט נישט וואס גייט זיין מארגן, און הערט זיך אויף צו בארימען מיט ענקערע ברייטע אחריות'דיגע פלייצעס......
נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 11:44 am
דורך פרייוויליג
דאס איז איינמאל זיכער אז אויב געווינט טראמפ די נאמעני און פארלירט די אלגעמיינע וואלן, גייט ער ווערן די מערסט פארהאסטע מענטש ביי די רעפאבליקאנער. זיך צוריסן מיט א וועלט, און פון שטאט ארויסגעווארפן. דאס איז טראמפ'ס פראגע פון לעבן אדער טויט. הערט גוט וואס איך זאג אייך.
נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 1:10 pm
דורך שבת אחים
שמעקעדיג האט געשריבן:און איך זאג אז קיינער ווייסט נישט וואס גייט זיין מארגן, און הערט זיך אויף צו בארימען מיט ענקערע ברייטע אחריות'דיגע פלייצעס......
אמת קיינער קען נישט וויסן וואס ס׳גייט זיין אבער איך זאג עס געבעיסט אויף סענדארס פאפיולערטי וואס פארט ארויף יעדען טאג!. קוק ווען ער האט אנגעהויבן האט ער געהאט קוים אפאר פראצענט אין די פאולס און קוק ווי שטארק ער האט זיך ארוחפגעארבעט און ווי שטארק ער איז געוואקסן! איך בין זיכער אז די עווערידזש אמעריקען וועט וויילן פאר סאנדערס איינמאל זיי באקענענן זיך מיט אים און זיי הערן זיין מעסעדזש און זיין רעקארד! דער פראבלעם איז נאר אז רוב אמעריקאנע זענען נישט אריינגעטוהן אין פאליטיקס און זיי ווייסן נישט וואס טוט זיך,אבער איינמאל זיי הערן וואס סענדארס שטייט פאר און וואס ער שטיצט וועלן זיי וועלן פאר אים! ספעציעל אז קלינטאן איז א פאלשע און אינטערגעציפטע אומבחנטע פאליטישאן וואס אירע אייגענע מענטשען וואס ארבעטן פאר איר זאגן אז זי איז סעלפיש און א אויסערדעווענטליכע ב**ש,און זי איז ארומגענומען מיט סקאנדאלן פון אלע זייטן. זי פארלירט יעדען טאג מעהר און מעהר די שטיצע פון די דעמעקראטן און די לינקע באזע און די רעכטע האבן שוין מיט איר א אלטע חשבון און זיי האבן צו איר גאר א אלטע שנאה אלזא גייט זי נישט קענען דורכמאכן די וויילן ווען זי כאפט פון אלע זייטן סיי פון די רעכטע לאגער און סיי פון די לינקע לאגער! ס׳איז אוממעגליך! אמאל האט זי כאטשיג געהאט די שטיצע פון די לינקע. און איינמאל סענדארס גייט געוואונען די דעמקראטישע נאמינאציע גייט ער שפאצירן צו די ווייסע הויז ווייל די רעפובליקאונס האבן נישט קיין איין נארמאלע קאנדידאט! דאס איז מיין חשבון!
נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 1:46 pm
דורך שבת אחים
איך בין יעצט אין רינא נעוועדא קאמפיינען פאר סענדארס און איך רעדט כסדר מיט הילערי שטיצער, און איך קען זעהן ווי גרינג ס׳איז זיי צו טוישן זייער מיינונג! זיי שטיצן הילערי ווייל זיי ווייסן נישט עפעס אנדערש די קלינטאן׳ס האבן א שטארקע אנארקענונג ביי די ספאנישע און שווארצע אבער איינמאל מ׳איז זיי מסביר און מווייזט זיי פאקטן טוישן זיי זייער שנעל זייער מיינונג משא״כ בערני שטיצער גייען גאגא פאר אים!
פארשטייסט [tag]שמעקעדיג[/tag]?
נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 1:51 pm
דורך ליפא
וועלכע פאקטן ווייזטו זיי?
נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 1:54 pm
דורך שבת אחים
ליפא האט געשריבן:וועלכע פאקטן ווייזטו זיי?
וואס קלינטאן איז געשטאנען פאר אלע יאהרן און וואס בערני איז געשטאנען פאר אלע יאהרן! בערני האט א גאלדענע רעקארד פון פייטן פאר די ארימע און אימיגראנטן!
נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 2:03 pm
דורך ישראל קאפקע
שבת אחים האט געשריבן:איך בין יעצט אין רינא נעוועדא קאמפיינען פאר סענדארס און איך רעדט כסדר מיט הילערי שטיצער, און איך קען זעהן ווי גרינג ס׳איז זיי צו טוישן זייער מיינונג! זיי שטיצן הילערי ווייל זיי ווייסן נישט עפעס אנדערש די קלינטאן׳ס האבן א שטארקע אנארקענונג ביי די ספאנישע און שווארצע אבער איינמאל מ׳איז זיי מסביר און מווייזט זיי פאקטן טוישן זיי זייער שנעל זייער מיינונג משא״כ בערני שטיצער גייען גאגא פאר אים!
פארשטייסט [tag]שמעקעדיג[/tag]?
Democratic candidates Fav/UnFav (Net) Nationally:
Sanders 82/6 (+76)
Clinton 74/21 (+53)
@QuinnipiacPoll T
נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 2:06 pm
דורך געוואלדיג
שבת אחים האט געשריבן:איך בין יעצט אין רינא נעוועדא קאמפיינען פאר סענדארס
נו אפשר לכה"פ פון דארט ברענג אונז לעבעדיגע באריכטן, און אינטערוויוס מיט איהם אדער לכה"פ מיט געוויסע הויפט קאמפיין אנפירער.
נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 2:20 pm
דורך שבת אחים
געוואלדיג האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:איך בין יעצט אין רינא נעוועדא קאמפיינען פאר סענדארס
נו אפשר לכה"פ פון דארט ברענג אונז לעבעדיגע באריכטן, און אינטערוויוס מיט איהם אדער לכה"פ מיט געוויסע הויפט קאמפיין אנפירער.
מערצעשעם
נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 2:30 pm
דורך גאנצל
לויט ווי ס'קוקט יעצט אויס גייט נאך ס.ק. זיך אויסקלארן די מצב ביי די רעפאבליקענס און די 3 שטארקסטע קאנדידאטן גייען זיך פארשערקערן אינגאנצן און ס'וועט דוערן אפשר נאך צוויי סטעיטס אפשר און קעסיק בוש און קארסאן גייען פארשטיין דעם רמז און סאסאפענדן די פייט גייט עקשאלי בלייבן צווישן רוביא און טראמפ וואס דעמאלט גייט טראמפ פאלן און אין די זעלבע צייט גייט קלינטאן זיך פארשטארקערן אין די קומענדיגע פאר סטעיטס און מיט די הילף פון אירע סיקרעט סערוויס הנקרא dnc גייט זי ארויספירן סענדערס ווי שנעלער און די זשאוק גייט זיך ענדיגן
נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 2:32 pm
דורך ליפא
The governor of SC nikki haley just announced her endorsement for Rubio
נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 2:37 pm
דורך גאנצל
גוטע נייעס: מאכט שמעלער דעם רעיס
נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:25 pm
דורך שבת אחים
גאנצל האט געשריבן:לויט ווי ס'קוקט יעצט אויס גייט נאך ס.ק. זיך אויסקלארן די מצב ביי די רעפאבליקענס און די 3 שטארקסטע קאנדידאטן גייען זיך פארשערקערן אינגאנצן און ס'וועט דוערן אפשר נאך צוויי סטעיטס אפשר און קעסיק בוש און קארסאן גייען פארשטיין דעם רמז און סאסאפענדן די פייט גייט עקשאלי בלייבן צווישן רוביא און טראמפ וואס דעמאלט גייט טראמפ פאלן און אין די זעלבע צייט גייט קלינטאן זיך פארשטארקערן אין די קומענדיגע פאר סטעיטס און מיט די הילף פון אירע סיקרעט סערוויס הנקרא dnc גייט זי ארויספירן סענדערס ווי שנעלער און די זשאוק גייט זיך ענדיגן
שטותים מיט הבלים! סיקרעט סערוויס מיט dnc קענען זיך אינטערווישן אויב קלינטאן קומט נישט אויף מיט די וואוטס זיי גייען נישט גייען קעגן די מענטשען אויב יא גייט זיין צרות. חוץ מזה האסט פארגעסן אז הילערי האלט פאר א אינדייטמענט אזש אז געוויסע הויכראניקיגע דעמעקראטן און געוועזענע אבאמא אפישעאולס רופן שוין פאר איר רעזיגנאציע!
נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:36 pm
דורך געוואלדיג
שבת אחים האט געשריבן:הילערי האלט פאר א אינדייטמענט אזש אז געוויסע פון די אבאמא אדמינסטראציע רופט שוין פאר איר רעזיגנאציע!
מקור?
נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:43 pm
דורך שבת אחים
געוואלדיג האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:הילערי האלט פאר א אינדייטמענט אזש אז געוויסע פון די אבאמא אדמינסטראציע רופט שוין פאר איר רעזיגנאציע!
מקור?
דא האסטו קודם Michael Flynn א געוועזענע אבאמא אפישעאל, ס׳איז דא נאך. איך וועל עס אויפזוכן שפעטער
http://www.thepoliticalinsider.com/obam ... ary-email/http://rare.us/story/former-obama-offic ... -decision/
נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:59 pm
דורך גאנצל
אין אייאווע האט די dnc געלאזט בערנין זיך אונטערווישן
הער מיך אויס אונז זען מיר אין אין א הייסע פייט קלינטאן גייט נישט אויפגעבן אזוי שנעל זי גייט טראגן די פייט ביז'ן קאנווענשאן זי איז נאך גענוג שטארק און די די ען סי מיט זייערע דוירטי טריקס גייען זיכער מאכן די נאמענאציע פאר איר
נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 4:31 pm
דורך שבת אחים
GREEN: EX-GOLDMAN SACHS PARTNER CALLS CLINTON’S WALL ST. SPEECHES ‘GOLDMAN HANDCUFFS’
https://grabien.com/story.php?id=48793
נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 4:32 pm
דורך שבת אחים
גאנצל האט געשריבן:אין אייאווע האט די dnc געלאזט בערנין זיך אונטערווישן
הער מיך אויס אונז זען מיר אין אין א הייסע פייט קלינטאן גייט נישט אויפגעבן אזוי שנעל זי גייט טראגן די פייט ביז'ן קאנווענשאן זי איז נאך גענוג שטארק און די די ען סי מיט זייערע דוירטי טריקס גייען זיכער מאכן די נאמענאציע פאר איר
עימער זיך איבערצייגן!
נשלח: מיטוואך פעברואר 17, 2016 4:37 pm
דורך שבת אחים
אויב ווילסטו הערן מיין פראדיקשאון Debbie וואסערמאן שולץ פאזיציע אין די DNC גייט קומען צו א ענדע גאנץ בקרוב! זי גייט פליען פון דארט העיד פירסט!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 11:09 am
דורך ישראל קאפקע
הילערי, דזשעב, טראמפ און סאנדערס קאמיוניקירן מיט עיליענס...
This is the only video that should be in the time capsule to explain the 2016 presidential election for the aliens.
https://t.co/6xN3OwA8d3

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 3:59 pm
דורך שבת אחים