בלאט 49 פון 63

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 2:18 pm
דורך דער שכן
איחוד פעלד האט געשריבן:וואס איז בעצם א נפק"מ צו מען כאפט.דער וואס האט עס.געטוהן צו נישט?

דער וואס האט עס געטוהן איז נישט דא, און דער וואס האט אים געשיקט ווארט מען זאל פראווען, סא וואס קען מען טוהן. לאמיר זאגען זיי ווייסען ווער האט געשיקט, אבער אהן באווייזען, האבען זיי נישט קיין קעיס, און טאמער זיי האבען נישט קיין שאנס פין געווינען, הייבען זיי נישט אהן.


און אז מען כאפט דעם עצם רוצח איז וואס?

און אז דער עצם געכאפטער רוצח איז אין תפיסה און נאך עטליכע טעג אדער נאך איטליכע וואכן פאנגט ער אן צו זינגן און צו רעדן און דערציילן, איז אויך א פראבלעם?

און אויב דער עצם רוצח איז געכאפט און דורך דעם קען דער משלח אים נישט שעדיגן איז אויך א פראבלעם?

דו ווייסט דען באמת וואס די עכטע מעשה איז געווען? ווייסן מיר דען וואס איז בכלל אמת אין די פארשונגן אין די אינוועסטיגעשאן, און וואס איז נאר לערבב את השטן און וואס נישט?

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 2:40 pm
דורך [NAMELESS]
דרעזנער פון די צייטונג שרייבט א ריפארט אז פאליציי ווייסט שוין אלעס ווער עס איז געוועהן ביהיינד איט , און ס'קימט א ארעסט ממש בקרוב

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 2:56 pm
דורך דער שכן
ראשעקאל האט געשריבן:דרעזנער פון די צייטונג שרייבט א ריפארט אז פאליציי ווייסט שוין אלעס ווער עס איז געוועהן ביהיינד איט , און ס'קימט א ארעסט ממש בקרוב


איטליכעס האבן שוין אזוי גיהויבן די געמיטער...

״סי-אינג איז בעלי-ווינג״

איך גלייב נאר די 13 אני מאמיןס. אנדערער זאכן דארף איך זעהן.

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 7:05 pm
דורך אבי גערעדט
ער זאגט עס נישט פון בויך ארויס, דאס העט ער געהערט פונעם ברידער יואל שטארק, אין א אינטערוויו מיט אים אויף קול מבשר

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 7:17 pm
דורך דער שכן
אבי גערעדט האט געשריבן:ער זאגט עס נישט פון בויך ארויס, דאס העט ער געהערט פונעם ברידער יואל שטארק, אין א אינטערוויו מיט אים אויף קול מבשר


אללעס ביז יעצט איז אויך געווען געזאגט געשריבן געפירקעלט און געהערט פון אן אנדערען וואס יענער האט רעלייעבל סארסעס.. גענוג געווען מיט דעיע מעשות!

ווען מ׳וועט מאכן אן ארעסט דעמאלטס וועט מען כאטש עפעס אטעמען. אוודאי ר׳ מ. מ. וועט מען שוין נישט צוריק ברענגן אויף דער וועלט, אבער עפעס אזא מין זאך וואס מען רופט דזשאסטיס. השם ינקום דמו!

זאלן מיר שוין טאקע ווערן אויסגעלייזט פון דעם ביטערן גלות בכלל ובפרט. גלות ביי גוים, גלות ביי אידען און גלות ביי זעך אליין.

ובא לציון גוא-ל בב״א.

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 7:27 pm
דורך דער שכן
אבי גערעדט האט געשריבן:ער זאגט עס נישט פון בויך ארויס, דאס העט ער געהערט פונעם ברידער יואל שטארק, אין א אינטערוויו מיט אים אויף קול מבשר


האט מען נישט געזאגט אדער געשריבן אז די משפחה זאגט אז מ׳זאגט זיי גארנישט??
און אמת׳ן אריין ווייסט איר דאך אז האמאסייד אינוועסטיגעישאןס קומט גע׳סיעלט. אפילו פאר משפחה אויך נישט. משוגע דארף מען צו זיין. א יעדעס מינדעסטע אינפארמאציע ארויס-רין קען צוריקריקן פאראויסגעשריטענע הצלחות אינעם געשעפט פון דערגיין, וויסן און כאפן די שולדיגע.

