בלאט 47 פון 214

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 9:39 pm
דורך shtriemel
נער הייתי וגם זקנתי. ליידער האב איך דערגאנגען דעם סוד השנים עשר פונם אבן עזרא, וכדי בזיון וקצף. מיין שאיפה דא איז ללמוד מער ווי ללמד. אולי יחוס על עני ואביון - עניי הדעת. טאמער בין איך נישט גערעכט זאלען מיר זיין א מגיד יושר מול מליצי פשע.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 10:53 pm
דורך טעכניש
די מעשה מיט מיר איז אזוי:
איך ליין אפט קאווע שטיבל און/אבער איך האב א פראבלעם ,
אז איך קען נישט שרייבן מיין מיינונג (וואס איך האלט אז אסאך וואלטן הנאה געהאט דער
פון)דערפאר בין איך אויפגעקומען מיט א מוראדיגע געדאנק, זיך איינצושרייבן, און דעס איז וואס איך האב יעצט געטוען!

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 31, 2015 11:57 pm
דורך ריכטיג
shtriemel האט געשריבן:נער הייתי וגם זקנתי. ליידער האב איך דערגאנגען דעם סוד השנים עשר פונם אבן עזרא, וכדי בזיון וקצף. מיין שאיפה דא איז ללמוד מער ווי ללמד. אולי יחוס על עני ואביון - עניי הדעת. טאמער בין איך נישט גערעכט זאלען מיר זיין א מגיד יושר מול מליצי פשע.

אויב דו האלטסט שוין נאכן תירוץ פארוואס זוכסטו נאך צו לערנען?

אויכעט אויב איך קען דיר בעטן זיך איינצוהאלטן פון שרייבן שבת דא, א דאנק.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:02 am
דורך שבת אחים
shtriemel האט געשריבן:נער הייתי וגם זקנתי. ליידער האב איך דערגאנגען דעם סוד השנים עשר פונם אבן עזרא, וכדי בזיון וקצף. מיין שאיפה דא איז ללמוד מער ווי ללמד. אולי יחוס על עני ואביון - עניי הדעת. טאמער בין איך נישט גערעכט זאלען מיר זיין א מגיד יושר מול מליצי פשע.

[tag]Shtreimel[/tag] לויט דיין שרייבן קוקט מיר אויס ווי איר זענט די באקאנטע ׳שטריימל בלאוגער׳ פון די אמאליגע גיטע צייטן, צו ס׳איז יא צו ס׳איז נישט אלעפאנס יהי בואך לברכה ולהרמת קרן השטיבל.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:17 am
דורך shtriemel
ריכטיג האט געשריבן:
shtriemel האט געשריבן:נער הייתי וגם זקנתי. ליידער האב איך דערגאנגען דעם סוד השנים עשר פונם אבן עזרא, וכדי בזיון וקצף. מיין שאיפה דא איז ללמוד מער ווי ללמד. אולי יחוס על עני ואביון - עניי הדעת. טאמער בין איך נישט גערעכט זאלען מיר זיין א מגיד יושר מול מליצי פשע.

אויב דו האלטסט שוין נאכן תירוץ פארוואס זוכסטו נאך צו לערנען?

אויכעט אויב איך קען דיר בעטן זיך איינצוהאלטן פון שרייבן שבת דא, א דאנק.

ריכטיג, נישט די גאנצע וועלט זיינען אמעריקאנער. כ'האב נישט געשריבען ווען דא איז געווען שבת.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 am
דורך געוואלדיג
איני מבין, עס שטייט אז איהר האט געשריבן 9:39 ווען דא איז שוין לאנג נישט געווען שבת, ותימא הוא בעיני

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:34 am
דורך shtriemel
אין ניו יארק איז געווען שבת. דאהי איז שוין געווען נאך ר"ת!

Sent from my A0001 using Tapatalk

נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:38 am
דורך געוואלדיג
9:39 איז שוין אין ניו יארק אויך נישט געווען שבת.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 5:28 am
דורך שבת אחים
געוואלדיג האט געשריבן:9:39 איז שוין אין ניו יארק אויך נישט געווען שבת.


ער רעדט לכאורה פון די תגובה 1:41PM ווען אין ארץ ישראל איז שוין לאנג געוועהן מוצאי.
viewtopic.php?p=307035#p307035

נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:07 pm
דורך רובינסאן
איך בין א ישיבה בחור וואס איז אינטערעסירט אין אפ ענבר דיונים בעיניני תורה חסידות און היסטאריע. אלץ ליובאוויטשער חסיד, עס אינטערעסירט מיר זייער די געזעלשאפט פון אנדערע קרייזן וואס איך טרעף נישא אוי א טאג-טעגליכע בייסיס. איך האף אז מיין חברות דא וועד זיי א הנאה פאר מיר און פאר אייך!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:24 pm
דורך וואלווי
נאך יארן לאנג ליינען אין מיטהאלטן די אינהיילסטרייכע פורום'ס אין קאווע שטיבל וואס ברענגען ארויס קריעטיוויקייט פין די שרייבערס אפגעזעהן פין וועלעכע נושא עס איז, וואס איז א געשמאק צי ליינען, אין אז אויך אז דאס געט צי סיי פארן ליינער אין סיי פארן פערזענליכקייט פינעם שרייבער, האב איך מחליט געווען מתי אעשה גם אני לביתי ארויס צי ברענגען לאור עולם מיינע אייגענע גאט געשאנקענע כוחות. עס צים האפן אז עס וועט זיין זה נהנה וזה לא חסר.
הכ"ד א דורך שניטליכער חסידישער יונגערמאן פין די טריי סטעיא עריע

נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:25 pm
דורך im for sell...
איך בין בין זייער פריילעך אז איך קען זיך אנשליסן צי ווערן א חבר אין די פאפעלע סייד "קאווע שטיבל" אין איך האף אז ענק אין אני הקטן וועט אי"ה הנאה האבן ענק פין מיר אין איך פין ענק.....

