שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 33
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 8:02 pm
- האט שוין געלייקט: 71 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 224 מאל
אלאדין, א פרינץ פונעם מזרח. מיין הויט איז פארברענט פון דער זון אין אראביען, אבער איך בין שטאלץ מיט דער אָ ברוינקייט. די נשמה פונעם מזרח באאומרואיגט מיין שלאף, און דאס פייער פון אומדערגרייכבארער ליבע באדראעט מיין לעבן פונעם טאג וואס מיין מאמע האט מיך געבוירן. דער קאליר פון דער נאכט אין סאמע מיטן פונעם חודש פאר'כישופ'ט מיין דמיון, און איך פארפלי גערן צו דער ווייטקייט פון טויזנט און איין נאכט.
- יב הלוי סאלאווייטשיק
- ידיד השטיבל
- הודעות: 194
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 04, 2015 6:10 pm
- האט שוין געלייקט: 391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אל תראוני שאני שחרחרת ששזפתני השמש
סמכוני באשישות רפדוני בתפוחים כי חולת אהבה אני
על משכבי בלילות בקשתי את שאהבה נפשי בקשתיו ולא מצאתיו
ברח דודי ודמה לך לצבי או לעפר האילים על הרי בשמים
סמכוני באשישות רפדוני בתפוחים כי חולת אהבה אני
על משכבי בלילות בקשתי את שאהבה נפשי בקשתיו ולא מצאתיו
ברח דודי ודמה לך לצבי או לעפר האילים על הרי בשמים
!..A Lonely Man of Faith
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1650
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 1529 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1063 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
וועלוועלע האט געשריבן:א יונגערמאן וואס האט נישט וואס צו טון מיט די ליידיגע צייט, א שארפער אנטי זייאניזם און א מבד פען i love to write in english אוןאין אידיש צוגלייך, נאך עפעס ווילט איר וויסן?....
יא אוודאי איך וויל וויסן וואס מיינט א מבד פען
- איש חזון
- היימישער באניצער
- הודעות: 528
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
- האט שוין געלייקט: 633 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 397 מאל
א גוטן טייערע יודן!
די סיבה פארוואס איך קום אהער איז גאנץ פשוט, דא געפונען זיך אנשים חכמים ונבונים, און אין צוגאב צו ליינען די רייכע אינהאלט דא האף איך אז אפשר וועל איך אויך עפעס קענען שרייבן, כאטש איך בין נישט קיין שרייבער.
איך בין אינטערסירט אין דברי חכמה בתורה ויהדות.
איך האף איך וועל קיינעם נישט שטערן...
מיט שעצונג
איש חזון

וקרב פזורינו מבין הגויים
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 110
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:13 pm
- האט שוין געלייקט: 30 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל
איך בין א אינגערמאן, א טאטע וואס ארבעט על המחיה, און פון צייט צו צייט לייענט א גוט שטיקל אין קאווע שטיבל, שוין יארן וואס איך וויל אויך אנטייל נעמען אין די עקשאן, אבער איך האב נישט גענומען די מיה עס צו טוען, מיין שרייבן איז גאנץ גוט לעניות דעתי, אבער קיינמאל נישט גענוצט געווארן ברבים, איך ווייס אז די פארומס זענען זייער פאפולאר, און איך האף קיינמאל נישט צו פארשעמען/מצער זיין א יחיד.
- שלום שטיסל
- היימישער באניצער
- הודעות: 524
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 4:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1717 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1790 מאל
אביסל וועגן מיר:
1) איך פלאן נישט צו גיין צו די פראדאקטיוו קלאסן, איך האב מורא פון בעסערע באציאונגען מיט מיין ׳ווייב אין אייגענע קינדער׳, וויאזוי סאיז יעצט קען איך נאך דורך טראגן, פארוואס זאל איך טוישן.
2) איך בין א חסיד פון אלע רבי׳ס וואס איך קען נישט, און איך שעץ יעדעם מיט וועם איך בין נאכנישט געקומען אין בארירונג, פון מענטשן וואס איך קען יא האלט איך נאר פון איינעם און דאס איז מיר זעלבסט.
3) אויף אנדערע סאציעלע זייטליך געב איך נאר קאמפלימענטס פאר די רחמנות׳ליך טראץ זיי זאגן ניטאמאל צום זאך, חברה ווערט נישט באליידיגט ווען איך וועל לייקן אנדערע און אייך נישט.
מיינע פלענער:
1) די ערשטע פלאן לעת עתה איז צו פארן קיין צפת דארט ווי רוחמי׳ס מאן דער תינוק לערענט און אים אנפרסקענען די ביינער און אים ארויף שטעלן אויף דער ערשטער באס אהיים צו זיין נייער דירה.
2) דער צווייטער זאך וואס ליגט מיר אין מחשבה איז אויף צונעמען א פרייוועט אינוועסטיגעיטער נאכצוגיין ווער דער מיסטריעזער אדנירם איז.
פארוואס איך קום פון אייוועלט אהער:
דאס לאז דערווייל א סוד