טא, אז די משפחה ווייסט נישט, וויאזוי ווילסטע אז איך זאל דיר גלייבן און נאכדעם אויך גלייבן דעם משפחה מיטגליד? זענען זיי איינגעשטעלטע אין די פארש פין די פאליציי אנשטאלטן?.. און אפילו אויב יא קען מען אויך נישט גלייבן.

Seeing is believing.

נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2014 7:45 pm
דורך גאלד
וואס שווענדסטו אזויפיל ענערגיע צו איבערצייגן דעם עולם דא אין שטיבל אז דו גלייבסט נישט געוויסע באריכטן,

ליין אפ די תגובות, גלייב יא צו גלייב נישט וואס די ווילסט, און מאוו אן,

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 1:54 pm
דורך דער שכן
גאלד האט געשריבן:וואס שווענדסטו אזויפיל ענערגיע צו איבערצייגן דעם עולם דא אין שטיבל אז דו גלייבסט נישט געוויסע באריכטן,

ליין אפ די תגובות, גלייב יא צו גלייב נישט וואס די ווילסט, און מאוו אן,


דו טוסט עס כדי איך זאל ״שווענדן״ נאך מער ״ענערגיע״?

וואס איז מיין ענערגיע רויטער פון אנדערע? אז יענער ״שווענדט״ אויף תגובות אז איך אויכעט. זה בכה וזה בכה.

ענדזשוי דיך. :lol:

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2014 1:56 pm
דורך דער שכן
אבי גערעדט האט געשריבן:ער זאגט עס נישט פון בויך ארויס, דאס העט ער געהערט פונעם ברידער יואל שטארק, אין א אינטערוויו מיט אים אויף קול מבשר


ס׳איז אללעס אבי גערעדט. :|

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 4:41 pm
דורך נאר,,פרייליך
מען ווארט אצינד אויף אן ארעסט פון די רוצחים פון שטארק

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 4:41 pm
דורך נולד מאוחר
וואס ווי ווער ווען וועם?

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 5:07 pm
דורך דער שכן
@SenserFes האט געשריבן:There are rumors that an arrest is going to be very soon in the M.M.Stark murder case. Stay tuned.
No details yet. ?

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 6:09 pm
דורך דער שכן
דער שכן האט געשריבן:
אבי גערעדט האט געשריבן:ער זאגט עס נישט פון בויך ארויס, דאס העט ער געהערט פונעם ברידער יואל שטארק, אין א אינטערוויו מיט אים אויף קול מבשר


ס׳איז אללעס אבי גערעדט. :|


אודה ולא בוש: וגם אני בתוכם, אנפורטשאנעטלי. :oops:

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 8:03 pm
דורך ברוך שאמר
נאר,,פרייליך האט געשריבן:מען ווארט אצינד אויף אן ארעסט פון די רוצחים פון שטארק

איך מיין אז עס אי. שוין די העכסטע צייט אויפציהערן מיט די נארישקייטן

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 8:22 pm
דורך גרוש
מ'ווארט שוין 5 וואכן

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 8:42 pm
דורך דער שכן
גרוש האט געשריבן:מ'ווארט שוין 5 וואכן


איי עגרי.

לערן דיך אויס אז מארד אינוויסטיגעישאן נעמט געוועהנליך אסאך מער ווי פינעף וואכן. מ׳דארף צאמשטעלן א פאזעל פון טויזענטער באשטאנדטיילן פון אנדערע מינע צוזעמענשטעלעכץ. עס מוז ווערן געבויעט אויף אזא מין באפעסטיגקייט אז דער בעסטער לויער זאל עב נישט קענען אומווארפן, צו שאקלן אדער לעכערען. גאנץ מעגליך אז די פאליציי ווייסט שוין גענוי ווער זענען אלטץ געווען פונקליך פארמישט, אבער נאכנישט דערזאמעלט אללע באפעטיגונגן.

