בלאט 48 פון 213

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 9:40 am
דורך פוקס
צען מיין איך. (אויב איך געדענק גוט וויפיל ניקס איך האב)

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 2:49 pm
דורך הערשי
וויאזוי באווייזן די באנען, ניו יארק'ס אונטערגרונט למשל, איבערצוקומען ענערטיע אין ארויפציען אזוי שנעל און קומען צו אן אפשטעל אזוי שנעל. א לאסט אוטא נאר א צוואנציגסטל די וואג ברומעט און קרעכצט אוועק און מוטשעט זיך סיי ביים ארויסברעכן און סיי ביי אפשטעלן. וויאזוי זענען באנען אנדערש?

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 4:58 pm
דורך boxcover
הערשי האט געשריבן:וויאזוי באווייזן די באנען, ניו יארק'ס אונטערגרונט למשל, איבערצוקומען ענערטיע אין ארויפציען אזוי שנעל און קומען צו אן אפשטעל אזוי שנעל. א לאסט אוטא נאר א צוואנציגסטל די וואג ברומעט און קרעכצט אוועק און מוטשעט זיך סיי ביים ארויסברעכן און סיי ביי אפשטעלן. וויאזוי זענען באנען אנדערש?

מאמענטום און ענד-לאזע עלעקארישע קראפט.

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 5:13 pm
דורך סאשי פיש
פארוואס ווען מען וויינט נעמט זיך רינען די נאז?

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 5:52 pm
דורך למדן
חברים נוצט ספעיר פיועל וואס איז א סעיף אלטערנעטיוו צו געז וואס יעדער קען זיך איינהאנדלען פאר א נישטיגן פרייז פון $30 א האלבן גאלאן (וואס איז זייער ביליג פאר ווען מ' דארף דאס)
ספעיר פיועל ביי אמאזאן

אדער קענט איהר גיין צו sparefuel.net

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 6:51 pm
דורך boxcover
סאשי פיש האט געשריבן:פארוואס ווען מען וויינט נעמט זיך רינען די נאז?

דיין נאָז רינט ווען דו וויינסט ווייל די טרערן פון דיין טרערן דריז (גלענד) פליסט נישט נאר אראפ דיין פנים, נאר עס איז אויך פארהאן א קאנאלא אין די ווינקל פון דיין אויג וואס פירט צו דיין נאָז. איינמאָל עס קומט אן אין דיין נאָז, מישט זיך די טרערן אויס מיט נאז-שליים (ראָץ) וואס פאָרעמט די גאר-רינענדיגע שליים.

פאקטיש געשעהט דאס כסדר, נישט נאר ווען דו וויסט. אבער ווען דו וויינסט, רינט פשוט אסאך מער פייכטקייט פון דיין אויגן צו דיין נאָז ווי נאָרמאַל, מאכענדיג די שליים אין דיין נאָז נאכמער רינענדיג ווי געווענליך.


-----
א - ספעציפיש, די טרערן פליסן אין דיין נאָז דורך די נאַסאָלאַקרימאַל דאָקט וועלכע רינט אריין אין די נידעריגער נאז לאך.

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 7:01 pm
דורך שמעקעדיג
באקסקאווער מיט געפילטע פיש זענען 2 לעבעדיגע אינפארמאציע קוואלן.
מ'קען אויף זיי א ברכה מאכן שחלק מחכמתו... (נישט אויף מיין אחריות - זאגט אן שם ומלכות!)

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 7:06 pm
דורך atmybest
איך וויל וויסן אויב[tag]באריסטא[/tag] שרייבט דא, אונטער א אנדערע נאמען.

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 7:21 pm
דורך boxcover
atmybest האט געשריבן:איך וויל וויסן אויב[tag]באריסטא[/tag] שרייבט דא, אונטער א אנדערע נאמען.

פרעג אים אין אישי

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 7:22 pm
דורך שמעקעדיג
און עקספעקט א ענטפער.......

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 7:22 pm
דורך טאמבל סאס
יא! איך בין עס! מיט וואס קען איך דיר העלפן?

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 7:36 pm
דורך סאשי פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:באקסקאווער מיט געפילטע פיש מיט שמעקעדיג זענען 3 לעבעדיגע אינפארמאציע קוואלן.
מ'קען אויף זיי א ברכה מאכן שחלק מחכמתו... (נישט אויף מיין אחריות - זאגט אן שם ומלכות!)

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 7:38 pm
דורך שמעקעדיג
סאשי, דאנקע שעהן, אבער ביטע שטופ מיר נישט אריין ווי איך באלאנג נישט. איך קום נישט צו צו זייער קנעכל פון מדע וחכמה.

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 7:40 pm
דורך סאשי פיש
אין טעכנלאגיע ביסטו גוט באקאנט!!

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 8:36 pm
דורך boxcover
שמעקעדיג האט געשריבן:סאשי, דאנקע שעהן, אבער ביטע שטופ מיר נישט אריין ווי איך באלאנג נישט. איך קום נישט צו צו זייער קנעכל פון מדע וחכמה.

או מאכסט דיך אדער דו ביזט? (א עניו...)
6020 תגובות (די צווייטע מערסטע), מיט א לייק רעיט פון איבער 62% איז אימפרעסיוו.

