בלאט 48 פון 50

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 8:05 pm
דורך טעלעגראם
רב חאצאצאק הקטן האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 4:19 pm ביטע קומט אריין און לייקט.
פארוואס זאל מען לייקן?
פארן ברענגען די קאווערס?

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 8:31 pm
דורך berlbalaguleh
טעלעגראם האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 8:05 pm
רב חאצאצאק הקטן האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 4:19 pm ביטע קומט אריין און לייקט.
פארוואס זאל מען לייקן?
פארן ברענגען די קאווערס?
ווייל ס'איז א מאסיווע ארבעט. און ס'געט אינפארמאציע פאר נארמאלע מענטשן. פארוואס האסטו עס נישט געטון?

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 10:02 pm
דורך שפילער
.

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 10:46 pm
דורך רב חאצאצאק הקטן
berlbalaguleh האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 8:31 pm
טעלעגראם האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 8:05 pm
רב חאצאצאק הקטן האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 4:19 pm ביטע קומט אריין און לייקט.
פארוואס זאל מען לייקן?
פארן ברענגען די קאווערס?
ווייל ס'איז א מאסיווע ארבעט. און ס'געט אינפארמאציע פאר נארמאלע מענטשן. פארוואס האסטו עס נישט געטון?
א גרויסן דאנק.

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2024 10:47 pm
דורך רב חאצאצאק הקטן
טעלעגראם האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 8:05 pm
רב חאצאצאק הקטן האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 4:19 pm ביטע קומט אריין און לייקט.
פארוואס זאל מען לייקן?
פארן ברענגען די קאווערס?
זיי א גאסט ביטע.

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2024 2:55 am
דורך טאמבל סאס
איך ווייס נישט צו כ'זאל וויינען אדער לאכן. 'שיטת הרמבם וועגן מענטל העלטה'. אפשר לאזטו אונז הערן וועגן שיטת שפינאזע לגבי לערנען אין חומש מאירת עיניים?

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2024 3:08 am
דורך אלפא
רב חאצאצאק הקטן האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 4:18 pm נפשי 79 ניסן תשפ״ד.jpeg
איך האב זייער הנאה אז זיי ברענגען (ענדליך) דר. נחום קלאפטער - א באקאנטע פסיכא-אנאליסט, כמדומני האבן זיי נאך קיינמאל נישט אנגערירט אדער געהעריג אדרעסירט פסיכא-אנאליזע אין זייער אויסגאבע, און צופעליג מיין איך אז דר. קלאפטער דארף צו זיין זייער געלונגען דערין.
(עס איז נאר צום האפן זיי האבן נישט אפגע'בוטשערט דעם אינטערוויו..)

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2024 9:29 am
דורך רב חאצאצאק הקטן
איך לייג "נפשי" אין "גארבאדש" די סעקונדע וואס איך קויף עס.

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2024 10:59 am
דורך שפילער
למה?

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2024 12:30 pm
דורך רב חאצאצאק הקטן
1. זייער א שווערע אידיש (ליין ענגליש)
2. נישט אינטרעסאנט

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2024 9:28 pm
דורך אלפא
אלפא האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 3:08 am
איך האב זייער הנאה אז זיי ברענגען (ענדליך) דר. נחום קלאפטער - א באקאנטע פסיכא-אנאליסט, כמדומני האבן זיי נאך קיינמאל נישט אנגערירט אדער געהעריג אדרעסירט פסיכא-אנאליזע אין זייער אויסגאבע, און צופעליג מיין איך אז דר. קלאפטער דארף צו זיין זייער געלונגען דערין.
(עס איז נאר צום האפן זיי האבן נישט אפגע'בוטשערט דעם אינטערוויו..)
ב"ה געווען א פיינעם אינטערוויו - עכ"פ די תשובות!

די שאלות זענען כנהוג געפרעגט געווארן דורך אלפאבעטן, און מ'קען טאפן די עם-הארצ'עס אין די וועג וויאזוי די אינטערוויו גייט צו. איך גלייב אבער ממילא נישט אז די נפשי קלייענטעל איז מוכן פאר א נארמאלע באזעצענע שמועס איבער פסיכא-אנאליזע, ובכלל גייט עס לכאו' צו טיף פאר אונזער מאטעריאליזם קולטור - וואו LCSW איז just about גענוג צו דעקן אונזערע צרכים.