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 9:22 pm
דורך בן תמליון
אין אנדערע נייעס האט חזן יעקב שטארק, ברודער פון הקדוש מנחם הי"ד, אויפגעטרעטן ביים איינשווערונג צערעמאניע היינט פון דעם נייעם די עי קען טאמפסאן, מיטן פאסיקן והוא רחום יכפר עון כו' ולא יעיר כל חמתו. דער עולם איז געווען זייער באנומען אזש מען האט דערלאנגט א האלבן שטייענדן אוואציע, באריכטעט אורן יניב.

http://m.youtube.com/watch?v=aUEIWuuqoxY

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2014 9:51 pm
דורך גנדי
די היינטיגע שמיעה קומט ווייל די עולם פארשטייט נישט ענגליש.

אונזער אלעמען באקאנטען אורן יניב האט היינט געטוויט. און דער עולם האט נישט פארשטאנען. עיין בטוויטער ודו״ק

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 8:12 am
דורך ברוך שאמר
דער שכן האט געשריבן:
גרוש האט געשריבן:מ'ווארט שוין 5 וואכן


איי עגרי.

לערן דיך אויס אז מארד אינוויסטיגעישאן נעמט געוועהנליך אסאך מער ווי פינעף וואכן. מ׳דארף צאמשטעלן א פאזעל פון טויזענטער באשטאנדטיילן פון אנדערע מינע צוזעמענשטעלעכץ. עס מוז ווערן געבויעט אויף אזא מין באפעסטיגקייט אז דער בעסטער לויער זאל עב נישט קענען אומווארפן, צו שאקלן אדער לעכערען. גאנץ מעגליך אז די פאליציי ווייסט שוין גענוי ווער זענען אלטץ געווען פונקליך פארמישט, אבער נאכנישט דערזאמעלט אללע באפעטיגונגן.

אדרבא זיי מסבר וואס די רעדסט! סיז דא א באדי ,לאקעשין ,ווען , ווידיא, email,קאנטראקטאר ,ועוד ועוד ! סא הא דא יע טינק יא אר קידינג וועק אף ענד סמעלל די קאאפי !

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 9:56 am
דורך גנדי
אפשר ווארט מען פאר די רבנים אהיים צוקומען פון וואקאציע צו קענען מאכן א ישיבת בי"ד צו באקומען א היתר אויף התגרות באומות אין פאל עס איז מער נישט פיקוח נפש...

ליצנות אין א זייט. מען דארף מן הסתם ווארטן פאר פארענזיק טעסטס זאלן צוריק קומען פון די לעבראטאריס, מען דארך צוזאם שטעלן די סליידס צו ווייזן פאר די דזשורי, מען דארף זיצען מיט די פראסעקוטערס און אפמאכן וועלכע סטראטעגיע צו נוצען ביים אנקלאגען...

איך האף נאר אז עס איז נישט יד ישראל באמצע, און מען לייגט דרוק צו פארוואסערען...

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 10:03 am
דורך מ גפני
גנדי האט געשריבן:די היינטיגע שמיעה קומט ווייל די עולם פארשטייט נישט ענגליש.

אונזער אלעמען באקאנטען אורן יניב האט היינט געטוויט. און דער עולם האט נישט פארשטאנען. עיין בטוויטער ודו״ק

נו אפשר ביזט דו עס מסביר פאר די אומוויסענדע

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 10:32 am
דורך גנדי
Oren Yaniv @OrenNYDN

Jewish benediction at @BrooklynDA inauguration will be sung by Cantor Yaakov Stark, brother of slain landlord Menachem Stark

4:15 PM - 9 Feb 2014



Oren Yaniv @OrenNYDN

Stark's killer(s) have yet to be arrested by law enforcement.
4:16 PM - 9 Feb 2014


https://twitter.com/OrenNYDN/status/432624115959484416

לויט וואס די עולם פרעגט אים, האבן זיי נישט פארשטאנען...

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 7:10 pm
דורך אפטעמיסט