בלאט 49 פון 66

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 26, 2020 9:31 pm
דורך ישעיה
גיטי'ס דעספערטע געשריי: לאמיר כאטש איין זאך טוהן אין דעי משפחה לויט די בוק!
לדעתי די בעסטע ליין…
#רחמנות, באשעפער, רחמנות

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 4:43 am
דורך מילך טראק
ווער איז די שירה לעווינזון בינאיך זייער נייגעריג אפשר פאקט זי איין די אנדערע יוסעלע זיי נישט קיין נאר

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 9:03 am
דורך חכמה גדולה
קען זיך איינער מרחם זיין, און לייגן אויף דרייו, פאר די גע'כשר'טע יודן?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 9:57 am
דורך בת קול
מילך טראק האט געשריבן:ווער איז די שירה לעווינזון בינאיך זייער נייגעריג אפשר פאקט זי איין די אנדערע יוסעלע זיי נישט קיין נאר


ריב נימאן. איר געבורטסטאג איז צופעליג געווען נעכטן.
ניב סולטאן (זילא) פון טעהראן און ליאנא יון (דאנא) פון בת השוטר האבן איר נעכטן אנגעוואונטשן מזל טוב, האב איך באמערקט אז דאס איז שירה לוי.

זי איז אויך אן אקטרעס אויף Fauda. (יארא)

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 10:31 am
דורך קלוגע יודל
וואס איז די וואלקן וואס שוועבט אויף משפחת ווייס?
די וואלקן וואס האט זיי געמאכט פארשטיין אז מען דארף שוין א שידוך טוהן מיט יוסל’ה און נישט ווארטן ביז׳ן פיפטן וועד

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 10:31 am
דורך קלוגע יודל
.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 10:38 am
דורך בת קול
פון פריערדיגע קאפיטלען. אז ליפא איז אנטלאפן און רוחמי האט זיך אליינס חתונה געמאכט.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 12:31 pm
דורך קלוגע יודל
בת קול האט געשריבן:פון פריערדיגע קאפיטלען. אז ליפא איז אנטלאפן און רוחמי האט זיך אליינס חתונה געמאכט.

די דערמאנסט מיר עפעס
שוין אריבער א לאנגע צייט זייט דענמאלטס

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 12:41 pm
דורך מנחם ציון
קלוגע יודל האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:פון פריערדיגע קאפיטלען. אז ליפא איז אנטלאפן און רוחמי האט זיך אליינס חתונה געמאכט.

די דערמאנסט מיר עפעס
שוין אריבער א לאנגע צייט זייט דענמאלטס

חזרה איז אלס גוט, פלעגט דער רבי זאגן

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 6:06 pm
דורך ראוונע
נו ווען קומט פרק ב?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 6:48 pm
דורך שפילער
שוין דא

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 6:50 pm
דורך מנחם ציון
ווער קען דאס ארויפלייגן מיט א דרייוו לינק?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 6:58 pm
דורך ראוונע
שפילער האט געשריבן:שוין דא


לינק בבקשה

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 7:40 pm
דורך ישעיה
שפילער האט געשריבן:שוין דא

אויף טלגרם?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 9:06 pm
דורך כלבאשבוע
ישעיה האט געשריבן:
שפילער האט געשריבן:שוין דא

אויף טלגרם?


יא, א געוואלדיגע עפיזאד

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 10:51 pm
דורך סמבטיון
איך האלט די סיבה פארואס ליבי האט געדארפט גיין פארקויפן בייגלעך איז פשוט, אויב ליבי לעבט און סלעבן גייט ווייטער אן , וואלט די קאנצעפט פון די מעשה אריבער צו א הייסע ראמאן צווישן קיווע און ליבי, נישט דאס איז די תכלית פון די סדרה, קיווע דארף זיך סאמהאו טרעפן צוריק אין איין דירה מיט שלום און זיך ארומרייסן מיט זיין טאטע, אדער פארקערט די ליבשאפט זאל גיין נאך טיפער, איך האב נאך נישט געוואטשט די צווייטע פרק, איך שטעל מיר פאר אז עס ווערט נאר בעסער און בעסער.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 10:51 pm
דורך סמבטיון
u

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 11:20 pm
דורך ראוונע
ליבי אומר לי אז קיווע גייט זיך יעצט פארליבען אין די ווארבער מיידעל אטעדע וואס האט אפגעקויפט די ציורים פון ליבי ע׳ה

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 11:44 pm
דורך פארווע חסיד
ראוונע האט געשריבן:ליבי אומר לי אז קיווע גייט זיך יעצט פארליבען אין די ווארבער מיידעל אטעדע וואס האט אפגעקויפט די ציורים פון ליבי ע׳ה

דוכט זיך מיר, אז שפעטער ווען ער פירקלט אזוי אויף זיין ביכעלע, מאלט ער איר פיגור... שוין נאכן געבן איר א סילוק

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 11:56 pm
דורך מפיל קינד
יא, פשוט אזוי. זי ווערט די נייע ליבי, אבער קיווע גייט בלייבן מיט זיינע אלטע ליבי מחשבות און נישט לאזן זיך פארליבן אין איר. ער גייט זיך שלאגן מיט זיך אליין צו בלייבן מיט ליבי.