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9697
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3445 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9132 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך זעי נישט אז דיין קשיא זאל פאדער'ן א תשובה.
ווער איז רוחמי?
האלט נאר דיין אטעם אביסל. איך גלויב נישט, מחמת כמה סבות, אז אדנירם וועט בלייבען באהאלטען צופיל לענגער
ווער איז רוחמי?
האלט נאר דיין אטעם אביסל. איך גלויב נישט, מחמת כמה סבות, אז אדנירם וועט בלייבען באהאלטען צופיל לענגער
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 606
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
- האט שוין געלייקט: 148 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 333 מאל
איך בין אהער געקומען נאכדעם וואס מיין קאווע אויף אן אנדערע פארום האט זיך אויסגעגאסן, און געזעהן אז די חברים דארט האלטן ביי גארנישט, בין איך אהער געקומען מאכן א פרישע קאווע.
און איך האף אז איך וועל הנאה האבן.
און איך האף אז איך וועל הנאה האבן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קלוגע יודל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 214
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
- האט שוין געלייקט: 20 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל
- שלמה המלך
- ידיד ותיק
- הודעות: 801
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 332 מאל
קלוגע יודל האט געשריבן:איך בין אהער געקומען נאכדעם וואס מיין קאווע אויף אן אנדערע פארום האט זיך אויסגעגאסן, און געזעהן אז די חברים בארט האלון ביי גארנישט, בין איך אהער געקומען מאכן א פרישע קאווע.
און איך האף אז איך וועל הנאה האבן.
ביסט א @קליגע יודל אז די האסט געזעהן אז די "חבירים ביים בארטען האלטען האלאווין" ביסטי אהער געקומען
נ.ב. עצה טובה קמשמע לן: קיק איבער וואס די האסט געשריבען פאר די קוועטשט דעם 'שיק' קנעפל
אז נישט וועסטי בלייבען ביים בארטן...
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 606
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
- האט שוין געלייקט: 148 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 333 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלמה המלך האט געשריבן:קלוגע יודל האט געשריבן:איך בין אהער געקומען נאכדעם וואס מיין קאווע אויף אן אנדערע פארום האט זיך אויסגעגאסן, און געזעהן אז די חברים בארט האלון ביי גארנישט, בין איך אהער געקומען מאכן א פרישע קאווע.
און איך האף אז איך וועל הנאה האבן.
ביסט א @קליגע יודל אז די האסט געזעהן אז די "חבירים ביים בארטען האלטען האלאווין" ביסטי אהער געקומען
נ.ב. עצה טובה קמשמע לן: קיק איבער וואס די האסט געשריבען פאר די קוועטשט דעם 'שיק' קנעפל
אז נישט וועסטי בלייבען ביים בארטן...
איך האב עס געשריבען פון א נייע טעלעפון, סאו די קיבאורד פארעכט אליינס ווערטער וואס ער קען נישא.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 7
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 6:22 am
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
די סיבה פארוואס איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר אין "קאווע שטיבל" איז:
1) ווייל עס קימט מיר אויס במשעכען טאג צו האבען אסאך ליידיגע מינוטן אין עס איז מיר זייער לאנגוייליג איז דעריבר אז איך האב געטראפען א שטיבל ווי מען קען זיך אביסל אסוסליפטערן אדער אויסשמיעסן דארט האב איך זיך צו געכאפט צו דעם מיט ביידע הענט
2) עס האט זיך שוין גענדיגט די 40 ווערטער האט שוין נישט קיין פשט צו שרייבן ווייטער נישט אזוי?

- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5931 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5765 מאל
וועלוועלע האט געשריבן:א יונגערמאן וואס האט נישט וואס צו טון מיט די ליידיגע צייט, א שארפער אנטי זייאניזם און א מבד פען i love to write in english אוןאין אידיש צוגלייך, נאך עפעס ווילט איר וויסן?....
יא איך וויל נאך עפעס וויסען....
צי מאל בין איך שטארקע סאציאליסט און זייאניסט, אין אויך א מיכאל שניצלער פען, ווי אזוי קען מען זיך באווארענען אז ס'זאל נישט קומען צי א טעות צווישען וואלווי אין וועלוועלע?
לאמיר האפן אז time will tell. אבער ביזדערווייל וועל איך אייך זינגען א לידעלע:
הבאנו שלום עליכם
הבאנו שלום עליכם
הבאנו שלום עליכם
הבאנו שלום, שלום
שלום עליכם!!!
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 8
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 8:07 am
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16645
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18968 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 19317 מאל
האלט זיך קליג האט געשריבן:ווייל אסאך מאל זעי איך ווי מענטשען שרייבן אזעלכע שטותים ממש צו לאכן אין איך האב קיינמאל נישט געטראכט צוריק צו ענטפערן ביז היינט ווען איך האב באקומען אביסל מער סעלף קאנפאדענץ האב איך מחליט געווען צו נעמען די פענע אין היינט אין זעהן וואס ער טויגט
ביסט געגאנגען לעצטנס צו פראדוקטיוו??
עניוועי בואכם לשלום, אדרבה קלאר אונז אויס לפשט עקמומיות שבלב.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 91
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל
איך בין א פשוטע'ר חסידישער יונגערמאן איך בין געבוירען און מחונך געווארען אין היימישע מוסדות לעצטנס מאכט זיך אז איך שפיר זיך איינזאם צוליב פארשידענע סיבות ממילא פראביר איך צו זוכען וועגן וויאזוי צו שמועסען מיט מענטשען פארשידענע נושאים וואס איך אינטרסעיר זיך אין זיי סתם אזוי צו ציען א שמועס און ארויפברענגען פארשידענע פארשוויגענע זאכען פון דער מציאות וואס איך טרעף נישט קיין אנדערע פלאץ מען זאל קענען רעדן דערפון איז אפשר דא וועט מען קענען שמועסען דערפון.
שוין פערציג ווערטער?
שוין פערציג ווערטער?