בלאט 48 פון 63

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 1:07 am
דורך איחוד פעלד
כ'פארשטיי וואס די זאגסט. אבער אין ביסמעדריש דארט איז נישט דא דער דעלך סני?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 2:03 am
דורך יעקעלע חכם
איחוד עס איז פשוט נישט קלאסיש אז רומער׳ס וואס האבן נישט קיין שום מקור זאלן ווערן געליפטערט דא אויף קאווע, לאז דאס פאר די יושבי חושך.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 7:20 am
דורך איחוד פעלד
סא דא אויף ק"ש שטייט נאר זאכען מיט מקורות, געוואלדיגע יסודות. לאמיר דאס אפיר זוכען אין די תקנות צו עס שטייט אזאנס.

און לידיעתך, די יושבי חושך.געוועלטיגען שוין אויף ק"ש, גיב עס אביסעל צייט און עס ווערט אפענטליך אזוי.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:55 pm
דורך דער שכן
גארנישט קיין אפדעיטס? די מעשות (האפענטליך נישט אמת׳דיגע) וואס איך הער אלץ צאם די לעצטע פאר טעג ארום און ארום וועגן די מערדעריי איז האר אויפשטעלענד, און פון גאנץ ערענסטע מקורות. סיז ממש א שרעק. סיז נאך מער שרעקעדיג\אויפפאלענד ווען זיי האבן דעם ערענסטן פנים און זאגן ״ס׳בעסער כ׳ראד ניש״! סיי וועגן דעם חשוב׳ן ר׳ מנחם און סיי וועגן דעם ארום און ארום וואס גראבט׳זך אלטץ אאוף. :(

עס ווערט אזויווי או אדיקשן. כסדר אויף די וואך (מיט א פאתאח - נישט קאמעטץ) טשעקן: איז שוין ארויסגעקומן די אמת וועגן די קידנעפינג און מערדעריי מיט די גאנצע שוידערליכע געשיכטע? עס עגבערט! איך טראכט: אויב היימישע יד ישרא׳ בשוגג קרוב למזיד מעג מען דערציילען אללעס, אדער נישט??

וואס איז אייער חוות דעת חשוב׳ע אידן וואס קומען זיך דא אנווארעמען מיט א טרינק קאווע?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 5:37 pm
דורך חזקיהו המלך
כ'האב מיר געטענט מיט איינעם אויף איבער דעם זאך, יענער האט געטענה'ט אז טאמער חלילה ס'איז באיזה אופן יד ישראל באמצע, דאן זאל עס חלילה נישט ארויס קומען, די חילול השם וועט זיין שרעקליך,

איך האב אבער געטענה'ט פארקערט, אז ס'דארף ארויס קומען, אין טאמער ס'איז חלילה יד ישראל באמצע -וואס כ'האף אז נישט- דאן זאל עס ארויסקומען לעיני השמש, אין דער יעניגער זאל באקומען זיין שטראף וכל העם ישמעו ויראו, חלילה צי מחפה זיין אויף רציחה, מענטשליך בלוט איז נישט הפקר, אין מחפה זיין אויף רציחה איז נישט ווייט פין רציחה אליינס,

נו ווער איז גערעכט, אוודאי איך, אזוי ווי אייביג ...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 5:47 pm
דורך עסקן בדברים
חזקיהו המלך האט געשריבן:נו ווער איז גערעכט

;) maybe he holds that the rabonim could handel internal matters better than the police

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 7:30 pm
דורך איחוד פעלד
בעצם איז עס אזויווי מאלעסטערס, די וואס האלטען דארט מען זאל עס האנדלען אינערווייניג, וועלען דא אויך אזוי זאגען, און די וואס זאגען דארט מען זאל זיי מגלה זיין וועלען פארשטייט זיך דא זאגען מגלה זיין.

די איראניע איז, אז ווען מען טענה'ט זיך וועגען מאלעסטעריי, וועלען די אידען וואס האלטען אז אויף קיין שום פאל קען א איד מיט א ווייב און קינדער נישט גיין זיצען, וועלען זיי פארט מודה זיין אז רציחה איז אנדרעש, למעשה ווען עס קומט צו רציחה, חזר'ט זיך איבער דער זעלבער שפיל, זעלבער נאנסענס תירוצים.

