בלאט 48 פון 214

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 6:39 pm
דורך גוטאווסקי וועלוו
איך בין א שילער יידישע פּרץ שולע אין לאָדזש ( פוילן ). מיינע ערשטע מעשת זענען געווייזן איןייִדישע שפּראַך


.מיט מיינע עלטערן מיר האבן אַנטלאָפֿן פון פוילן אין 1956. איצט איך וווין אין פראנקרייך. מיין עלטערןהאבן שטענדיק גערעט יידיש, אָבער איך געענטפֿערט אין פּויליש . שפייטער האב איך שטוגירטאון געווארן אַ ינזשעניר און משפּחה פוטער.יידיש אַ זייער רייַכע קולטור וואָס איך ווינטש ווייזן מיינע קינדער און מיינע אייניקלעך . נישט בלויז ליטעראַטור און מוזיק , אָבער אויך די געוווינהייטן,מנחגים פון אַ פאַרשווונדן וועלט!
.

שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 7:04 pm
דורך ירא שמים
גארנישט פארשוואנדען, אידיש חי וקים אצל הדבוקים בחי וקים!!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 10:49 pm
דורך געוואלדיג
שלום עליכם [tag]yiddy1425[/tag]
yiddy1425 האט געשריבן: and made a healthy transition from chassidis to litvakisim,

אזוי ווייט אז האסט פארגעסן וויאזוי מען שרייבט אין אידיש, וויפיל תענתים דארף מען פארסטן פאר דעם? :roll: :roll:

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:21 pm
דורך טרויבן88
I'm 20 years old and I search a lot on kaveshtibel and a lot of times I want to join a conversation like technology politics and share my toughts I have read a lot about it so I want to join

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 5:42 pm
דורך קלינג
איך ליין שוין א שטיק צייט און איך טראכט פון אנהייבן שרייבן פאר פרנסה און וויל זיך צולערנען גוט שרייבן, און דער בעסטער וועג איז דורך שרייבן! איך בין א יונגערמאן אין די צוואנציגער יארן, בין אויפגעוואקסן אין א סאטמאר געשטימטן מוסד.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:57 pm
דורך בת קול
א גוטן.
איך שפיאניר שוין אויף קאווע שטיבל פאר א וויילע, און אין די יעצטיגע מינוט'ן האב איך באשלאסן אז יא! עס לוינט זיך צו האבן אן אייגענעם בת קול.
איך קוק ארויס אויף אינהאלטסרייכע שמועוסן,און צו הערן, און לאזן הערן מיינונגען.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 12:23 pm
דורך ופרצת ימה
זיין א טייל אינעם חבריה קדושה...
כבין א דורכשניטליכער יוד וואס וויל טיילען און נאשען אינפורמציה פינעם קאווע פאבריק..........................
זייער ליעב מוזיק און טעכנאלאגיע מהאף מיר מהנה צו זיין דעם עולם........................................

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 4:20 pm
דורך המדבר
איך האב ליב ידיעות איבער די גאנצע וועלט ובפרט וועגען חסידישע הויפען עס איז גאר אינטערסאנט ציליינין די אלע זאכן וואס ווערטו דא געשריבען,איך וואין אין ארץ ישראל געבוירן אין אמעריקע און שוין ברוך השם פארהייראט איך בין אין כולל אין באנאכט האב איך ליב צי זעהן חסידישע דערציילינגען

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 4:21 pm
דורך משי משה משעלע
איך בין א היימישע יוד אין די עטליכע דרייסיגע יארן איך ארבעט מיט בחורים וואס האבן שווערעקייטן מיט אמונה וכו.... איך האב דא אפשר וויכטעגע נקודות וואס איך וואלט מיט אייך געוואלט ארימרעדען....

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 11:20 pm
דורך אמאליג
כ'האב זייער אסאך מיינונגען און שיטות און כ'פייגער עס צי זאגן און כ'האב אייביג געזיכט א עפענטליכע ווינקל ווי עס צי פלוישען און ווי כ'ווועל מיך קענען טענה'ן אביסעלע

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 11:58 pm
דורך mevakesh
משי משה משעלע האט געשריבן:איך בין א היימישע יוד אין די עטליכע דרייסיגע יארן איך ארבעט מיט בחורים וואס האבן שווערעקייטן מיט אמונה וכו.... איך האב דא אפשר וויכטעגע נקודות וואס איך וואלט מיט אייך געוואלט ארימרעדען....

המממ איך שמעק אז עס גייט זיין פאן...

