בלאט 50 פון 110
נשלח: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 2:19 am
דורך ברוך שאמר
פריידע ווינבערגער היה אשת ר' משה יוסף ווינבערגער
נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 11:58 am
דורך shem-tov
ר' חיים רייזמאן ע"ה פון קרית יואל
נשלח: מיטוואך אקטאבער 08, 2014 12:35 pm
דורך elter-zeide
בד"ה ר' חיים רייזמאן? איז ער געווען קראנק?
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 1:13 am
דורך [NAMELESS]
די לוויה פון יעקב גרינבערג, (זעלדעס סטאר אויף ליע עוו. נעקסט צו בית הספר) וועט זיין 11 אזייגער ביי באבוב 48.
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 1:57 am
דורך קליגער אינגערמאן
ווי אלט איז ער געווען?
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 3:06 am
דורך יאסל ראקאווער
א פארבארגענע מיסטעריע. לאמיר אנפאנגען עס אנטפלעקען דורך אויסגעפינען צום אלעם ערשט, ווער איז די בעל הבית פון די הויז וואס האט פאר יארן געהאט א סטאר וואס חוץ פינעף צענט קאפיס האט עס גארנישט פארקויפט. און דאס אין א צייט וואס א קאפי האט געקאסט איבערעל כאטש צען צענט.
ווער האט באצאלט די רענט? און וואס איז געשען מיט זיין חבר די נזיר מיט די קאלטענעס וואס האט קיינמאל נישט געקויפט א נייע קלייד. דער שווארצע באוואקסענע האר מיט א סוט מער שטריק ווי סחורה.
וואס איז דארט פארגעגאנגען?
זאל אים די שמחת חתן וכלה ביישטיין
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 3:11 am
דורך סאשי פיש
ראשעקאל האט געשריבן:די לוויה פון יעקב גרינבערג, (זעלדעס סטאר אויף ליע עוו. נעקסט צו בית הספר) וועט זיין 11 אזייגער ביי באבוב 48.
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 3:20 am
דורך הדד בן בדד
סאשי פיש האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:די לוויה פון יעקב גרינבערג, (זעלדעס סטאר אויף ליע עוו. נעקסט צו בית הספר) וועט זיין 11 אזייגער ביי באבוב 48.
אההא, די פיקטשער איז נאך פון די גאר גוטע יארן זיינע
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 3:53 am
דורך דער שכן
יאסל ראקאווער האט געשריבן:א פארבארגענע מיסטעריע. לאמיר אנפאנגען עס אנטפלעקען דורך אויסגעפינען צום אלעם ערשט, ווער איז די בעל הבית פון די הויז וואס האט פאר יארן געהאט א סטאר וואס חוץ פינעף צענט קאפיס האט עס גארנישט פארקויפט. און דאס אין א צייט וואס א קאפי האט געקאסט איבערעל כאטש צען צענט.
ווער האט באצאלט די רענט? און וואס איז געשען מיט זיין חבר די נזיר מיט די קאלטענעס וואס האט קיינמאל נישט געקויפט א נייע קלייד. דער שווארצע באוואקסענע האר מיט א סוט מער שטריק ווי סחורה.
וואס איז דארט פארגעגאנגען?
זאל אים די שמחת חתן וכלה ביישטיין
יענער הייסט (אדער האט געהייסן) אפרים (מיט א פתח אונטער די רייש). געדענק איך נאך ווען אפרים האט נאך געהאט א הויכע ביבער-היט זייער הענדי און גוט הארציג. הרב גרינבערג האט אמאל געהאט די קרלבך מוצאי שבת אידיש שוי מיט ר׳ שלמה׳לע אסאך מאל לייוו. מען האט געפרעגט שאלות פון הלכה, אויב האט מען געוואוסט איז מען געווען א געווינער ביי אך-טוב רעסטעראנט אין בארא-פארק אויף 13טע עוו.
" Ach Tov is the best"
Commercial made by Country Yossi
הרב גרינבערג פלעגט אויך צו דאווענען ביי סקווירא בארא פארק אויף 47טע גאס 13-14.
פארוואס האטעס געהייסן ״זעלדא׳ס״?