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2024 9:43 pm
דורך שמעקעדיג
רב חאצאצאק הקטן האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 9:29 am איך לייג "נפשי" אין "גארבידש" די סעקונדע וואס איך קויף עס.
רב חאצאצאק הקטן האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 12:30 pm 1. זייער א שווערע אידיש (ליין ענגליש)
2. נישט אינטרעסאנט

ממש אין די סעקונדע וואס דו קויפסט עס? מאכט זיך נישט אמאל צופעליג אז עס נעמט צוויי סעקונדעס?

יעדער איז בארעכטיגט צו זיין/איר דעה. פאר מיר איז "נפשי" פון די אינטערעסאנטסטע חלקים, איך ליין עס אדורך פון דעקל צו דעקל. איי געסס דו ביסט נישט into מענטל העלט.

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2024 11:06 pm
דורך רב חאצאצאק הקטן
"טאטאלי אגרי", איך האב נישט ליב מענטל העלט.

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 3:14 pm
דורך שפילער
אלפא האט געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2024 9:28 pm
אלפא האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 3:08 am
איך האב זייער הנאה אז זיי ברענגען (ענדליך) דר. נחום קלאפטער - א באקאנטע פסיכא-אנאליסט, כמדומני האבן זיי נאך קיינמאל נישט אנגערירט אדער געהעריג אדרעסירט פסיכא-אנאליזע אין זייער אויסגאבע, און צופעליג מיין איך אז דר. קלאפטער דארף צו זיין זייער געלונגען דערין.
(עס איז נאר צום האפן זיי האבן נישט אפגע'בוטשערט דעם אינטערוויו..)
ב"ה געווען א פיינעם אינטערוויו - עכ"פ די תשובות!

די שאלות זענען כנהוג געפרעגט געווארן דורך אלפאבעטן, און מ'קען טאפן די עם-הארצ'עס אין די וועג וויאזוי די אינטערוויו גייט צו. איך גלייב אבער ממילא נישט אז די נפשי קלייענטעל איז מוכן פאר א נארמאלע באזעצענע שמועס איבער פסיכא-אנאליזע, ובכלל גייט עס לכאו' צו טיף פאר אונזער מאטעריאליזם קולטור - וואו LCSW איז just about גענוג צו דעקן אונזערע צרכים.
אן עקעל פון אן ארטיקל נישט רעספעקטירינדיג דעם ליינער קיין כי הוא זה
אפשר ביסטו מסביר פון וואס דו רעדסט פונקטליך ? וואס איז פונקטליך סייקאנעליסעס ? פארוואס רוב טערעפיסטען ניצן עס נישט וכו' וכו'

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 3:36 pm
דורך אלפא
שפילער האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 3:14 pm
אן עקעל פון אן ארטיקל נישט רעספעקטירנדיג דעם ליינער קיין כי הוא זה
אפשר ביסטו מסביר פון וואס דו רעדסט פונקטליך? וואס איז פונקטליך סייקאנעליסעס? פארוואס רוב טערעפיסטן ניצן עס נישט וכו' וכו'

עס איז צו ברייט זיך אריינצושטופן אין די ראמען פון איין ארטיקל - אפגערעדט אינטערוויו.
און עס איז צו טיף אריינצופאסן אין די ראמען פון נפשי בכלל.

קענסט ליינען מיין ארטיקל דא וואו איך האב עס אראפגעלייגט בקיצור נמרץ. און דא וואו איך האב עס צוגעשטעלט צו CBT.


