בלאט 49 פון 214

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 8:04 pm
דורך אלאדין
אלאדין, א פרינץ פונעם מזרח. מיין הויט איז פארברענט פון דער זון אין אראביען, אבער איך בין שטאלץ מיט דער אָ ברוינקייט. די נשמה פונעם מזרח באאומרואיגט מיין שלאף, און דאס פייער פון אומדערגרייכבארער ליבע באדראעט מיין לעבן פונעם טאג וואס מיין מאמע האט מיך געבוירן. דער קאליר פון דער נאכט אין סאמע מיטן פונעם חודש פאר'כישופ'ט מיין דמיון, און איך פארפלי גערן צו דער ווייטקייט פון טויזנט און איין נאכט.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 8:23 pm
דורך mevakesh
שלום עליכם פרינץ פון וואהאדיע

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 8:23 pm
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
אל תראוני שאני שחרחרת ששזפתני השמש

סמכוני באשישות רפדוני בתפוחים כי חולת אהבה אני

על משכבי בלילות בקשתי את שאהבה נפשי בקשתיו ולא מצאתיו

ברח דודי ודמה לך לצבי או לעפר האילים על הרי בשמים

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 6:33 pm
דורך וועלוועלע
א יונגערמאן וואס האט נישט וואס צו טון מיט די ליידיגע צייט, א שארפער אנטי זייאניזם און א מבד פען i love to write in english אוןאין אידיש צוגלייך, נאך עפעס ווילט איר וויסן?....

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 7:32 pm
דורך גר ותושב
וועלוועלע האט געשריבן:א יונגערמאן וואס האט נישט וואס צו טון מיט די ליידיגע צייט, א שארפער אנטי זייאניזם און א מבד פען i love to write in english אוןאין אידיש צוגלייך, נאך עפעס ווילט איר וויסן?....

יא אוודאי איך וויל וויסן וואס מיינט א מבד פען

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 7:42 pm
דורך mevakesh
Mordechay be David fan

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:08 pm
דורך איש חזון
א גוטן טייערע יודן!
די סיבה פארוואס איך קום אהער איז גאנץ פשוט, דא געפונען זיך אנשים חכמים ונבונים, און אין צוגאב צו ליינען די רייכע אינהאלט דא האף איך אז אפשר וועל איך אויך עפעס קענען שרייבן, כאטש איך בין נישט קיין שרייבער.
איך בין אינטערסירט אין דברי חכמה בתורה ויהדות.
איך האף איך וועל קיינעם נישט שטערן...
מיט שעצונג
איש חזון

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:15 pm
דורך בלויע רעקל
איך בין א אינגערמאן, א טאטע וואס ארבעט על המחיה, און פון צייט צו צייט לייענט א גוט שטיקל אין קאווע שטיבל, שוין יארן וואס איך וויל אויך אנטייל נעמען אין די עקשאן, אבער איך האב נישט גענומען די מיה עס צו טוען, מיין שרייבן איז גאנץ גוט לעניות דעתי, אבער קיינמאל נישט גענוצט געווארן ברבים, איך ווייס אז די פארומס זענען זייער פאפולאר, און איך האף קיינמאל נישט צו פארשעמען/מצער זיין א יחיד.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:20 pm
דורך געוואלדיג
בלויע רעקל האט געשריבן: און איך האף קיינמאל נישט צו פארשעמען/מצער זיין א יחיד.


די לייק איז פאר די שורה, יהי ה' בעזרך.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
דורך שלום שטיסל
אביסל וועגן מיר:

1) איך פלאן נישט צו גיין צו די פראדאקטיוו קלאסן, איך האב מורא פון בעסערע באציאונגען מיט מיין ׳ווייב אין אייגענע קינדער׳, וויאזוי סאיז יעצט קען איך נאך דורך טראגן, פארוואס זאל איך טוישן.

2) איך בין א חסיד פון אלע רבי׳ס וואס איך קען נישט, און איך שעץ יעדעם מיט וועם איך בין נאכנישט געקומען אין בארירונג, פון מענטשן וואס איך קען יא האלט איך נאר פון איינעם און דאס איז מיר זעלבסט.

