בלאט 47 פון 213

נשלח: פרייטאג יולי 12, 2013 10:40 am
דורך לעמיל
א מעשה פון מאחורי

נשלח: מוצ"ש יולי 13, 2013 11:35 pm
דורך קעגן די נעט
איז דער קראלע רבי פון ווילימסבורג א משפחה קרוב מיט הרב יואל מסאטמאר זצ"ל? ער געווען קראלי רב אינדערהיים

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 12:43 am
דורך הוגה
פארוואס ווען איינער שרייבט מיט נקודות ווערן די שורות פארקערט אויף מיין ענדרויד סעלפאון, און איך קען עס נישט ליינען? ווי אזוי קען איך פארעכטן דער פראבלעם?

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 1:25 am
דורך שמעקעדיג
דו נוצט נאך א אלטע ווערסיע פון אנדרויד, לכאורה גינגערברעד (ווערסיע 3.6) אדער למטה בקודש,
דו מוזט אפגרעידן צו אייזקריעם סענדוויטש (ווערסיע 4.0) אדער העכער וועט דער פראבלעם פארשוואונדן ווערן.

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 1:54 am
דורך הוגה
שמעקעדיג האט געשריבן:דו נוצט נאך א אלטע ווערסיע פון אנדרויד, לכאורה גינגערברעד (ווערסיע 3.6) אדער למטה בקודש,
דו מוזט אפגרעידן צו אייזקריעם סענדוויטש (ווערסיע 4.0) אדער העכער וועט דער פראבלעם פארשוואונדן ווערן.


איך האב זייער ליב אייז קרים סענדוויטש, אפילו פלעין אייז קרים איז אויך גוט... ווי אזוי אפגרעיד מען? וועט זיך אלעס אויסמעקן פון מיין טעלעפאון ווען איך טו עס?

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 11:18 am
דורך berlbalaguleh
קעגן די נעט האט געשריבן:איז דער קראלע רבי פון ווילימסבורג א משפחה קרוב מיט הרב יואל מסאטמאר זצ"ל? ער געווען קראלי רב אינדערהיים

דער קראלער רב פון וויליאמסבורג שטאמט פון די ספינקער גזע (ר' אביש). דאס האט מיט די סיגעטער גזע גארנישט, חוץ מחלוקת.

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 11:40 pm
דורך משה געציל
איך וויל וויסן פארוואס עס באדערט מיר אזוי אז כ'בין נישט דורכגעפארן ניו דזשורסי נעמען געז, איך בין דאך נישט געפארן דארט ווייל די וועגען זענען געווען באקאקט בלשון נקיה, נא פאר די פינעף דאללער זיצן א עקסטערע שטונדע אין טרעפיק? פארוואס פאר א גוט יאר שפיר איך ווי איך האב דערלייגט א מיליאן דאללערדיגן דיל?

מוז דרינגעד וויסן

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 12:00 am
דורך קעגן די נעט
שאלה: איך פארמאג אן אמעריקאנער מיני ווען 10 יאר אלט און די גאז זייגער האט אויפגעהערט ארבייטן, דארף איך וויסן צו דאס וועט אויך אפעקטן דאס לעקטער פאמפ סימבאל וואס צינט זיך אן ווען דאס טאנק ווערט ליידיג? אויב ארבייט דאס ווייטער מוז איך נישט פיקסן דעם גאז גאדזש

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 12:06 am
דורך געפילטע פיש
קויף דיר א פלעשל גאז, האלט עם אין טראנק על כל צרה שלא תבא, און פאר ביז די לעמפל צינדט זיך אן, אדער ביז די קאר שטעלט זיך אפ.

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 12:07 am
דורך קעגן די נעט
מיט איין פלעשל קען איך נישט איינשטעלן און בכלל איז נישט געזונט פאר אזא אלטן ווען אויסצוגיין פון גאז, ס'שעדיגט דעם ענדזשין

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 12:53 am
דורך געפילטע פיש
אויב אזוי ווייס איך נישט וואס צו זאגן, פרעג א מעכאניקער.

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 2:09 am
דורך הערשי
צו ווייסט איינער אויב אן אראנדזש קלאון היטל באצייכענט א העליקאפטער לאנדונגס ארט?

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 7:19 am
דורך שמעקעדיג
@ קעגן די נעט, ע"פ רוב וועט עס שעדיגן ביידע, דער ווייניג גאז ווארענונג קומט פון זעלבן מקור ווי דער ווייזערל.
@ געפילטע, זיך ארומצודרייען אין אויטא מיט א פלעשל גאז קען זיין א סכנה און איז נישט רעקאמענדירט.