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 10:46 pm
דורך הערשי
boxcover האט געשריבן:
הערשי האט געשריבן:וויאזוי באווייזן די באנען, ניו יארק'ס אונטערגרונט למשל, איבערצוקומען ענערטיע אין ארויפציען אזוי שנעל און קומען צו אן אפשטעל אזוי שנעל. א לאסט אוטא נאר א צוואנציגסטל די וואג ברומעט און קרעכצט אוועק און מוטשעט זיך סיי ביים ארויסברעכן און סיי ביי אפשטעלן. וויאזוי זענען באנען אנדערש?

מאמענטום און ענד-לאזע עלעקארישע קראפט.

מאמענטום וואלט געווען א סיבה פארוואס א שווערער לויפנדער אביעקט זאל זיך נישט קענען אבשטעלן, ניין?

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 11:27 pm
דורך boxcover
הערשי האט געשריבן:מאמענטום וואלט געווען א סיבה פארוואס א שווערער לויפנדער אביעקט זאל זיך נישט קענען אבשטעלן, ניין?

איך האב נישט באמערקט די אפשטעלן חלק פונעם פראגע. מן הסתם ווייל די באן האט בעסערע טרעקשאן און פריקציע.

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 11:36 pm
דורך chosen people
איז מעגליך אנצושטעלן צו זוכן א ווארט, נאר אין די קעפלעך פון די אשכולות?
דאס הייסט אויב איך זיך אויף א געוויסע אשכול וואס איך געדענק נאר די קעפל פון די אשכול.

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 12:48 am
דורך ונבנתה העיר
search.php

וועל אויס 'נאר די הודעה טעמע'.

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 12:51 am
דורך אליצפן
קעגן די נעט האט געשריבן:שאלה: איך פארמאג אן אמעריקאנער מיני ווען 10 יאר אלט און די גאז זייגער האט אויפגעהערט ארבייטן, דארף איך וויסן צו דאס וועט אויך אפעקטן דאס לעקטער פאמפ סימבאל וואס צינט זיך אן ווען דאס טאנק ווערט ליידיג? אויב ארבייט דאס ווייטער מוז איך נישט פיקסן דעם גאז גאדזש

היות כ'האב געהאט די זעלבער פראבלעם ווי דו קען איך דיר זאגן מיט א זיכערקייט אז ניין, די גאז ווארענונגס לעקטער ארבעט נישט. און כ'האב מיך דאס אויסגעלערענט די שווערע וועג דורכן אויסלויפן פון גאז אינמיטן וועג.
ס'איז דא גאר א פשוטער עצה וואס איך האב גענוצט פאר א לאנגער צייט ווען כ'האב געהאט דעם פראבלעם, והנה רעכן אויס וויפיל מייל דיין קאר פארט אויף א גאלאן, דאן פיל אן דעם טאנק מיט גאז ביז אויבן און ריסעט דעם אדאמעטער צו 0 און אזוי וועסטו וויסן פונטקליך וויפיל גאז ס'דא אינעם טאנק.
טו דאס יעדער מאל וואס דו פילסט אן דעם טאנק און וועסט קיינמאל נישט אויסלויפן פון גאז בדוק ומנוסה. דער איינע מאל וואס איך בין אויסגעלאפן פון גאז איז געווען נאך פאר כ'האב אויסגערעכנט פונטקליך וויפיל גאז איך פארנוץ.

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 1:48 am
דורך שמעקעדיג
איך וויל וויסן פארוואס אלע רעסטוראנען און דעליס/טעיק-אוטס מאכן אזעלכע הויכע גלאזערנע שעלווס צווישן דעם סארווער און דעם קאסטומער, און ווען כ'וויל רעדן צו באשטעלן מיין פארציע מוז איך מיך אונטערהייבן אויף די שפיץ פינגער פון די פוס אז ער זאל כאטש קענען הערן מיין פארלאנג. א מין משוגעת דאס, מען קען עס נישט מאכן מיט א פוס נידריגער? זיי גייען אין קאמפעטישאן מיט די סווימינג פולס אדער וואס, ווער עס קען מאכן העכער/טיפער?

א שאלה וואס כ'האב געפרעגט אויף yahoo answers

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 2:01 am
דורך אליצפן
Can I really pay my credit card bill from a bank account just by knowing the account number and routing number?
I just recently set up online bill pay from my bank account to my credit through my credit cards website. And all they asked me for is the bank account number thats listed on the bottom of all checks and the routing number on the bottom of the check, that's it.
So basically the way I see it, is that if I have any one's check I can use their bank account to pay off my credit card bills? I can drain someone's bank account just by having their check? I know that this does really not make any sense, so please people how does it work?

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 8:27 am
דורך קאווע טרינקער
שמעקעדיג האט געשריבן:איך וויל וויסן פארוואס אלע רעסטוראנען און דעליס/טעיק-אוטס מאכן אזעלכע הויכע גלאזערנע שעלווס צווישן דעם סארווער און דעם קאסטומער, און ווען כ'וויל רעדן צו באשטעלן מיין פארציע מוז איך מיך אונטערהייבן אויף די שפיץ פינגער פון די פוס אז ער זאל כאטש קענען הערן מיין פארלאנג. א מין משוגעת דאס, מען קען עס נישט מאכן מיט א פוס נידריגער? זיי גייען אין קאמפעטישאן מיט די סווימינג פולס אדער וואס, ווער עס קען מאכן העכער/טיפער?

ווייל בדרך כלל ליגט דארט עסן, און די גלאז היט די עסן פון הבל פיהם וכו'