3) אויף אנדערע סאציעלע זייטליך געב איך נאר קאמפלימענטס פאר די רחמנות׳ליך טראץ זיי זאגן ניטאמאל צום זאך, חברה ווערט נישט באליידיגט ווען איך וועל לייקן אנדערע און אייך נישט.


מיינע פלענער:
1) די ערשטע פלאן לעת עתה איז צו פארן קיין צפת דארט ווי רוחמי׳ס מאן דער תינוק לערענט און אים אנפרסקענען די ביינער און אים ארויף שטעלן אויף דער ערשטער באס אהיים צו זיין נייער דירה.

2) דער צווייטער זאך וואס ליגט מיר אין מחשבה איז אויף צונעמען א פרייוועט אינוועסטיגעיטער נאכצוגיין ווער דער מיסטריעזער אדנירם איז.


פארוואס איך קום פון אייוועלט אהער:
דאס לאז דערווייל א סוד

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:49 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך זעי נישט אז דיין קשיא זאל פאדער'ן א תשובה.
ווער איז רוחמי?
האלט נאר דיין אטעם אביסל. איך גלויב נישט, מחמת כמה סבות, אז אדנירם וועט בלייבען באהאלטען צופיל לענגער

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:43 am
דורך קלוגע יודל
איך בין אהער געקומען נאכדעם וואס מיין קאווע אויף אן אנדערע פארום האט זיך אויסגעגאסן, און געזעהן אז די חברים דארט האלטן ביי גארנישט, בין איך אהער געקומען מאכן א פרישע קאווע.
און איך האף אז איך וועל הנאה האבן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 6:43 pm
דורך שמואל פרימו
מאכסט מיר נייגעריג... וועלכער אנדערע סייט ביסטו געווען?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 6:56 pm
דורך שלמה המלך
קלוגע יודל האט געשריבן:איך בין אהער געקומען נאכדעם וואס מיין קאווע אויף אן אנדערע פארום האט זיך אויסגעגאסן, און געזעהן אז די חברים בארט האלון ביי גארנישט, בין איך אהער געקומען מאכן א פרישע קאווע.
און איך האף אז איך וועל הנאה האבן.

ביסט א @קליגע יודל אז די האסט געזעהן אז די "חבירים ביים בארטען האלטען האלאווין" ביסטי אהער געקומען
נ.ב. עצה טובה קמשמע לן: קיק איבער וואס די האסט געשריבען פאר די קוועטשט דעם 'שיק' קנעפל
אז נישט וועסטי בלייבען ביים בארטן...

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 7:20 pm
דורך קלוגע יודל
שלמה המלך האט געשריבן:
קלוגע יודל האט געשריבן:איך בין אהער געקומען נאכדעם וואס מיין קאווע אויף אן אנדערע פארום האט זיך אויסגעגאסן, און געזעהן אז די חברים בארט האלון ביי גארנישט, בין איך אהער געקומען מאכן א פרישע קאווע.
און איך האף אז איך וועל הנאה האבן.

ביסט א @קליגע יודל אז די האסט געזעהן אז די "חבירים ביים בארטען האלטען האלאווין" ביסטי אהער געקומען
נ.ב. עצה טובה קמשמע לן: קיק איבער וואס די האסט געשריבען פאר די קוועטשט דעם 'שיק' קנעפל
אז נישט וועסטי בלייבען ביים בארטן...

איך האב עס געשריבען פון א נייע טעלעפון, סאו די קיבאורד פארעכט אליינס ווערטער וואס ער קען נישא.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 1:01 pm
דורך בעלזער
די סיבה פארוואס איך האב מחליט געווען צו ווערן א חבר אין "קאווע שטיבל" איז:
1) ווייל עס קימט מיר אויס במשעכען טאג צו האבען אסאך ליידיגע מינוטן אין עס איז מיר זייער לאנגוייליג איז דעריבר אז איך האב געטראפען א שטיבל ווי מען קען זיך אביסל אסוסליפטערן אדער אויסשמיעסן דארט האב איך זיך צו געכאפט צו דעם מיט ביידע הענט
2) עס האט זיך שוין גענדיגט די 40 ווערטער האט שוין נישט קיין פשט צו שרייבן ווייטער נישט אזוי?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 22, 2015 7:07 pm
דורך וואלווי
וועלוועלע האט געשריבן:א יונגערמאן וואס האט נישט וואס צו טון מיט די ליידיגע צייט, א שארפער אנטי זייאניזם און א מבד פען i love to write in english אוןאין אידיש צוגלייך, נאך עפעס ווילט איר וויסן?....