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 01, 2015 6:19 pm
דורך וואס טוט מען
זעט אויס צו זיין דא זייער אינטערעסאנט צו רעדן איבער די גאנצע סיסטעם פון די היימישע געגענטער און די וועג וויאזוי מיר זענען אויפגעוואקסן אלס קינד פון חדר און ישיבה און וואס טוט מען אז משפירט יעצט אז סאיז נישט וואס מוויל עכט וכו' וכו'

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 12:47 am
דורך לא ימלט
ליינענדיג די ארטיקלען, האב איך אסאך מאל געהאט וואס צוצולייגן אדער פארקערט, האב איך באשלאסן מיך צו רעגיסטרירן, איך בין 25 יעריגע אינגערמאן, וואון ארט מאנסי ניו יארק,

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 1:59 am
דורך לא ימלט
עליכם השלום טייערע חבירים, שוין א לענגערע צייט וואס איך האב געקלערט ארויף צו קומען דא, צו קענען מיטטיילען און דערקוויקן אנדערע מיט מיינע קענטענישן, (איך מיין מיר ח"ו נישט צו בארימען[emoji12] ) לאמיר האפן מיט השי"ת הילף, אז מיר זאלן קענען צוזאמען פארברענגען בשבת אחים ציזאמען,

פארוואס איך האב אויסגעוועלט די נאמען מיינע "לא ימלט" האט נישט קיין שום פשט, עס איז פשוט אריין געפלויגן אין מיין קאפ בשעתן זיך רעגיסטרירן,

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 2:17 am
דורך אדנירם
לא ימלט האט געשריבן:עליכם השלום טייערע חבירים, שוין א לענגערע צייט וואס איך האב געקלערט ארויף צו קומען דא, צו קענען מיטטיילען און דערקוויקן אנדערע מיט מיינע קענטענישן, (איך מיין מיר ח"ו נישט צו בארימען[emoji12] ) לאמיר האפן מיט השי"ת הילף, אז מיר זאלן קענען צוזאמען פארברענגען בשבת אחים ציזאמען,

פארוואס איך האב אויסגעוועלט די נאמען מיינע "לא ימלט" האט נישט קיין שום פשט, עס איז פשוט אריין געפלויגן אין מיין קאפ בשעתן זיך רעגיסטרירן,

[tag]לא ימלט[/tag] אז דו זאלסט נישט קענען געבן א הסבר פארוואס פונקט די נאמען 'לא ימלט' איז דיר אדורכגעפלויגן אין קאפ בשעת'ן זיך רעגיסטרירן... :D

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 2:20 am
דורך לא ימלט
לכאורה האב איך ערגעץ ווי געהערט די ניגון דערפון פארדעם,[emoji13]

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 11:06 pm
דורך קול הלשון
איך בין 25 יאר איך האב זייער ליעב צו האבן אסאך ידיעות אין סיי וואס איך האב ליעב מער לאקאל נייעס איך בין פון וויליאסבורג. איך האב נאך געהערט פון זייער אסאך מענטשען פון קאווע שטיבל אז עס איז זייער א גיטע זאך

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 11:08 pm
דורך קל וחומר
כ'האב אלעמאל געגליכן א קלוג ווארט, הערן א דעה פון א צווייטער שטאנדפונקט, מיטיילן מיינע דעות מיט אנדערע, זיך מתוכח זיין דא און דארט, אריינטראכטן אין עניינים וואס רוב מענטשן טראכטן נישט, וכו' (איר זעהט שוין אין וועלכע ריכטונג ס'גייט...)
קיין שרייבער בינעך נישט, ידיעות האב איך מער ווי דער אלגעמיינער (אפשר נישט ווי דער אלגעמיינער ק"ש שרייבער...) , התעמקות נעמט דאס ערשטע פלאץ ביי מיר.

נשוי,

נשלח: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 3:37 pm
דורך מי כעמך
איך בין א אינגערמאן וואונט אין ווילימסבארג מיט אסאך שאיפות וואס איך ווייס איך גיי דא טרעפן מיין מינע חבירים וואס איך זיך זיי שוין זייער לאנג , איך בין געבוירען צי א סאטמערע מישפחה ייעצט צענטראל ,

נשלח: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 3:39 pm
דורך גוט ווארט
איך האב ליב צו שמועסן מיט מענטשן וואס איך ווייס נישט ווער זיי זענען... שמעקט פון וויליאמסבורג?....... איך בין נישט קיין כולל יונגערמאן און נישט קיין ארבעטער נו אוודאי בין איך אויף קאווע שטיבל.... איך בין נישט קיין טראמפ סימפאטיקער. נאך עפעס?...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 3:45 pm
דורך שבת אחים
גוט ווארט האט געשריבן:איך האב ליב צו שמועסן מיט מענטשן וואס איך ווייס נישט ווער זיי זענען... שמעקט פון וויליאמסבורג?....... איך בין נישט קיין כולל יונגערמאן און נישט קיין ארבעטער נו אוודאי בין איך אויף קאווע שטיבל.... איך בין נישט קיין טראמפ סימפאטיקער. נאך עפעס?...

יא, ארוני אדער זאלוני?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 12:28 pm
דורך Easy Shopping
איך וויל שרייבען קורצע טעגליכע און וועלטליכע נייעס ווי אויך וויל איך ברענגען גוטע עצות צום ביישפיל אויב מען באקומט א טיקעט איופן וועג אריין אין שטאט מאכט זיך אמאל זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט וואס איך קען מיטטיילען ציטן עולם

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 1:04 pm
דורך געוואלדיג
Easy Shopping האט געשריבן:איך וויל שרייבען קורצע טעגליכע און וועלטליכע נייעס ווי אויך וויל איך ברענגען גוטע עצות צום ביישפיל אויב מען באקומט א טיקעט איופן וועג אריין אין שטאט מאכט זיך אמאל זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט וואס איך קען מיטטיילען ציטן עולם


נו ווארטן מיר צו הערן נייעס און עצות, ברוך בואך לשלום.