בלאט 48 פון 110

נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 11:56 am
דורך שעפטל
בד"ה: מרת דרעזיל ע"ה (בת ר' מרדכי אליעזר) אשת הרה"ח ר' ישראל מאיר גליק (קליין)‏

לוי' יעצט ביים קיוויאשד'ע שוהל אויף פענן סט. אין וויליאמסבורג. 

איבערגעלאזט:‏
בנה ר' מרדכי אליעזר, וומ"ס 
בנה ר' משה חיים , וומ"ס
בתה אשת ר' יחזקאל צבי מענדלאוויטש, וומ"ס 
בתה אשת ר' זושא לעווי, וומ"ס 
בתה אשת ר' אהרן מתתי' מערמעלשטיין, קר"י

נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 1:46 am
דורך אויליגער
היינט נפטר געווארן הרה"ח ר' נתן נטע ראטענבערג ע"ה מזקני חסידי שאפראן


איבערגעלאזט די חשובע קינדער

ר' יעקב אלי'
ר' שמואל
ר' שמעון ישראל
ר' אברהם
ר' ניסן משה
אשת ר' שמואל מערמעלשטיין
אשת ר' אהרן יוסף ווייזער
אשת ר' ישעי' מרדכי בלייך

נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 5:06 am
דורך מודה אני
בד"ה רבי דוד הויער ז"ל

נשלח: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 9:21 am
דורך ברוך שאמר
מען האט איהם שוין נעכטן באגראבן

נשלח: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 3:16 pm
דורך [NAMELESS]
קול מבשר מעלדעט די פטירה פון הרב סאסנע ז"ל, @אבטולמוס דאס איז דיין רבי?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 4:41 pm
דורך ראש הישיבה
הרב מרדכי צבי סאסנע איז געווען א איד א תלמוד חכם. ער איז געווען א ווארימע איד. יושב ראש ועד להרמת קרן התורה. פלעגט ארויס געבן קונטרסים בענין רעדן ביים דאווענען. אמן יהש"ר בכל כוחו. ועוד. ער פלעגט ארום גיין נאך געלט און מאכן אפילס פאר יד לאחים.
ער האט מיר אלע מאל עושה רושם געווען ווי א חשובע איד
איך מיין אז אלס קינד בין איך געגאנגען אין קעמפ צוזאמען מיט איינער פון זיינע קינדער פאר איין זימער
יהא זכרו ברוך

נשלח: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 10:54 pm
דורך berlbalaguleh
ראש הישיבה האט געשריבן:הרב מרדכי צבי סאסנע איז געווען א איד א תלמוד חכם. ער איז געווען א ווארימע איד. יושב ראש ועד להרמת קרן התורה. פלעגט ארויס געבן קונטרסים בענין רעדן ביים דאווענען. אמן יהש"ר בכל כוחו. ועוד. ער פלעגט ארום גיין נאך געלט און מאכן אפילס פאר יד לאחים.
ער האט מיר אלע מאל עושה רושם געווען ווי א חשובע איד
איך מיין אז אלס קינד בין איך געגאנגען אין קעמפ צוזאמען מיט איינער פון זיינע קינדער פאר איין זימער
יהא זכרו ברוך

איך האב איהם גוט געקענט. געוועין א טייערע איד. נאר איין קליינע הערה: איך מיין אז א חוץ וואס ער איז געוועין דער יושב ראש פון וועד להרמת קרן התורה איז ער אויך דארט געוועין דער גבאי, שמש, ש"ץ, ראש הישיבה און משגיח. ווייל ער איז געוועין דער מייסד און איינציגער מעמבער פון דעם ועד. איך האב שטארק הנאה געהאט פון זיינע ארטיקלען אין "דער איד". יהא זכרו ברוך... :D :) ;) :o

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 11:10 pm
דורך ערליכער איד
אשת ר' יואל יעקב מייזליש (35)שאפראנער רב זון,

איז ער דער וואס געט ארויס דעי משמרת חומותינו?