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 10:07 am
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:@ קעגן די נעט, ע"פ רוב וועט עס שעדיגן ביידע, דער ווייניג גאז ווארענונג קומט פון זעלבן מקור ווי דער ווייזערל.

אודאי, זיי נוצן ביידע די זעלבע סענסער, די שאלה איז נאר אויב די זייגערל איז צובראכן.
שמעקעדיג האט געשריבן:@ געפילטע, זיך ארומצודרייען אין אויטא מיט א פלעשל גאז קען זיין א סכנה און איז נישט רעקאמענדירט.

נישט געוויסט, אפילו די הערמאטיש פארמאכטע רויטע עמער? זאג דאס פאר אלע חבירים מעמבערס.

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 10:15 am
דורך שמעקעדיג
די חבירים מעמבערס טראגן עס נישט כסדר ארום מיט זיך, נאר ווען עס איז נויטיג נעמט עס ארויס פונעם אוצר הגעזאלין פאר א קורצע שטרעקע.

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 10:17 am
דורך שמעקעדיג
איך וויל וויסן פארוואס די 'קלי צום' וויטאמינען קאסטן אזוי ביטער טייער, 12 דאלער פאר א פעקל פון צוויי טאבלעטן?
די טייערסטע וויטאמינען קאסטן בערך 20-30 א באטעלע פון בערך 100-200 טאבלעטן. וואס ליגט אזויפיל באהאלטן אין די קלי צום אז עס קאסט אזויפיל (חוץ די צענדליגער אדווערטייזמענטס)?

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 12:46 pm
דורך קעגן די נעט
געפילטע פיש האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:@ קעגן די נעט, ע"פ רוב וועט עס שעדיגן ביידע, דער ווייניג גאז ווארענונג קומט פון זעלבן מקור ווי דער ווייזערל.

אודאי, זיי נוצן ביידע די זעלבע סענסער, די שאלה איז נאר אויב די זייגערל איז צובראכן.

נו איך האב דאך קלאר ארויסגעשריבן אז מיין גאז זייגער איז צובראכען

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 12:53 pm
דורך געפילטע פיש
דו ווייסט נישט אויב די זייגער איז צובראכן אדער די סענסער איז צובראכן. דו זעסט פיזיקאל דעמעדזש אויפן זייגער?

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 1:02 pm
דורך קעגן די נעט
אה יעצט פארשטיי איך. נישטא פיזיקאל דעמעדזש ניין, אבער שוין א וואך צייט וואס ס'שטייט אויף איין פלאץ

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 4:25 pm
דורך Big Boy
שמעקעדיג האט געשריבן:איך וויל וויסן פארוואס די 'קלי צום' וויטאמינען קאסטן אזוי ביטער טייער, 12 דאלער פאר א פעקל פון צוויי טאבלעטן?
די טייערסטע וויטאמינען קאסטן בערך 20-30 א באטעלע פון בערך 100-200 טאבלעטן. וואס ליגט אזויפיל באהאלטן אין די קלי צום אז עס קאסט אזויפיל (חוץ די צענדליגער אדווערטייזמענטס)?


Because fasting is something that some people (mostly women) fear, and the company knows these people will pay whatever price they're asked to pay. Also, because it's an item that only sells a few times a year. If they will charge a few cents for it, they'll never see back the money they invested in producing the item.

נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 8:56 pm
דורך boxcover
שמעקעדיג האט געשריבן:@ געפילטע, זיך ארומצודרייען אין אויטא מיט א פלעשל גאז קען זיין א סכנה און איז נישט רעקאמענדירט.

זיך ארומצודרייען אין אויטא מיט א פלעשל גאז קען זיין א סכנת גילו!

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 9:22 am
דורך boxcover
שמעקעדיג האט געשריבן:די חבירים מעמבערס טראגן עס נישט כסדר ארום מיט זיך, נאר ווען עס איז נויטיג נעמט עס ארויס פונעם אוצר הגעזאלין פאר א קורצע שטרעקע.

אייגענטליך, די חברים מעמבערס האבען נישט קיין רינענדיגע גאזעלין, נאר א טרוקענע שטויב וואס ווערט גאזעלין (כ׳ווייס נישט וויאזוי).

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 9:27 am
דורך atmybest
איך וויל וויסן וויפיל ניקס האלטן אז איך בין די בעסטע שרייבער אין קאווע שטיבל.