בלאט 49 פון 179

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 12:22 pm
דורך chusid
אין מדינת ישראל האט זיך געמאכט א סקאנדאל אז אין באנק איז דא עקסטערע שירות פאר מענער און פרויען, די מידיע איז אראפגעקומען און געפרעגט איינעם וואס איז פשט אז מען שטייט עקסטער, ענטפערט ער: איין שורה איז פאר דיפאזיטס און איינס פאר ווידראלס.....

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 12:24 pm
דורך chusid
" אלעס ווענטזיך אינעם ווייב, אויב האסטו א גוטע ווייב ביזטו א פרייליכע מענטש, אויב האסטו א שלעכטע ווייב ביזטו א פילאזאף"

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 12:26 pm
דורך chusid
די לעפקאוויטש'ס האבען נישט ליב מהר"א ט"ב ווייל ער פארשטייט נישט קיין חילוק צווישן א לעפקאוויטש און א מאסרי. .

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 1:52 pm
דורך [NAMELESS]
ווער איז א געווינער אין די גרעסטע לאזער אין די זעלבע צייט?, דער וואס געווינט זיין ווייב...!!

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 2:06 pm
דורך [NAMELESS]
עס שטייט אין די סדרה אז אברהם אבינו איז אנגעקומן קיין מצרים אין מורא האבענדיג פאר שרה האט ער איר אריין געלייגט אינעם רענצעל האפענדיג אזוי איר אריין צי שווערצן , נו שטעלט אייך פאר צי איר קענט אריין פאקען אייער ווייב צווישן די גענוצטע גאטשעס אין זאקען....?? נו אויב אזוי ווי האט אברהם אבינו דאס באוויזן ??, נאר עס שטייט פארדעם אין חומש אז אברהם האט איר געזאגט אז "אשת יפת מראה את" ער האט איר קאמפלעמענטירט ווי שיין זי זעט אויס , אין דאס איז דער מציאות אז מען קאמפלימענטירט זיי זענען זיי גרייט אפילו זיך אין רענצל אריין צי לייגן פאר דיר .....!!!!!

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 2:26 pm
דורך [NAMELESS]
מאמע : יענקעלע פארוואס טוישסטע נישט דיין זאקען?, יענקעלע : מאמי קיינער וויל נישט טוישן מיט מיר ... :D (גירסה נוספת)מאמי איך טויש יא! פין די רעכטע צי די לינקע...!! :D אז מען רעדט שוין פון זאקען וועל איך זאגן א טעם פארוואס מאנכע פירן זיך נישט צי טוישן די זאקען, טעם א' ווייל זאקען איז מלשון זקן וואס טייטשט "אלט" , טעם ב' ווייל ביי חסידים האט מען געוויסט אז א לבוש טוישט מען נישט...!! :D [במאמר המוסגר ,די אידן וואס טוישן נישט קיין זאקען זענען "מקרב" די גאולה (שלא שינו את לבושם)אין"מרחק די שכנים"... :D ]

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 3:55 pm
דורך מאטי
ראובן נעמט ארויס א מילך פון רעפרידזשערעטער און לאזט אפן די טיר. שמעון גייט דורך און פרעגט אים: " זאג...דיין מאמע האט דיך געזייגט אויף א טרעין...?"

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 10:30 pm
דורך איך אויך
פאסט נישט פאר אונזער ראובן.

נשלח: מיטוואך יאנואר 21, 2015 10:52 pm
דורך [NAMELESS]
ר'משה אלי אסטרייכער ע"ה האט אמאל געזאגט פאר סאטמר רב אז ווען משיח קימט ווערט ער צירוק א מונקאטשער , זאגט עים דער סאטמר רב אז יעצט פארשטייט ער שוין פארוואס ביי אינז אין סאטמאר זאגט מען ותחזינה עינינו "במהרה" אין אין מונקאטש נישט ,ווייל מיר ווילן אז איר זאלט זיך שוין צירוק גיין קיין מונקאטש.. אין אין מונקאטש זאגט מען נישט "במהרה" ווייל זיי ווארטען בכלל נישט אז די זאלסט צירוק קומען קיין מונקאטש... :D