דער בטלן צבי אריה האט געראטעוועט זיין טאטע'ס קאריערע. ווער האט געגלייבט? שולם'ס שטארקייט איז צום באוואונדערן, ער איז בכלל נישט אזוי אלט.

טוניק איז געבליבן דער מתמיד, און רחמי הייבט יעצט אן א פרישן קאמף מיט אירע געפילן, וואס גייט פירן צו א שרעקליכע מלחמה צווישן איר און טוניק. איינער פון זיי צוויי גייען חרטה האבן אויף דעם שריט, אדער חנינה צוליב פרומקייט אדער רחמי געפיליש.

די לאטערי אלמנה קוקט אויס סתם אבי געשאסן דא, אבער קוקט אויס אז זי וועט נאך זיין דא א שטיקל מחותנית'טע אין דעם סעזאן.

וואס איז מיט יאסעלע, גיטי, ליפא און מנוחה? מ'האט עפעס פלעין פארגעסן פון זיי? שירה האט נאכנישט גערופן אין ישיבה? מ'וואלט ענדערש געדארפט לאזן די אויספיר פון שלום'ס הצלחה צום נעקסטן פרק, און ברענגען אביסל פון די צוויי שירה'ס. ס'וואלט זיך געענדיגט מער דראמאטיש.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 12:07 am
דורך [NAMELESS]
דאס מערסטע געפעלט מיר די הפגנה פרשה מיט צבי אריה'ס שטיקל וואס די עולם פאלט דערפאר איינס ביי איינס און ווי עולם גולם שטיפט זיך אין די רייע ביי שולם'ס טיר, פונקט אזוי קוקן מיר אויס ווען מיר רייסן איין ביי גאלדמאן און ביי זינגער'ס פון אלכסנדר.....

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 12:21 am
דורך ראוונע
מפיל קינד האט געשריבן:יא, פשוט אזוי. זי ווערט די נייע ליבי, אבער קיווע גייט בלייבן מיט זיינע אלטע ליבי מחשבות און נישט לאזן זיך פארליבן אין איר. ער גייט זיך שלאגן מיט זיך אליין צו בלייבן מיט ליבי.

דער בטלן צבי אריה האט געראטעוועט זיין טאטע'ס קאריערע. ווער האט געגלייבט? שולם'ס שטארקייט איז צום באוואונדערן, ער איז בכלל נישט אזוי אלט.

טוניק איז געבליבן דער מתמיד, און רחמי הייבט יעצט אן א פרישן קאמף מיט אירע געפילן, וואס גייט פירן צו א שרעקליכע מלחמה צווישן איר און טוניק. איינער פון זיי צוויי גייען חרטה האבן אויף דעם שריט, אדער חנינה צוליב פרומקייט אדער רחמי געפיליש.

די לאטערי אלמנה קוקט אויס סתם אבי געשאסן דא, אבער קוקט אויס אז זי וועט נאך זיין דא א שטיקל מחותנית'טע אין דעם סעזאן.

וואס איז מיט יאסעלע, גיטי, ליפא און מנוחה? מ'האט עפעס פלעין פארגעסן פון זיי? שירה האט נאכנישט גערופן אין ישיבה? מ'וואלט ענדערש געדארפט לאזן די אויספיר פון שלום'ס הצלחה צום נעקסטן פרק, און ברענגען אביסל פון די צוויי שירה'ס. ס'וואלט זיך געענדיגט מער דראמאטיש.


יא עפעס פעלט אין די פרק
אחוץ צבי אריהלע׳ס שפיצעל ביים הפגנה אין קיווע׳ס באגעגעניש מיט רוחלי פון די ציורים איז עס היפש טרוקען

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 12:44 am
דורך [NAMELESS]
שלום'ס קאנפראטאציע מיט וויינבאך איז שפיץ דראמע. די מוסקלען זענען מיר געווען איינגעצויגן פון זיינע שארפע אויגן.

(די טעלעפאן געשפרעך צווישן זיי בעפאר איז געוואלדיג...)