א גוט מארגען, וואט א דיפערענס! נעכטען אין די צייט איז געווען ווארעם אין נאס. היינט אינדערפרי איז קיל אין שטאט ,65 ,אין לעיקוואוד ,66, גוט קיל אין מאנסי , 59, מאנרא , 55, אין ממש קאלט דא אין די קעטצקילס , 48 אין וואדריד׳ג אין אויך סוואן לעיק. אין די Adirondacks אין נארט נ. י. סטעיט איז 37 יעצט! היינט זעט אויס צו זיין שיין זיניג אין עס וועט זיך אנווארעמען נאכמיטאג אין די 70s אפסטעיט, ביז נאנט צו 80 אין שטאט. די humidity וועט בלייבען זייער low. א גוטען טאג.
נאך א פאר וואכען פון ווארעמערע אבער נישט הייסע טעג , (נ. י. סיטי איז קוים אנגעקומען צו 88,89 אפשר איין טאג צו 90.) זעט אויס אז עס קומט איין טאג פון שטארקע היץ פאר זונטאג. שבת וועט דער humidity אנהויבען ארויפציגיין אבער מיט low to mid 80s וועט עס נישט זיין אן אויסנאם פאר די זיממער. זונטאג אבער (אין אוואדע קומט עס אויס אין די 9 טעג ) וועלען די טעמפרעטורס ארויף גיין אין די low 90s אין שטאט , mid 90s לעיקוואד , ארום 90 אין אפסטעיט. מיט די humidity וועט זיך פילען נאנט צו 100 אין לעיקוואוד, 98 אין שטאט, אין 95 אפסטעיט. מאנטאג וועט זיין נאך א שטורמדיגע טאג מיט זייער ווארעם אין humid וועטער אין די high 80s . די גוטע נייעס איז אבער אז פון דינסטאג אהן נעקסטע וואך גייען מיר זען low humidity אין ווארעמע זיניגע וועטער פאר א פאר טעג .