אין קורצן: איז עס די מהלך וואס זיגמונד פרויד (-דער טאטע פון מאדערנע פסיכאלאגיע) האט מחדש געווען, עס איז די געדאנק אז אלע פראבלעמען נעמען זיך פון די סוב-קאנשעס קאנפליקטן (ער האט אסאך גערעדט פון ס*קס דרייווס, אבער עס איז נישט פאקטיש קיין קריטישע פרט אין די מהלך), און אז דורכן רעדן, פארציילן, געפילן און חלומות, און ווערן רעפלעקטירט דורך דעם טעראפיסט (וועלכע רופט זיך כמעט נישט אן דורכאויס א סעסיע) שווימען ארויף די קאנפליקטן און אזוי ארום ווערן זיי אויסגעגלעט פון זיך אליין..
עס האט גענומען ווייטערע טעאריעס און דעוועלאפמענטס דורך פרויד'ס תלמידים עד היום - וואס האט געשאפן א ברייטפארצווייגטע שיטה אין תורת הנפש וועלכע ווערט פראקטיצירט אין גרויסן אין די אלגעמיינע וועלט.

עס פארלאנגט זיך א גרינטליכע שטודירונג (לאפוקי LCSW וכל חניכא) און פארשטאנד צו פסיכאלאגיע בכדי צו קוואליפיצירן דערין, ובעיקר דארף א טעראפיסט אליין אדורכגיין אינטענסיווע טעראפי פאר אן ערך פון 5 יאר אדער מער (אפאר מאל א וואך) כדי זיך אליין ארויסצוהאבן און אזוי ארום ארויסהאבן די טיפקייט פון דעם נפש בכלליות..


די היימישע עולם איז בכלל נישט דערביי, ובפרט וואס טעראפי ביי אונז איז בס"ה א מיטל צו זיין פראדוקטיוו, וואס CBT און solution based methods גייען מער אין איינקלאנג דערמיט, און LCSW'ס איז גענוג דעגרי צו פראקטיצירן און סערווירן דעם פארלאנג - אנשטאט גיין געהעריג אין יוניווערסיטי און שטודירן כדבעי א מהלך צו וואס מ'דארף זיך באמת שוקד זיין..

עס איז נישט מעגליך עס מסביר צו זיין אדער פארברייטערן אין די ראלם פון איין אינטערוויו/ארטיקל, ובפרט ווען די אינטערוויוער און שרייבער זענען אזעלכע וואס פארשטייען גאר קנאפ דערצו אדער צו די טיפערע שיכטן פון פסיכא-טעראפי בכלל...


איך האף עס קלארט אויס א טראפ.

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 4:05 pm
דורך berlbalaguleh
אלפא: ייש"כ. איך וויל נאר זאגן א כלליות'דיגן סטעיטמענט. כאטש איך "דעבבל" זייער ווייניג אין פסיכאלאגיע. אפילו נישט אין דער אויסגאבע "נפשי". נאר פאר ווער ס'דארף טעראפי איז עס זיכער זייער שטארק נוצליך. נאר דער "טאטע" פון פסיכא-אנאליסיס, זיגמונד פרויד האט טאקע אנגעהויבן גוט. ער האט אויפגעמערקט די טיפקייט פון תורת הנפש. און איהרע פונקציעס. נאר ערגעץ איז ער פארקראכן און ער האט אנגעהויבן צו רעדן נארישקייטן. זיין טאכטער האט אויסגעברייטערט און מפרש געווען איהר טאטנ'ס "תורה". לעומת זיין געוועזענער תלמיד, יונג האט אויפגעכאפט א סאך פון זיינע גרייזן און ער האט זיך "געקריעגט" מיט איהם.

היינט צו טאגס באשטייט די גאנצע אינדוסטרי פון פארשידענע חלקים. טייל גוטע און נוצליכע. און טייל אומ-נוצבארע נארישקייטן און סתם שווינדל וואס א סאך שארלאטאנען נוצן אויס כדי ארויסצושלעפן געט פון אומ-גליקליכע מענטשן. און זיי געבן זיי פאלשע האפענונג...

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 4:14 pm
דורך אלפא
לויט דיר איז דאך דארווין אויך געגאנגען קרום at some point... פעלט נאר נאך אויס צו וויסן וואו איינשטיין איז געגאנגען שיעף... :)

ערנסט גערעדט. קיינער כמעט אין די אנאליזע קאמיוניטי היינט-צוטאגס נעמט נישט אן פרויד כמשה מסיני, פארקערט, זייער אסאך איז געווארן דיילאטעד און דורכגעזיפט מיט די יארן (בפרט דורך קליין, וויניקאט, ביאן, וכו'..) און טאקע מ'נוצט בעיקר נאר די 'גוטע חלקים' דערפון.