נעבעך

נשלח: פרייטאג אוגוסט 22, 2014 1:52 am
דורך אהבת ישראל
יא...נעבעך בד"ה 7 קליינע יתומים השם ירחם

נשלח: פרייטאג אוגוסט 22, 2014 7:33 am
דורך לאליפאפ
ערליכער איד האט געשריבן:אשת ר' יואל יעקב מייזליש (35)שאפראנער רב זון,

איז ער דער וואס געט ארויס דעי משמרת חומותינו?

יא, ער איז דאס. (איידעם ביי שמואל שלמה שפיטץ שוואגער פון רז"ל). באשעפער גענוג.

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:35 pm
דורך ווייט פיש
שוידערליכע נייעס
לא ישמע עוד שוד ושבר....

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:50 pm
דורך כוכב
דו קענסט אויפהערן מיט דיין משוגעת צו לינקען יעדע מינוט צו קרעטשמע כאילו אונטער דעם לינק ליגט באהאלטן ווייס איך וואס פאר א שטיקער אינפארמאציע?!
ווילסט פראמאטון קרעטשמע? טו עס אויף א קלוגערן אופן נישט מיט מיסלידינג לינקס וואס מאכט סתם נערוועז.

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:28 pm
דורך איינגעמיירעט
סמאכט מיר אוכט שטארק נערוועיז.
מיט דעם אלעם,איך מיין אז א גבאי דארף רעדן רואיגער מיט מער סבלנות און כבוד הבריות,און נישט אזוי דירעקט אטאקירען א ניק.
וואס א גבאי טוהט,געט א שטימונג אויף די פלאץ,איך מיין אז יעדער וויל דא א רואיג ווינקעל,
אלץ גבאי קענסט דיך שיקען יענעם פריוואט ווען די האסט א פראבלעם,און די קענסט אפילו מעקן אויב האלטסטו סאיז קעגן א תקנה.

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:31 pm
דורך לאליפאפ
סאו דעם חודש וואס ער איז גבאי טאר ער נישט רעדן קיין דברים של טעם ושכל צו א נודניקירנדן ניק?

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 7:22 pm
דורך כוכב
דא איז נישט אייוועלט און א גבאי איז א ציווילע בירגער מיט אלע פריוויליגיעס וואס א פשוטע ציווילע ניק האט.
בכל אופן האב איך אים נישט פערזענליך אטאקירט נאר בבחינת יתמו חטאים ולא כו'.
אלנפאלס, ווען א מענטש שפילט זיך ארום מיט יו. אר. על. און קאודס צו לינקען צו דריי אהאלב ווערטער פון אן אומגעצייטיגטע סייט, אנשטאט קאפיען יענע שטיקל אינפורמציה, שרייט עס אבסורדיזם אז א טויבער קען הערן.
אגב דאגב, מארגן ווער איך אויס גבאי...

נשלח: זונטאג אוגוסט 24, 2014 10:33 pm
דורך berlbalaguleh
כוכב האט געשריבן:דא איז נישט אייוועלט און א גבאי איז א ציווילע בירגער מיט אלע פריוויליגיעס וואס א פשוטע ציווילע ניק האט.
בכל אופן האב איך אים נישט פערזענליך אטאקירט נאר בבחינת יתמו חטאים ולא כו'.
אלנפאלס, ווען א מענטש שפילט זיך ארום מיט יו. אר. על. און קאודס צו לינקען צו דריי אהאלב ווערטער פון אן אומגעצייטיגטע סייט, אנשטאט קאפיען יענע שטיקל אינפורמציה, שרייט עס אבסורדיזם אז א טויבער קען הערן.
אגב דאגב, מארגן ווער איך אויס גבאי...

