בלאט 49 פון 110

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:25 pm
דורך דריידל
בד"ה
ווייסט איינער איבער זיין היסטאריע? אלץ קינד האט מען געשמיעסט אז ער איז געווען א סאטמארע תלמוד, געווען חתונה געהאט מיט קינדער. זעהט אויס עפעס האט אים געכאפט (אפשר מאלעסטעט געווארן) און ער האט באשלאסן צו פראווענען גלות. מיט יארן צוריק איז געווען א שמועה אז מ'האט אים פארכאפט און אים ערגעץ אוועקגעפירט ווי מ'האט אים אפגעוואשן, אפגעשוירן די פארקניפטע בארד און פיאות, און אנגעטון נארמאל, אבער ביז א קורצע צייט איז ער געווען צוריק ווי פריער.

איך געדענק ווי ער פלעגט שפעט ביינאכט ברענגן קוקיס צו לעיקוואד מנין אין בארא פארק אז די אידן וואס וועלן קומען לערנען זאלן האבן וואס איבערצובייסן. איך בין זיכער אז די וואס האבן עס געגעסן האבן נישט געוויסט אז ס'קומט פון אים.

יהא זכרו ברוך

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:52 pm
דורך berlbalaguleh
ייש"כ. אויך געדענק איך ווען איך האב געלערנט אין פאפא ישיבה אין קווינס, בשנת תשכ"ה לפ"ק, ווען כ'האב געדאוונט מנחה-מעריב אין פאפא בית המדרש, איז ר' מענדל ווייס ע"ה געוועין איינער פון די מתפללים דארט. ער איז געווען אנגעטון נארמאל און אויסגעזעהן ווי א בעל-בתיש'ער יונגערמאן. ער האט געהאט אן עלטערן ברודער, חיים יאנקל, ע"ה. אבער דאס איז שוין אן אנדער פרשה... :| :| :| :| :| :| :| :? :cry: :( :| :roll: :o

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 2:58 pm
דורך כוכב
ער איז זיכער געווען א צעבראכענעם מענטש וואס איז אפגעקומען מיט זיינע יסורים דא אויף דער וועלט, אבער די אלע מעשיות כאילו ער איז געווען א צדיק נסתר איז שוא ושקר ושמעתי מענין מהותו מנאמן וואס האט זיך אפגעגעבן מיט אים ודי בזה.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 3:09 pm
דורך קאווע טרינקער
א ל"ו מאלעסטער, אדער א ל"ו צדיק.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 3:17 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:א ל"ו מאלעסטער, אדער א ל"ו צדיק.

ס'געוועין אזאלכע שמועות אויך. אבער ס'איז נישט קאנפירמ'ד... :? :|

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:19 pm
דורך גאלד
ל"ו צדיק??? וואס טוט זיך מיט בל תשקצו, נקיות, ער האט מיך מאלעסטעד יעדס מאל איך בין געווען אין זיינע 200 פיס...פוי!...

נו שוין, איך בין מלמד זכות ער איז געווען גייסטיש צירידערט,

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:43 pm
דורך שמעקעדיג
200 פוס? האט ער געהאט לאנגע הענט ווי בתי'?

נו שוין, עשי"ת, צוריק צום ענין, זאלן אלע רוען אין גן עדן.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:52 pm
דורך berlbalaguleh
גאלד האט געשריבן:ל"ו צדיק??? וואס טוט זיך מיט בל תשקצו, נקיות, ער האט מיך מאלעסטעד יעדס מאל איך בין געווען אין זיינע 200 פיס...פוי!...

נו שוין, איך בין מלמד זכות ער איז געווען גייסטיש צירידערט,

ער איז טאקע געוועין גייסטיש צורודערט, ל"ע. מ'האט געשמועסט אז דאס איז געוועין א משפחה קרענק, ל"ע... :? :roll: :cry: :( :o

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 6:08 pm
דורך הוגה
אינטערעסאנט, די חסידישע קינדער האבן אים גערופן מענדל די חזיר, די ליטווישע האבן אים גערופן mendel the coat rack. א מיסטעריעזע כאראקטור, וועט אלעמאל געדענקט ווערן אין די בארא פארק'ער היסטאריע צווישן איר לאנגע ליסטע פון מאדנע מענטשן.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 04, 2014 11:09 pm
דורך קאווע טרינקער
המודיע באשרייבט אים:

On 6 Tishrei, Boro Park lost one of its mysterious souls, Reb Mendel Weiss. Known for his many layers of coats packed with papers, even to the many good-hearted Yidden who cared for him, his essence remained hidden.