יא איך וויל נאך עפעס וויסען....
צי מאל בין איך שטארקע סאציאליסט און זייאניסט, אין אויך א מיכאל שניצלער פען, ווי אזוי קען מען זיך באווארענען אז ס'זאל נישט קומען צי א טעות צווישען וואלווי אין וועלוועלע?
לאמיר האפן אז time will tell. אבער ביזדערווייל וועל איך אייך זינגען א לידעלע:

הבאנו שלום עליכם
הבאנו שלום עליכם
הבאנו שלום עליכם
הבאנו שלום, שלום
שלום עליכם!!!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 4:01 pm
דורך האלט זיך קליג
ווייל אסאך מאל זעי איך ווי מענטשען שרייבן אזעלכע שטותים ממש צו לאכן אין איך האב קיינמאל נישט געטראכט צוריק צו ענטפערן ביז היינט ווען איך האב באקומען אביסל מער סעלף קאנפאדענץ האב איך מחליט געווען צו נעמען די פענע אין היינט אין זעהן וואס ער טויגט

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 4:03 pm
דורך בן לוי
אני בן לוי.
בקשו לספר סיפור חיי, אספרנה.
אמרו לי זקנים שאני מבני לוי, ואנכי לא ידעתי, כי אם האמנתי, כך מקובלני, אם לא תדע, תאמין, וגם זו לא ידעתי, כי אם האמנתיה, כי מסורת עתיקה בידי, אם לא תדע, תאמין...

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 4:06 pm
דורך בן אדם
שלום עליכם

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 5:25 pm
דורך שמעקעדיג
האלט זיך קליג האט געשריבן:ווייל אסאך מאל זעי איך ווי מענטשען שרייבן אזעלכע שטותים ממש צו לאכן אין איך האב קיינמאל נישט געטראכט צוריק צו ענטפערן ביז היינט ווען איך האב באקומען אביסל מער סעלף קאנפאדענץ האב איך מחליט געווען צו נעמען די פענע אין היינט אין זעהן וואס ער טויגט

ביסט געגאנגען לעצטנס צו פראדוקטיוו?? :P
עניוועי בואכם לשלום, אדרבה קלאר אונז אויס לפשט עקמומיות שבלב.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 12:12 pm
דורך יעמעצער
איינר וויל וויסן און פארציילן פון אללעס און אויף אללעס לקיים מה שנאר הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד און דן צו זאן אויף אללעס וואס גייט פאר ברומו של הזה שאינו אלא גשר צר מאד והעיקר שלא לפחד כלל וכלל אין בכלל אלא מה שבפרט קטן וגדול שם הוא והיא וכולם יחד

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 1:40 pm
דורך פארשוויגען
איך בין א פשוטע'ר חסידישער יונגערמאן איך בין געבוירען און מחונך געווארען אין היימישע מוסדות לעצטנס מאכט זיך אז איך שפיר זיך איינזאם צוליב פארשידענע סיבות ממילא פראביר איך צו זוכען וועגן וויאזוי צו שמועסען מיט מענטשען פארשידענע נושאים וואס איך אינטרסעיר זיך אין זיי סתם אזוי צו ציען א שמועס און ארויפברענגען פארשידענע פארשוויגענע זאכען פון דער מציאות וואס איך טרעף נישט קיין אנדערע פלאץ מען זאל קענען רעדן דערפון איז אפשר דא וועט מען קענען שמועסען דערפון.
שוין פערציג ווערטער?