ניין. איך בעיט דיך. זעה אויס צו פועל'ן לכה"פ אויף נאך א חודש. נאכדעים קומט דאך די ימים נוראים, ווען אידן זענען אריינגעטון תשובה צו טון און מקיים זיין מצות. און חודש תשרי ליגט קיינעם נישט אין קאפ ווער ס'איז גבאי. נאכדעים איז מען פארנימען מיט אוועקלייגן די סוכה און שיקן די בחורים לערנען אין ישיבה. חודש כסליו איז דאך דער חודש פון חנוכה (שיער פארגעסן. כ"א כסליו.). און פאר עשרה בטבת פאסט ווייטער נישט אוועקצושיקן אזא געטרייען גבאי. און ווי מ'דרייט זיך נאר אויס איז דאך שוין באלד חמשה עשר בשבט. ראש השנה לאילנות. א זמן פון שמחה. פאסט ווידער נישט אוועקצושיקן א גבאי. און נאכדעים קומט דאך פורים קטן. ס'הייסט היי יאהר איז נישט דא קיין פורים קטן. נו, פורים פאסט דאך זיכער נישט אויפצוזאגן פאר א גבאי. אט שטייט שוין פסח ביי די טיר. קענמען דאך נישט אויפזאגן פאר א יוד זיין פאזיציע סתם אזוי. און אין די ספירה איז מען זיך נוהג אז מ'פארשיקט נישט קיין מענטשן. אט קומט שוין באלד דער הייליגער יו"ט שבועות. דער יו"ט פון קבלת התורה. קענמען דאך זיכער קיינעם נישט פארשיקן. און נאך שבועות קומט דער זימער, א יעדער פארט דאך אין קאנטרי. (ס'הייסט. א יעדער חוץ איך.). און זימער איז דאך ממילא נישט קיין נפק"מ ווער ס'איז גבאי. און נאכ'ן זימער קומט דאך חודש אלול. וחוזר חלילה... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :lol: :roll: :o

נשלח: זונטאג אוגוסט 31, 2014 11:01 pm
דורך BAL TSHIVA
BDE benzoin weiss ben Srul duvid Weiss passed way at age 64 B" T

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 2:39 pm
דורך berlbalaguleh
אנאליזירער האט געשריבן:בד"ה. קיינמאל נישט געהערט פון אים, אבער קוקט אויס צו האבן געווען אן אדם גדול.
וואס איז פשט פון דעם נאמען "טשארנעס"? פון וואו איז זיין אפשטאם?

מסתמא ווייל זיין מאמע האט געהייסן "טשארנא" . אין יוראפ איז געוועין א מנהג אז מ'האט איינעם גערופן מיט פארשידענע צו-נעימען, ענדערש ווי אויף זיין משפחה נאמען. צומאל אויפ'ן טאטנ'ס נאמען און אמאל אויף די מאמע'ס נאמען. אויך לויט די פאך וואס מ'האט געהאט. אין וואס מ'האט עוסק געוועין פאר פרנסה..
איכ'ל ברענגען א ראיה פון איינעם זייער א טמא'נעם יונג (וואס איך האף אז ר'איז שוין געפייגערט. און אויב נישט זאלל עס מקויים ווערן במהרה.) להבדיל בין טומאה לטהרה. ער הייסט אייזיק באשעוויס, זינגער. ער איז געוועין א זון פון א דיין. און זיין מאמע האט געהייסן "בת-שבע"/ בת-שבע'ס. ער האט געשריבן מעשה'לעך אויף אידיש. אבער ס'איז געוועין פול מיט טומאה און זוהמא און ניבול פה. איך האב איינמאל פארבלאנדזשעט צו די צייטונג דער פארווערטס. האביך דארט געליינט איינס פון זיינע שרייבעכצער. איך האב עס געמיזט אראפלייגן אין מיטן, ווייל ס'איז מיר געקומען צו ברעכן פון זיינע ניבול פה און אפיקורסות. איכ'ל דא ניצן א פאר מאמרים פון מיינע גיטע פריינט. ר' סענדער דער דייטש וסייעתו. עפרא לפומיה. און שם רשעים ירקב... :? 8-) :lol: :roll: :twisted: :evil: :x :P :cry: :( ;) :o

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 2:13 pm
דורך מ גפני
נעכטן איז נפטר געווארן ר' יוסף מרדכי בערקאוויטש ע"ה פון די מקורבים בבית רבינו בעל הברך משה ז"ל

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 12:18 am
דורך BAL TSHIVA
BDH: Hght"z Naftula Landau Zt"l, Dometz Chist,(98yrBP) father Dometz Tosh BP h.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 09, 2014 3:40 am
דורך Chasidishmashpia
daughter of reb. chaim kanyevskey who who married to son of r' shtiman passed away.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 9:37 am
דורך ברוך שאמר
ר' מענדעל ווייס ע"ה

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 1:44 pm
דורך [NAMELESS]
/