בלאט 50 פון 213
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 11:23 pm
דורך Big Boy
No TUNNEL in NY has car pool.
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 11:32 pm
דורך MickyMouse
It's an MTA crossing. Only the port authority crossings have carpool discounts.
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 11:45 pm
דורך הערשי
ראשעקאל האט געשריבן:[tag]ונבנתה העיר[/tag]/ שקויעך פאר די עקספלעניעשען, אבער גראדע מיין איך יא צוויי סאליד "ווייסע" ליינ'ס אזוי ווי אין די פיקטשער.
שקויעך [tag]זר זהב[/tag] פאר'ן מסביר'ן

@ראשאקאל
די בילד איז נישט פון קיין צפון אמעריקאנע שאסיי.
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 3:01 am
דורך יואב
ס'איז מסתבר וואס הערשי זאגט. זעה אויפן בילד דער טרעקל פארט אויפן לינקע זייט.
ווי אויך דער ספיד לימיט סיין איז נישט אזאנס וואס מ'זעהט אויף אמעריקאנע ראודס.
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 7:46 pm
דורך I'm back
איז דא א מאחורי מסיבה היינט נאכט?
עס איז זייער שטיל דא אין שטיבל...
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 10:39 pm
דורך נולד מאוחר
געפילטע פיש האט געשריבן:Vimeo, dropbox, box והמסתעף.
נאר tinypic דארף מען נישט אריין סיינען?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 1:49 am
דורך געפילטע פיש
כ'האב טאקע נישט באמערקט אז מ'קען לייגן ווידיאוס אויף טייניפיק.
אויף copy.com דארף מען אויך נישט אריינסיינען.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 02, 2013 1:49 pm
דורך outspoken
פארוואס טאנצט נישט קיין סאטמאר'ע איד מצוה טאנץ מיט זיינע קינדער מיט די זעקסטע הקפה ניגון, אזוי ווי יעדע חסידות וואס זינגט מיט די רבי'ס ניגון?
(פארציילט מיר א חבר אז ער האט גע'זינגען די זעקסטע הקפה ניגון ביי זיין טאכטער'ס מצוה טאנץ, האט אים זיין זיין מחותן'ס שווער אנגעשריגען "ראצער ביסט א צדיק יסוד עולם? ווי האסטי די חוצפה אזוי צו טאצען?" האט ער אים געזאגט "כ'האב געטאנצט אז די רבוש''ע איז א צדיק יסוד עולם'' שרייט צוריק די אלטער, "עם הארץ, די רבי ז"ל איז די צדיק יסוד עולם"...)
נשלח: פרייטאג אוגוסט 02, 2013 6:25 pm
דורך berlbalaguleh
outspoken האט געשריבן:פארוואס טאנצט נישט קיין סאטמאר'ע איד מצוה טאנץ מיט זיינע קינדער מיט די זעקסטע הקפה ניגון, אזוי ווי יעדע חסידות וואס זינגט מיט די רבי'ס ניגון?
(פארציילט מיר א חבר אז ער האט גע'זינגען די זעקסטע הקפה ניגון ביי זיין טאכטער'ס מצוה טאנץ, האט אים זיין זיין מחותן'ס שווער אנגעשריגען "ראצער ביסט א צדיק יסוד עולם? ווי האסטי די חוצפה אזוי צו טאצען?" האט ער אים געזאגט "כ'האב געטאנצט אז די רבוש''ע איז א צדיק יסוד עולם'' שרייט צוריק די אלטער, "עם הארץ, די רבי ז"ל איז די צדיק יסוד עולם"...)
די מעשה איז נישט אמת. אבער ס'איז א גוטע דזשאוק. איך ווייס (וועיס) א פאר חסידות'ן אויף וועימען מ'קען יא זאגן די מעשה אבער ס'איז לשון הארא.

נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 9:42 pm
דורך זר זהב
אין די 'צייטונג' שרייבט איינער אז מ'האט אנגעפרעגט הג"ר חיים קניעווסקי שליט"א אויף א מאמר חז''ל וואס הגה"ק סאטמאר רב זצל ברענגט ערגעץ וואו אראפ און מ'האט נישט געקענט טרעפן דעם מאמר. האט ר"ח געענטפערט אז ס'איז א ישמח משה.