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 2:14 am
דורך מהיכא תיתי
איך בין א פשוט'ער איד וואס פרובירט אויסצוניצן זיינע טעג מיט מצוות ומעשים טובים. איך האב שטארק ליב צו לערנען. איך האף צו טרעפן אין קאווע שטיבל דורשי חכמה פון וועם איך קען הערן א גוט ווארט אדער געדאנק. איך בין א מקבל האמת ממי שאומרו.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 5:44 pm
דורך חכימא
שלום וברכה צו אלע קאווע טרינקער און ליבהאבער פון איבער די גארער וועלט!

אלס פראפעסיאנאלער קאווע טרינקער (10 יאר אין כולל...) פריי איך זיך צו ווערן א מיטגליד פון דעם באוויסטען און פרעסטיזשפולער "קאוועשטיבל" געזעלשאפט, וועלכער איז ברייט באקאנט איבער דעם אינטערנעץ אלס גאר אן אינהאלטספולער און פראפעסיאנאלער סטאדיום צו טוישן מיינונגען און פובליצירן אייגן-פאבריצירטע ווערק איבער אלע הינזיכטן.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 6:02 pm
דורך דער געוואגטער יונגעל
די באנעמסט א פראפעסיאנאלע און פרעסטיזשפולע איינדרוק.
יהא בואכם לברכה.

מיר קוקן ארויס אויף דיר.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 03, 2015 1:45 pm
דורך חסידים מספרים
איך בין 25 יאהר אלט, און לעצטנ'ס האב איך אנגעהויבן באקומען פון אן אלט'ן פריינד באוויזונגען (לינק'ס) פון זיינע מאמרים נוטפי עסיס וואס זענען געשריבען געווארן אונטער זיין געלונגענער קולמוס דא אונטער דעם אכסניה "קאווע שטיבל", אז אמרתי אזור כגבר חלציך און נעם זיך דו אויכעט זיך אונטער גארטלען צום הייליגע עבודת הק' פון פארשפרייטן ברבים געוויסע פונקטן אין עבודת השי"ת און אזוי אויך סיפרי צדיקים והנהגותיהם בקודש וואס זענען איבערגעגעבען געווארן איש מפי איש ביז דעם רעבין זכותו יגן עלינו אליין'ס.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 11:12 am
דורך דאנעל טראמפף
אוך בין געבוירן א מבקש
און גלייב אזוי וועל איך אויך שטארבען
למעשה אזוי איז עס די דשאב פון א מבקש איז זוכן און אנקומען מער און מער
אזוי ווי די וועלט דריי זיך איבער בנוגע אינטערנעט וכו'
האב אוך מער געזוכט א באשיידן וועב זייטעל וואס וועט מיך נאך אפדעטען מיט די וויכטיגע אינפרמאציע
און אזוי אפ לאזן אלעס אנדרעש

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 11:20 am
דורך mevakesh
אנטשולדיגט א מבקש בין איך נישט דער דאנאלד אלענפאלס יהא בואך לברכה

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 5:17 pm
דורך medic
עס קומען צו גיין קאלטע טעג, איך זוך א באקוועמע געהייצטע פלאץ מיט ווארעמע קאווע, מיט געשמאקע קאמפעני צו פארברענגען, מיינונגען צו לאזן לופטערן, און הערן וואס אנדערע חכמי הדור האבן צו זאגן, קענען ציען שיינע דיאלאגן, רואיגערהייט פרעגן מיינע פראגן, און ערווארטן רואיגע ענטפערס מצד די חברים אין קאפע הויז, איך קוק שוין ארויס אויף די מינוטן.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2015 10:00 am
דורך חנווני
א פשוטע איד בין איך, איך דריי זיך שוין דא א שטיק צייט און ס'ווילט זיך מיר קאמענטירן עטליכע מאל אויך פארשידענע ענינים. ווי אויך גלייך איך עטליכע מקצועות וואס ווערט דא דורך געשמועסט, איז אטא דא בין איך. און ס'איז צום האפן אז איר וועט הנאה האבן מיר דאדורך וועל איך פון אייך הנאה האבן.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 09, 2015 4:16 pm
דורך Explorer
I'm a heimisha yingermon who found out about kaveshtiebel relatively not too long ago and i just love the people here, i love their values.intelligence & humor. maybe with time i will have something to add

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 6:11 pm
דורך yiddy1425
I live in Lakewood
and made a healthy transition from chassidis to litvakisim,
i am great writer and writing is the window to my soul
i love music when i cant dance i sing and when i cant sing i hum a tune

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 6:14 pm
דורך רימון
I am a great writer as well...