כ׳דענק ווען מ׳פלעגט נאך דארט אריינגיין אמאל קויפן טרימינג צוגעהער.
יהא זכרו ברוך.
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 3:55 am
דורך דער שכן
הדד בן בדד האט געשריבן:סאשי פיש האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:די לוויה פון יעקב גרינבערג, (זעלדעס סטאר אויף ליע עוו. נעקסט צו בית הספר) וועט זיין 11 אזייגער ביי באבוב 48.
אההא, די פיקטשער איז נאך פון די גאר גוטע יארן זיינע
גאר גוטע? נעעעה. די גאר גוטע איז געווען ווען זיין בארד איז נאך נישט געווען גרוי.
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 7:08 am
דורך ברוך שאמר
זיין מאמע ע"ה גאר א חשובע פרוי איז געווען די ב"הב פין די געשעפט
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 3:43 pm
דורך תמימותדיגע
יאסל ראקאווער האט געשריבן:א פארבארגענע מיסטעריע. לאמיר אנפאנגען עס אנטפלעקען דורך אויסגעפינען צום אלעם ערשט, ווער איז די בעל הבית פון די הויז וואס האט פאר יארן געהאט א סטאר וואס חוץ פינעף צענט קאפיס האט עס גארנישט פארקויפט. און דאס אין א צייט וואס א קאפי האט געקאסט איבערעל כאטש צען צענט.
ווער האט באצאלט די רענט? און וואס איז געשען מיט זיין חבר די נזיר מיט די קאלטענעס וואס האט קיינמאל נישט געקויפט א נייע קלייד. דער שווארצע באוואקסענע האר מיט א סוט מער שטריק ווי סחורה.
וואס איז דארט פארגעגאנגען?
זאל אים די שמחת חתן וכלה ביישטיין
או שמעריל שמעריל, מיר באוויינער דיר דיין צער און פיין וואס דו האסט מיט געמאכט אויף דער וועלט וועט דיר באגלייטן אויף יענער וועלט. ער האט זיך אוועקגעגעבן פאר כולל חיבת ירושלים, רבי מאיר בעל הנס. זיין לייב און לעבן איז אריין און דער צדקה. אזוי אויך האט ער סוף ימיו געטוהן און אנדערע צדקות ארץ ישראל. דאס אלעס וועט אים באגלייטן לעולמו.
דער בנין געהערט פאר די גאנצע משפחה, אלע זיינע ברודער און שוועסטער. ער האט געירשנט די געשעפט פון זיין מאמע מרת זעלדא. קיין גרויסע הכנסה איז שוין נישט אריין געקומען און זיינע יארן וואס ער האט געפירט די געשעפט.
תהא נשמתו צרורה בצרור החיים
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 6:43 pm
דורך יאסל ראקאווער
שטעלט זיך ארויס אז מר. זעלדא איז געווען א אוהב חכמה. מ'הייבט אן הערן אז ער האט געקויפט אין בית הספר ספרי מחשבה. דער יונגערמאן וואס איז געווען אינגאנצען פארפרעמד אין וויליאמסבורג האט געלערענט אין באבובע ישיבה אלץ בחור און האט געהאט א הונדרעטע חברים אין באבוב. ער איז געווען נאנט מיט ר' נפתולטשע ז"ל און ער האט מיטגעלעבט די קאך קעסעל פון די מלחמה דארט ווי אלע אנשי שלומינו ד'באבוב. איבער די יארן האט ער צוזאם געמאכט צרות יגון ואנחה. און די איינציגע געשמאק און זיין לעבען איז געווען דאס קאלעקטען געלט פאר עניי ארץ ישראל. פלעגט ער דארט זיצען עלנד אליין, טאקע ווי זעלדא, אין די בעיק פון זיין פארכמורעטע קרעמעל און געציילט די קוואדערס און פעניס פאר כוללי שומרי החומות. און ווען ער האט אנגעזאמלט אפאר דולר איז ער כאטש איינמאל א יאר אראפ געפארן עס פארטיילען. היינט ביי זיין לוויה איז ער באגלייט געווארן דורך כמעט טויזענט באבוב חול המועד יידן בראשות די רבי שליט"א. ווען ער האט ווען א אפשען וואלט דאס טאקע געווען זיין לעצטע וואונטש.