פשט? ישמח משה גייט אריין אין חז"ל? ביז וואו גייט דאס?
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 9:45 pm
דורך [NAMELESS]
אפשר ברענגט עס די ישמח משה בשם חז"ל
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 9:45 pm
דורך זר זהב
ס'האט זיך נישט אזוי פארשטאנען
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 10:06 pm
דורך outspoken
http://matzav.com/video-divrei-zikaron- ... ar-rov-ztlביי 20.45 פארציילט רב שאפירא אז ער האט געפרעגט ר' חיים אויף 4 מימרא'ס וואס שטייט אין ספרים און סאטמארע רבי זאגט אז ס'האט נישט קיין מקור, און ר חיים האט אים צירוק געשריבען אויף אלע 4
'' אין זכור לי''
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2013 11:02 pm
דורך געפילטע פיש
וואס זענען די קאלירטע קעסטלעך ספרעי פעינטעד אסאך פלעצער אויף די סיידוואלקס אין ברוקלין? זיי האבן אנגעהויבן ארויסצושפראצן אפאר וואכן צוריק.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 10:34 am
דורך I'm back
ווי אזוי לייג איך א לינק אז ווען מען קליקט דערויף זאל עס גיין צו א ספעסיפיק תגובה.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 11:44 am
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:אין די 'צייטונג' שרייבט איינער אז מ'האט אנגעפרעגט הג"ר חיים קניעווסקי שליט"א אויף א מאמר חז''ל וואס הגה"ק סאטמאר רב זצל ברענגט ערגעץ וואו אראפ און מ'האט נישט געקענט טרעפן דעם מאמר. האט ר"ח געענטפערט אז ס'איז א ישמח משה.
פשט? ישמח משה גייט אריין אין חז"ל? ביז וואו גייט דאס?
נאר דער חידוש איז, אז ר' חיים, א ליטווישער גדול איז בקי אין חסידישע ספרים.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 12:47 pm
דורך שמעקעדיג
I'm back האט געשריבן:ווי אזוי לייג איך א לינק אז ווען מען קליקט דערויף זאל עס גיין צו א ספעסיפיק תגובה.
העכער יעדע תגובה איז פאראן א קליין קעסטעלע (ווייס נאכן אפליינען, אראנזש אויב דו האסט עס נאך נישט געליינט), יענער קעסטעלע איז א לינק צו דעם ספעציישע תגובה, דרוק דערויף וועסטו אנקומען דירעקט צו דעם תגובה.
נאכדעם וואס דו האסט עס געקליקט, קענסטו שוין קאפיען די אדרעס פונעם אדרעס באר אריין צו דעם פלאץ וואו דו ווילסט עס אהינלינקען.
זעה בילד פונעם קעסטעלע.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 12:50 pm
דורך סאשי פיש
הא קיינמאל נישט געוואוסט אז עס איז דא אזא זאך
שמעקעדיג 
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 1:00 pm
דורך I'm back
[tag]שמעקעדיג[/tag], שכח!!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 6:30 pm
דורך סאשי פיש
ווער עס גייט האבען די זכיה מיך געבען מיין 500 לייק ??
איך האף אז מען גייט מיך נישט לאזען צו לאנג ווארטען
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 6:48 pm
דורך שמעקעדיג
צום ערשטן מאל, צום צווייטן מאל, און צום דריטן מאל:
זכיתי!
דאס וועט זיין א כולל'דיגע לייק שעל הכלל כולו יצא, ארויסצואווייזן אפרישיעישאן פאר די אלע שיינע בילדער מכל המינים וועלכע דו שטעלסט אונז דא כסדר אהער!
יברכך ה'!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 8:12 pm
דורך געפילטע פיש
געפילטע פיש האט געשריבן:וואס זענען די קאלירטע קעסטלעך ספרעי פעינטעד אסאך פלעצער אויף די סיידוואלקס אין ברוקלין? זיי האבן אנגעהויבן ארויסצושפראצן אפאר וואכן צוריק.
קיינער נישט? בין איך די איינציגסטע וואס ווינדערט זיך?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 05, 2013 8:59 pm
דורך קאווע טרינקער
יונה כהן... יוסי געשטטנער... וואו זענען ענק? אובאמא צייכענט אן די גדר פאר א אידישע געטו, און ענק שווייגען?