אפשר איז קטלא יא גערעכט, מען דארף אויסלערנען דעם עולם וואס אקונטעביליטי מיינט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 7:53 pm
דורך הדד בן בדד
עס איז קלאר אז א רוצח באלאנגט אין תפיסה, און עס איז קלאר אז א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה. די שאלה איז, איינס: ווען הייסט מען שוין א רוצח אדער א מאלעסטער, צוויי: ווען איז שוין גענוג זיכער אז ער האט טאקע געטאן וואס מען זאגט אויף אים אז מען זאל שוין מעגן יעצט ארום טראגן זיין נאמען אין די גאנצע שטאט און פאר די גאנצע וועלט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 8:09 pm
דורך דער שכן
איינער וואס האט גע׳הרג׳ט מיט אזא מין פוליש גוי קאנטראקטער יד ישרא׳ באמצע איז נישט די זעלבע הארב ווי א מאלעסטער וואס טאטשט ווי מ׳טאר נישט מיט קלעיבעדיגע הענט. איינער איז א סכנה פאר אללע קינדער, דער אנדערער פאר קיינעם נישט. איינער דארף זיין אין קאנפיינמענט נאך׳ן אים ווארענען, דער אנדערער נישט. העכסטענס אינוועסט נישט און טוה נישט ביזנעס מיט אים.

נאך די אלע מאנסעס דארף מען האבן א בית דין צדק דן צו זיין. סוכ״ס גייט עס אריין אין דיני נפשות, הן מיט׳ן פארשעמען א איד, הן מיט׳ן לאזן די גוי׳שע משפט קער נעמען און תפיסה.

ווען מ׳רעדט פון פארגיסן בלוט פון משפחה און אללעס ארום דארף מען זיך זייער אכט געבן. בלוט איז נישט קיין וואסער. אידיש בלוט איז זייער רויט און לעבעדיג.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 8:21 pm
דורך פיטומי מילי
איחוד פעלד האט געשריבן:בעצם איז עס אזויווי מאלעסטערס, די וואס האלטען דארט מען זאל עס האנדלען אינערווייניג, וועלען דא אויך אזוי זאגען, און די וואס זאגען דארט מען זאל זיי מגלה זיין וועלען פארשטייט זיך דא זאגען מגלה זיין.

די איראניע איז, אז ווען מען טענה'ט זיך וועגען מאלעסטעריי, וועלען די אידען וואס האלטען אז אויף קיין שום פאל קען א איד מיט א ווייב און קינדער נישט גיין זיצען, וועלען זיי פארט מודה זיין אז רציחה איז אנדרעש, למעשה ווען עס קומט צו רציחה, חזר'ט זיך איבער דער זעלבער שפיל, זעלבער נאנסענס תירוצים.

אפשר איז קטלא יא גערעכט, מען דארף אויסלערנען דעם עולם וואס אקונטעביליטי מיינט.

איחוד,
וואס גייט דיין קאפ אייביג צו די מאלעסטינג סאבדזשעק, איך קען עס נישט פארשטיין פארוואס טראכט איך קיינמאל נישט דערפין,
האט דיך איינער מאלעסטעד אלס קינד, אדער האסטו איינעם מאלעסטאד , ס׳איז זייער פאני אז איינער איז אזוי פיל ביזי מיט דעם סאבדזעק

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 8:28 pm
דורך דער שכן
קען מען זיך האלטן צו די טעמע פון ר׳ מנחם שטארק׳ס מארד דא? ביטע.

נשלח: דינסטאג יאנואר 28, 2014 7:32 pm
דורך sefish
Menachem Stark's DNA found in van, says source

http://www.newsday.com/news/new-york/me ... -1.6896758

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 2:24 am
דורך חבדניק
sefish האט געשריבן:Menachem Stark's DNA found in van, says source

http://www.newsday.com/news/new-york/me ... -1.6896758


טאמער די קאמענטירערס אויף יענע ארטיקל אין די לינק זענען טאקע אמעריקאנע בירגער איז א שרעק צו וואוינען דא אין לאנד.
איך האף אז ס'רעדט זיך פון גוים פון רוסלאנד...