“He was a soft-spoken person,” said one Boro Park resident. “If you let yourself get to know him, he had a very sweet smile. No one knew what was behind him, but he seemed to be a happy person, despite his obviously difficult circumstances.”

One individual who was particularly involved in providing for his welfare said that he just “didn’t want anything in this world. He just wanted to be mezakeh others with chassadim.”

Reb Mendel lived with near-complete removal from olam hazeh. A family where he frequently ate related that he rarely had more than a glass of seltzer and a piece of cake.

This caregiver related that he was always very grateful to those who provided for his needs and had a wonderful sense of humor.

In Reb Mendel’s later years, he resided for some time in Palm Gardens on Avenue C, where his needs were cared for with the greatest warmth and attentivness.

A Hamodia staffer remembers her father telling her that Reb Mendel was in Nitra Yeshivah with him in Mt. Kisco in the 1950s. Her father always expressed admiration for Reb Mendel’s hasmadah in learning, and how readily he shared his knowledge with others.

Always living somewhat above the natural order of things, on a recent visit to the hospital doctors remarked that they could not understand how someone suffering from so many infections could be alive.

Reb Mendel’s avodah was wrapped in mystery. He was very punctilious about observing yahrzteiten of family members and tzaddikim, and knew how to learn. But for every inch that one could observe, there was much more that remained unknowable.

Yehi zichro baruch.

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 12:25 am
דורך ארבעס
קריינא דאיגרתא האט געשריבן:הג"ר חיים חנא טשארנעס זצ"ל
פון די אמאליגע צדיקים וואס האבן באשיינט וויליאמסבורג מיט אצילות און ענות חן. ער איז געוועהן א תלמיד פון ר' ראובן, און שפעטער האט ער געהאט א ישיבה און כולל אין יאנקערס.

לאנגע יארן האט ער געדאווענט אין פוילישע שטיבל אויף ראסס סטריט, וואו ער איז געוועהן דער מנהיג רוחני (נישט דער אפיציעלע רב), און האט געהאט געוויסע רבנישע פונקציעס ווי שלוש סעודות תורה און פארקויפן די חמץ.

יארן צוריק האט ער פארלוירן א זוהן, און אין א טראגעדיע וואס האט אויפגעשאקעלט די וועלט האט ער פארלוירן אן אייניקל ביי א הכנסת ספר תורה, נאכדעם וואס א שטאנג פון די חופה האט אים געשעדיגט.

אין די לעצטע יאהרן נאכדעם וואס זיין רעביצין אין נפטר געווארן האט ער געוואוינט ביי א טאכטער אין בענזענהוירסט.


די מעשה פין אייניקעל ביי הכנסת ספר תורה איז דאס געוועהן בערך 20 יאר ציריק ביי 12 עוועניו אין 45?

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 5:50 pm
דורך berlbalaguleh
ר' מרדכי לענעראוויטש ע"ה. 89 יאר. היינט געוועין די לוויה אויף ראדני. ער איז געוועין פון די ערשטע מענטשן פון רבי'ן זי"ע דא אין אמעריקע.
ער איז געוועין א איד א גרויסער ת"ח, א זון פון קעמעטש'ער רב ז"ל. ר'איז געוועין א נהנה מיגיע כפיו. אלע יארן געארבעט אין א ניטינג פעקטארי. מיט עלעף יאר צוריק, בערך האט ער געליטן א סטראוק, ל"ע..
ער איז געוועין א מוסטער פון א פארצייטישן חסידיש'ער איד. ער האט געהאט פארשידענע חומרות.למשל, ער האט נישט געגעסן קיין געבראקטס, נאר אין ספעציעלע כלים. אויך נאר ווען ס'איז געוועהן אן עיבור יאר. (ווייל דאמאלס שטייען די כלים גאנצע צוועלעף חדשים(.
יהא זכרו ברוך...!

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 6:04 pm
דורך פיינע קאווע
אויב מעג איך פראגען. וועלכע רבי'ן זי"ע ?

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 6:07 pm
דורך איך אויך
ארבעס האט געשריבן:
קריינא דאיגרתא האט געשריבן:הג"ר חיים חנא טשארנעס זצ"ל
פון די אמאליגע צדיקים וואס האבן באשיינט וויליאמסבורג מיט אצילות און ענות חן. ער איז געוועהן א תלמיד פון ר' ראובן, און שפעטער האט ער געהאט א ישיבה און כולל אין יאנקערס.

לאנגע יארן האט ער געדאווענט אין פוילישע שטיבל אויף ראסס סטריט, וואו ער איז געוועהן דער מנהיג רוחני (נישט דער אפיציעלע רב), און האט געהאט געוויסע רבנישע פונקציעס ווי שלוש סעודות תורה און פארקויפן די חמץ.