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 11:08 pm
דורך [NAMELESS]
א יוד האט אמאל באוויזן צי פארטוישן זיין גאטשע אין מקוה מיטן סאטמר רב , אויפן פראגע פון סאטמר רב צו וואס ער האט דאס געטון האט ער געזאגט אז ער וויל מען זאל עים באגראבן מיט דעם פרעגט ער עים צו וואס? זאגט ער אז ער גלייבט אז ווען דער מלאך אויף יענע וועלט וועט עים איבער לייגן אריין צי פראקען איז די רגע ער וועט פילן אז דאס גאטשע איז פין סאטמר רב וועט ער תיכף ומיד אוועק ציען דאס הענט מיט פחד.זאגט עים דער סאטמר רב בחכמתו ר' יוד אין איך זאג אייך ער וועט אייך אראפ ציען די גאטשע אין אזוי שמייסן ...!!! :D

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 2:46 pm
דורך [NAMELESS]
א מעשה שהיה וואס איך האב אליינס מיט געהאלטן א יונגעל האט געפרעגט א זאלי יונגעל (דאן נאך א סאטמארע) פארוואס גייסטו מיט די ציצית ארויס געשטעקט ?,זאגט ער וואס הייסט אזא גרויסע מצוה אין איך זאל זיך נישט באווייזען מיט דעם?, פרעגט ער עים וואס איז גרעסער ציצית אדער מילה?,זאגט ער אוודאי מילה, נו אויב אזוי פארוואס גייסטו נישט ארויס געשטעקט דערמיט??.... :D

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 2:49 pm
דורך דריידל
ווי קומט דא אריין זאלי / סאטמאר?

בכלל בין איך נישט אזוי ציפרידן פון דיינע מאחורי וויצן דא אין פאבליק.

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 3:01 pm
דורך berlbalaguleh
דריידל האט געשריבן:ווי קומט דא אריין זאלי / סאטמאר?

בכלל בין איך נישט אזוי ציפרידן פון דיינע מאחורי וויצן דא אין פאבליק.

דריידל: נו, ער הייסט דאך דער געוואגטער יונגל. מוז ער דאך עפעס באווייזן פאר זיין נאמען... :lol:

נשלח: זונטאג יאנואר 25, 2015 3:08 pm
דורך [NAMELESS]
חכמה' זה לדעת צעד הבא, כשרון' זה לדעת איך לעשות אותו, וגדולה' זה פשוט לעשות אותו.

נשלח: מאנטאג יאנואר 26, 2015 10:15 pm
דורך [NAMELESS]
עס שטייט כנגד ארבעה בנים דיברה תורה וכו. שטעלט זיך א פראגע פארוואס שטייט נישט כנגד ארבעה בנות ? , נאר מען קען זאגן בדרך צחות , אז א חכמטע קען מען טרעפן ביי זיי (אה"נ ווייניג אבער מען טרעפט) , א רשענטע טרעפט מען שוין מער ביי זיי גאנץ אסאך , א תם איז אויך גאנץ אסאך ביי זיי , אבער א שאינה יודעת לשאול א פרוי וואס פרעגט נישט קיין קושיות דאס איז פאר קיין געלט נישט בנמצא צי טרעפן ביי זיי...!!! :D

נשלח: דינסטאג יאנואר 27, 2015 9:00 pm
דורך [NAMELESS]
ביי א ברית האט איינער געגעבן דעם נאמען פארן רך הנמול יוסף אפרים חיים שלום שלמה , אויפן פראגע פארוואס האט ער געזאגט אז ער וויל ווען ער גייט גרויס ווערן זאל נאך איבערבלייבן א דזשימעיל אקאנט פאר עים ..!

נשלח: דינסטאג יאנואר 27, 2015 9:02 pm
דורך בשבילי!
וואס איז שלעכט מיט AOL אדער YAHOO? איך גלייב שווער אז דאס איז געווען דער סיבה

נשלח: דינסטאג יאנואר 27, 2015 10:42 pm
דורך שמעקעדיג
בשבילי כאב שוין געהאלטן מיין מויזל ביים לייק קנעפל און דאנק "ג-ט" כ'האב באמערקט דיין חתימה באצייטנס.

נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 5:31 pm
דורך [NAMELESS]
דער מאן רופט זיין ווייב אויפן טעלעפאן אין פרעגט , שיינדי וואס האסטו אריין געלייגט נעכטן אין די פלייש ? , ווייב : אה .. איך קען נישט אויס זאגן די אינגרידיענס פין מיינע ספעשל יאמי רעסעפיס ! , מאן : אה איך בין דא ביי די דאקטער ער פרעגט וואס די האסט אריין געלייגט...!! :D

דברות קודש מהאדמו"ר מדאבשינא שליט"א

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 2:25 pm
דורך היסטאריקער
ס'איז געווען לעצטע וואך, זענען געשטארבען 2 מענטשן אין א שטאט אין די זעלבע צייט - דער רב פון שטאט און דער שוסטער.

פארשטייט זיך אז דער רב האט געהאט א ריזיגע לויה מיט טויזענטער מענטשן, מען האט געשריגן נפלה עטרת ראשינו, און דער שוסטער האט קוים געהאט מנין אויף די לויה.

נו, דער שוסטער קומט ארויף אויפן עולם האמת, און דער בית דין זאגט אז ער איז געווען א פיינער איד, אלזא עס קומט עם גן עדן.
דער שוסטער גייט אריין אין גן עדן, ער טרעפט זיך א פלאץ און זעצט זיך אראפ.

דערנאך קומט ארויף דער רב צום בית דין, און געס וואט, ער איז אויך געווען א וואוילער איד, און דער בית דין האט עם אויך געגעבן גן עדן.
דער רב גייט אריין אין גן עדן און דער גאנצער עולם הייבט זיך אויף לכבודו פונעם רב.

דא האט שוין געפלאצט דאס געדולד פונעם שוסטער, און הייבט אן שרייען, מילא אויף יענע וועלט פארשטיי איך מען האט געגעבן כבוד פארן רב מער ווי מיר, ווייל עס איז א עולם השקר, אבער דא איז דאך דער עולם האמת, פארוואס באקומט ער מער כבוד פון מיר?

זאגן אים די חברה, וואס פארשטייסטו נישט, דא אין גן עדן האבען מיר שוסטערס יעדן טאג, אבער א רב זאל קומען אין גן עדן, דאס פאסירט אפשר איינמאל אין 200 יאר, ממילא איז עס ביי אונז א גרויסע שמחה...

לכבוד די הריגות אין פאנאוויזש

נשלח: פרייטאג יאנואר 30, 2015 3:26 pm
דורך [NAMELESS]
א טוריסט בעט פונעם טור גייד ביטע נעם מיך צום ישיבה מיט די גאלדענע ארון קודש , ער זאגט בסדר .ער פירט עים אריין אין ישיבה אין דער טוריסט זאגט גלייך וואס הייסט דער ארון קודש איז דאך פין האלץ נישט פין גאלד ? ..,זאגט עים דער טור גייט גערעכט אבער דא די ארון קודש איז טאקע פין עץ אבער די בוחרים זענען פין גאלד ! , דארטען די ארון קודש איז טאקע פין גאלד אבער די בוחרים זענען פין ע"ץ ...!!! :D

וועגן די שניי

נשלח: פרייטאג יאנואר 30, 2015 3:32 pm
דורך [NAMELESS]
זאגט איינער ער האט גלייך געוויסט אז דער שטורעם גייט נישט אנקומען , ווי האסטו געוואלט אז עס זאל אנקומען אויב קאמא האט פארשפארט די טראוויי ... (קרעדיט ביצה עולם) , ווען קומט משיח ? , ס'ווענט זיך ווען ער פארט ארויס ...!! (קרעדיט מ"ל),

נשלח: פרייטאג יאנואר 30, 2015 3:36 pm
דורך שמעון וואלף
א יוד איז געקומען צו חברה קדישא און בעט אז ער וויל ליגען לעבן מיסיס קיש, זאגט עם ח"ק מיסיס קיש לעבט נאך. זאגט ער כ'ווייס, איך לעב אויך!