ס'איז מיר געווען א מאמענט פאר ריפלעקשען, א יעדע מענטש איז א וועלט. זעלדא( זייטס מיר מוחל, ביי מיר איז ער נישט שמערל, ביי מיר בלייבט ער זעלדא) איז אויך געווען אמאל א קליינע בעבי וואס זיין מאמע איז געווען פרייליך יעדען טאג צו אים און זיך געטשאטשקעט. זעלדא איז ביי מיר אלץ געווען די מאדנע יונגערמאן מיט די אלטע שמוציגע סוט קעסעל וואס פאר צען טויזענט קאפיס וועט ער נאך אלץ בלייבען פארכמורעט. איך האב אים טאקע נאר געזען מיט אנדערע עלנדע אורחי פרחי. זעלדא האט אבער געהאט א לייף.
שכויעך @איש עברי פאר מיך אינספייערען צוצולייגען קאפ צו די פארוואגלטע נשמות.
בעט מיר ביי זעלדא, גייסט ארויף בעולם העליון, נעם דיינע פריינט און גיי זיי מליץ יושר אויף די פארוואגלטע נשמות, ברוחניות. ווער נאך ווי די ווייסט..אויך בעט איך דיר איבער פאר אלעס. די ביזט אין הימעל בעולם האמת . די ווייסט וואס איך מיין.
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 7:32 pm
דורך יין שרף
קודם כל זעה איך אז ער איז געווען א רעכט חסידיש אידל, והא ראיה ער פארמאגט אפאר נעמען...
קען מיר איינער מסביר. ווער דער זעלדא/שמעריל/יענקל איז געווען? (חוץ פון די מאווי האב איך קיין אהנונג ווער דאס איז)
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 7:53 pm
דורך קאווע טרינקער
חיים אייזיק ב"ר שבתי (ווידער) ע"ה , געטראפן הענגן אין טיללעס צענטער, קווינס.
נשלח: זונטאג אקטאבער 12, 2014 11:39 pm
דורך לית דין בר נש
[tag]קאווע טרינקער[/tag] ווידער אדער וויגדער?
וואס איז דאס טיללעס צענטער?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 12:00 am
דורך BAL TSHIVA
In queens Tilles Center for the Performing Arts
נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 11:03 am
דורך דולה ומשקה
איז נישט דארט געוועהן דער 'אונטערן' שפיל?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 13, 2014 2:17 pm
דורך תמימותדיגע
יין שרף האט געשריבן:קודם כל זעה איך אז ער איז געווען א רעכט חסידיש אידל, והא ראיה ער פארמאגט אפאר נעמען...
קען מיר איינער מסביר. ווער דער זעלדא/שמעריל/יענקל איז געווען? (חוץ פון די מאווי האב איך קיין אהנונג ווער דאס איז)
י סטאר האט געהייסן זעלדא'ס טריממינג (איך מיין אז עס האט געהייסן אזוי פון זיין מאמע).
ער האט געהייסן יעקב שמערל. מען האט אים גערופן שמערל.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 2:25 am
דורך קליגער אינגערמאן
היינט איז נפטר געווארן הרה"ח ר' ישראל שלום בן חיים צבי גאלדבערגער ע"ה. 94
[justify]ת.נ.צ.ב.ה.[/justify]
נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 6:03 pm
דורך טיטאניק
קאווע טרינקער האט געשריבן:חיים אייזיק ב"ר שבתי (ווידער) ע"ה , געטראפן הענגן אין טיללעס צענטער, קווינס.
פארוואס איז מען אזוי שטיל מיט פרטים?
איז דאס געווען א זעלבסמארד? ווידער איז א היימישע נאמען איז ער געווען א היימישער?
דיטעלס פליז
נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 6:16 pm
דורך קאווע טרינקער
ווער איז שטיל? ווער ס'נאר געווען ביי די אונטערן פלעי רעדט דערפון.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 6:20 pm
דורך הרב_שלום
בד"ה מרת ריזל אלמנת ר' מרדכי גאלדבערגער ע"ה איהר מאן איז אוועק מיט דריי חדשים צוריק