יארן צוריק האט ער פארלוירן א זוהן, און אין א טראגעדיע וואס האט אויפגעשאקעלט די וועלט האט ער פארלוירן אן אייניקל ביי א הכנסת ספר תורה, נאכדעם וואס א שטאנג פון די חופה האט אים געשעדיגט.

אין די לעצטע יאהרן נאכדעם וואס זיין רעביצין אין נפטר געווארן האט ער געוואוינט ביי א טאכטער אין בענזענהוירסט.


די מעשה פין אייניקעל ביי הכנסת ספר תורה איז דאס געוועהן בערך 20 יאר ציריק ביי 12 עוועניו אין 45?

יא ,איך בין געווען דארט אויפן סצענע גלייך דערנאך. און דעמאלטס האט מען תיכף אויפגעהערט מיט די מאדערנע איינפירונג פון שלעפן די חופה מיט א ווען נאר מען איז צוריקגעגאנגן צום אלטן מנהג פון עס טראגן מיט די הענט ווי אלע יארן (כדרכו האבען מאנכע עס דעמאלטס תולה געווען אין דעם).

דאכט זיך אז לעצטענס איז ביי מאנכע צוריק אריין די מנהג לא טוב און מען דארף עס מבטל זיין.

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 6:21 pm
דורך berlbalaguleh
פיינע קאווע האט געשריבן:אויב מעג איך פראגען. וועלכע רבי'ן זי"ע ?

א שאד דו קענסט נישט זעהן וויאזוי איך לאך... ווייל סמיילי'ס אליין קענען נישט אויסדרוקן די עמאציע...!

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 6:40 pm
דורך blauvelt
Where was he buried new or old chelka

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 6:45 pm
דורך berlbalaguleh
blauvelt האט געשריבן:Where was he buried new or old chelka

If you are really "dying" (ch"v) to know, I'll check and get back to you... :lol:

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 6:52 pm
דורך blauvelt
גראדע נישט איינער האט מיך פשוט געפרעגט

נשלח: זונטאג אקטאבער 05, 2014 6:54 pm
דורך berlbalaguleh
blauvelt האט געשריבן:גראדע נישט איינער האט מיך פשוט געפרעגט

או.קעי. איכ'ל טשעקן, בלי"נ. נאר ס'איז מסתבר אז ביי די נייע ווייל ער איז געוועהן פון די זאלונים...!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 1:21 am
דורך berlbalaguleh
berlbalaguleh האט געשריבן:
blauvelt האט געשריבן:גראדע נישט איינער האט מיך פשוט געפרעגט

או.קעי. איכ'ל טשעקן, בלי"נ. נאר ס'איז מסתבר אז ביי די נייע ווייל ער איז געוועהן פון די זאלונים...!

יא. קאנפירמ'ד מיט די משפחה. נייע. אין איין שורה מיט אנדערע חשוב'ע אידן תושבי וויליאמסבורג. ווי ר' יצחק נאה דער סופר. און אנדערע .

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 12:43 pm
דורך היסטאריקער
אינטערסאנט אז דעים ר"ה זענען נפטר געווארן צוויי חשובע אידען הרה"ח ר' משה הענדלער און הרה"ח ר' בנציון אינדיג ע"ה, און עס איז נישט דערמאנט געווארן דא

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 12:56 pm
דורך berlbalaguleh
היסטאריקער האט געשריבן:אינטערסאנט אז דעים ר"ה זענען נפטר געווארן צוויי חשובע אידען הרה"ח ר' משה הענדלער און הרה"ח ר' בנציון אינדיג ע"ה, און עס איז נישט דערמאנט געווארן דא

פארוואס?!
ר' מרדכי לענעראוויטש ע"ה, וועלכער איז געוועין זייער באקאנט אין וויליאמסבורג, אין ביהמ"ד אויף ראדני, איז אויכעט נישט דערמאנט געווארן דורך קיינעם, חוץ פון אני הקטן!!!... :?:

נשלח: מאנטאג אקטאבער 06, 2014 7:43 pm
דורך סאשי פיש
קיינער רעד נישט פון חיים אלעזר פערלמוטער, ער פלעגט יארן אנפירען די מנין ווי ער פלעגט עס רופען "מנין במתינות" אין ראדני בהמ"ד, ער פלעגט הענגען צעטלעך דערפון, און אריינלייגען אין דבר יום ביומו דערוועגען.
לשבחו האט ער ביי זיין לוויה געהייסען אויסרופען אז וועמען ער האט נערוועז געמאכט מיט זיין שטאטע דאווענען (מנין) בעט ער איבער!