יונג איז געגאנגען אינגאנצן אן אייגענע דרך שפעטער, ער איז נישט פאררעכנט אלס ממשיך דרך בכלל (א בחינה ווי ר' אהרן מסטראשעלע כלפי חב"ד..)

לגבי רייטן אויף קליענטן. פארשטייט זיך עס איז אייביג דא שארלאטאנען אויפן וועלט, אבער געלערנטע פסיכא-אנאליסטן (וועלכע קוואליפיצירן אפיציעל דערין - נישט זעלבסט דערקלערטע) מיין איך הערט מען כמעט נישט זיי זאלן אויסציען סתם די צייט... however, איך גלייב שווער דו האסט בכלל קאנטאקט מיט איינער וואס איז געווען ביי א ריכטיגע פסיכא-אנאליסט אז די שאלה זאל זיין רעלעוואנט.

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 4:32 pm
דורך berlbalaguleh
אלפא: ייש"כ. "רוח הקודש" ממש. אויף עטליכע לעוולס. איך האב טאקע געוואלט נוצן דעם משל פון דארווין...לאל.

צווייטנס. איך האב זייער ווייניג קאנטאקט מיט עכט "פראבלעמאטישע" מענטשן וועלכע זענען אין אינטענסיווע טעראפי. (א ביסל יא.). נאר איך האב געקענט א מענטש וואס איז אויך געווען איינער פון די נישט-לייסנס'ד טעראפיסטן. ער איז טאקע געווען א געשוואלענער עיי"ן ה"א. און בכלל נישט קיין אינטעליגענטער מענטש. דאך האט ער געהאט קליענטן. ווען איך האב געהערט אויף א בחור אז ער גייט צו איהם. האב איך באמת געהאט רחמנות אויף איהם.

עז עי סייד באר: מ'האט אמאל אין מיין שול מכבד געווען יענעם "טעראפיסט" מיט מפטיר. האט ער געזאגט אין די הפטורה. וואו ס'שטייט אין פסוק...ברוב אונים ואמיץ כח...האט דער חשוב'ער איד געזאגט ...ברוב אוזניים ואמיץ כח...!

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 4:41 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
שפילער האט געשריבן: אן עקל פון אן ארטיקל, נישט רעספעקטירנדיג דעם ליינער קיין כי הוא זה,
אפשר ביסטו מסביר פון וואס דו רעדסט פונקטליך? וואס איז פונקטליך סייקאנעליסעס? פארוואס רוב טערעפיסטן ניצן עס נישט, וכו' וכו'

א אלפאבעט קען פרעגן שאלות? :roll: :lol: :lol: ;)

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 4:52 pm
דורך berlbalaguleh
רב חאצאצאק הקטן האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 9:29 am איך לייג "נפשי" אין "גארבאדש" די סעקונדע וואס איך קויף עס.
רב חאצאצק הקטן שליט"א. : גם אני בחלומי.

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 7:52 pm
דורך היכי דמי
אויף די קול מבשר אינטערוויא זאגט הרב צבי ווייס פון מאמענט אז זיי פארקויפן פופציג טויזענט שטיק פאר יום טוב. א זאך וואס איז זיכער פאלש.

וויאזוי קען מען פארקויפן לאקשן פאר אונזער געמיינדע אזוי גרינג?

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 7:59 pm
דורך אשרי העם
היכי דמי האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 7:52 pm אויף די קול מבשר אינטערוויא זאגט הרב צבי ווייס פון מאמענט אז זיי פארקויפן פופציג טויזענט שטיק פאר יום טוב. א זאך וואס איז זיכער פאלש.

וויאזוי קען מען פארקויפן לאקשן פאר אונזער געמיינדע אזוי גרינג?
לאקשאן פארקויפט א צווייטער
אבער ער פארקויפט די מאמענט
בליעה״ר

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2024 8:00 pm
דורך שפילער
berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 4:52 pm
רב חאצאצאק הקטן האט געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 9:29 am איך לייג "נפשי" אין "גארבאדש" די סעקונדע וואס איך קויף עס.
רב חאצאצק הקטן שליט"א. : גם אני בחלומי.
פאסט נישט פאר אייך ר'בערל