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 5:38 am
דורך [NAMELESS]
יעדער ארטיקעל האט געהאט אזעלכע קאמענט'ס. שוין ליידער צוגעוואוינט

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 5:44 am
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 9:33 am
דורך ברוך שאמר
sefish האט געשריבן:Menachem Stark's DNA found in van, says source

http://www.newsday.com/news/new-york/me ... -1.6896758

לעכוירע איז דאס נאך א בלאף מעשיגע צי מאכן די המון עם :like

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:04 am
דורך היימישער ליטוואק
איך ווער קראנק פון זען די אדווערטייזמענטס מיט בלוטיגע פארבן.
איך גיב נישט קיין צדקה פאר די ארצישראל'דיגע קבצנים וועלכע גיבן אויס אזוינע פלייערס.
עס מאכט מיר בויך דרייעניש און קאפ שווינדלניש.
ביטע הערט אויף.

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 2:32 pm
דורך מאטי
סטאטיסטיקלי ארבייט עס יא און ס'לוינט צו ספענדן געלט דערפאר אויב די עיקר ציל איז ס'זאל ברענגען געלט.
נ. ב. מיר מאכט דאס אויך נערוועז.

נשלח: מיטוואך יאנואר 29, 2014 3:33 pm
דורך איחוד פעלד
כ'פארשטיי נישט, וואס גייט מען נאך געלט פאר?
כ'פארשטיי מען מאכט התעוררות לתשובה, אבער אויב מען מיינא ערענסט מיט געבען צדקה לעילוי נשמתו, קען מען דאך געבען פאר וועמען מען וויל, ווער וואגט זיך צו שארען געלט אויף יענעמס בלוט?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:46 am
דורך יעקעלע חכם
קיינער שארט נישט קיין געלט...
יודן האבן זיך צוזאם גענימען געמאכט אן ארגענעזאציע צו העלפן יודן און תפיסה, פאר די אידן גייט דאס געלט, און און רייקערס איילענד לאזט מען נישט אריין קיין קעש, סוי האב נישט מורה, דער בלאמענגארטן קומט נישט ארויס קיין מיליאנער (אפי׳ אויב עס געלונגט אים צו באפרייען) פדיון שביום איז א גרויסע מצוה, און עס וועט זיכער זיין א טובה לע״נ ר׳ מנחם, איך שטעל מיך פאר אז דרור האט זיכער געפרעגט משפחת שטארק בעפאר נו אז די שטארק׳ס האבן מסכים געווען דארף מען שוין נישט דיין הסכמה איחוד.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 9:42 am
דורך יוסף מ
The event is probably meant only for business owners who are in real estate business. I assume they going to have business on tenant and landlord relationship, being careful of loan sharks. And the most important thing the length color and the tightness of woman's dress.

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 3:03 am
דורך דער שכן
עד מתי? אזוי לאנג דויערט טאקע ארויסצוקומען אפען מיט א פארטיגן קעיס? אז מ׳ווייסט קלאר די וועען מיט וואס מ׳האט אים פארכאפט, די.ען.עי. ווייזט קלאר אזוי, ווייסט מען דאך שוין די קאנעקשאן ביז׳ן פארכאפער. איינער האט געבארגט דעם מיני-וועען פאר איינעם פון איינעם. און אזוי ווייטער. וואס טוט זיך דא?? ווער לייגט טאקע אונטער שטרויכלונגען אינעם אינוועסטיגעישאן? איז עס טאקע אמת וואס מ׳זאגט אז ערגעץ אין די הויכע פענסטער איז דא עפעס א כח קעגן די געוואונטשענע רעזאלטאטן? ס׳איז א הימל געשריי!

איז כאטש דעיטליין אינפארמירט און זיי קוקן נאך די געשעענישן דא אין די שטארק מארד?

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2014 5:40 am
דורך איחוד פעלד
וואס איז בעצם א נפק"מ צו מען כאפט.דער וואס האט עס.געטוהן צו נישט?

דער וואס האט עס געטוהן איז נישט דא, און דער וואס האט אים געשיקט ווארט מען זאל פראווען, סא וואס קען מען טוהן. לאמיר זאגען זיי ווייסען ווער האט געשיקט, אבער אהן באווייזען, האבען זיי נישט קיין קעיס, און טאמער זיי האבען נישט קיין שאנס פין געווינען, הייבען זיי נישט אהן.