בלאט 50 פון 66
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 12:45 am
דורך [NAMELESS]
אין די לעצטע סצענע זעהט מען מרת יוקטן אין א סטודיאָ. זי גייט גיין פובליק וועגן שלום'ס מאוו אויף איר?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 2:21 am
דורך רביה''ק זי''ע
מנחם ציון האט געשריבן:ווער קען דאס ארויפלייגן מיט א דרייוו לינק?
https://drive.google.com/file/d/143CXfw ... p=drivesdk
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 7:55 am
דורך ראוונע
גראדעמעכעלע האט געשריבן:שלום'ס קאנפראטאציע מיט וויינבאך איז שפיץ דראמע. די מוסקלען זענען מיר געווען איינגעצויגן פון זיינע שארפע אויגן.
(די טעלעפאן געשפרעך צווישן זיי בעפאר איז געוואלדיג...)
אמת. אבער אין מיינע אויגען האט ער זיך צו שטארק פארלוירען. פאסט נישט פאר אזא איש מכובד
מה אני נראה לך כמו איזה מזרוחניק שיושבת בבודקה ומוכר פיס? נעבעך נאך אנגעווייטאגט פון די rejection פון הרבנית יוקטן
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 9:00 am
דורך טאמבל סאס
אלזא וואס בלייבט מיט די תרומה? כ'האב נישט פונקטליך פארשטאנען? זי האט עס שוין געגיבן צו נישט? שלום סתם אזוי אנטזאגט זיך עס צוריקצוגיבן??
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 3:06 pm
דורך ראוונע
קאצקע ציקער האט געשריבן:מנחם ציון האט געשריבן:סמבטיון האט געשריבן:יעצט גענדיגט זעהן די נייע עפיזאד, עס ווערט בעסער און בעסער, דא ליגט אזויפיהל רגש מחשבה און ליבשאפט, איך ווער מעשיגע פאר ליפא, שלום פארשטייט זיך איז אייזן ווי אלעמאל, רוחמי האט א שוואכע ראלע, ליבי איז באשיידן און זיס ווי האניג.
דער ראש ישיבה..... ווי שאפט מען אזאנס....
שולי ראנד
האדמו׳ר מקרייניץ פון אוטונומיות
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 4:05 pm
דורך לייבל שטילער
wow! what an episode this week
!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 4:09 pm
דורך קוויטעל
אלע זענען גוט, אבער רעב שולעם עולה על כולם
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 7:57 pm
דורך real fake news
די בילד וואס קיווע סקריבעלט אויף א פאפיר צום סוף איז פון רחלי?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 8:31 pm
דורך ראוונע
real fake news האט געשריבן:די בילד וואס קיווע סקריבעלט אויף א פאפיר צום סוף איז פון רחלי?
יא
ווי עס זעהט אויס איז זי זיין נייע crush
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 10:02 pm
דורך ישעיה
ראוונע האט געשריבן:real fake news האט געשריבן:די בילד וואס קיווע סקריבעלט אויף א פאפיר צום סוף איז פון רחלי?
יא
ווי עס זעהט אויס איז זי זיין נייע crush
אויך מיין
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 10:10 pm
דורך יואליש
זיי האבן ארויפגעדייעלט די געפילן ביזן הימעל מיטן עקרה. און די דילעמא איז גאר גאר היימיש, וויאזוי ספראוועט מען זעך ווען הלכה שטייט צווישן א מאמע און איר אומגעבוירן קינד? שטיסל איז נאכאלס שטיסל.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 10:14 pm
דורך קאצקע ציקער
לייבל שטילער האט געשריבן:wow! what an episode this week
!
סמיר אינטערסאנט וואס דו האסט געזעהן אינעם עפיסאד אזוי שטארק , אין מיינע אויגן איז עס געווען היפש טריקן
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 1:10 am
דורך אבשלום בן מעכה
די סעריע מאכט עפעס נישט קיין סענס. פון איין זייט עקזיסטירן שוין דארט סעלפאונס, מ'זעט ווי אזוי קיווע באקומט א קאל פון קאופמאן וכו', שלום באקומט א פאון פון וועד הורים וכו'. פון די אנדערע זייט שטייט שלום און טייפט אויף א טייפרייטער א הזמנה לדינר און א נאום פרידה וכו' און שוכער קלאפט אריין אזוי אומגערופן... מעיק אפ יאר מיינד, רעדט מען פון ירושלים פון 50 יאר צוריק, אדער איז עס א היינטיגע מעשה?
נאך א זאך: איז עס דען רעאליסטיש, אז א שירה מיט א יאסי זאלן זיך טרעפן, פונקט אין די זעלבע צייט וואס א צווייטע שירה מיט א צווייטע יאסי זאלן זיך טרעפן? - ממש האר אויף האר און די זעלבע האטעל. פליז...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 1:20 am
דורך פערינא
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:
נאך א זאך: איז עס דען רעאליסטיש, אז א שירה מיט א יאסי זאלן זיך טרעפן, פונקט אין די זעלבע צייט וואס א צווייטע שירה מיט א צווייטע יאסי זאלן זיך טרעפן? - ממש האר אויף האר און די זעלבע האטעל. פליז...
הוא הנותן, דאס ווייסט טאקע אז ס'איז ממש א באשערעטע שידוך און מיט דעם אלעם פייט עס די מאמע ציין און נעגעל ווי א וויליאמסבורגער פרוי.
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2020 4:08 am
דורך אלבערט איינשטיין
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:די סעריע מאכט עפעס נישט קיין סענס. פון איין זייט עקזיסטירן שוין דארט סעלפאונס, מ'זעט ווי אזוי קיווע באקומט א קאל פון קאופמאן וכו', שלום באקומט א פאון פון וועד הורים וכו'. פון די אנדערע זייט שטייט שלום און טייפט אויף א טייפרייטער א הזמנה לדינר און א נאום פרידה וכו' און שוכער קלאפט אריין אזוי אומגערופן... מעיק אפ יאר מיינד, רעדט מען פון ירושלים פון 50 יאר צוריק, אדער איז עס א היינטיגע מעשה?
נאך א זאך: איז עס דען רעאליסטיש, אז א שירה מיט א יאסי זאלן זיך טרעפן, פונקט אין די זעלבע צייט וואס א צווייטע שירה מיט א צווייטע יאסי זאלן זיך טרעפן? - ממש האר אויף האר און די זעלבע האטעל. פליז...
עס איז דא נאכאלץ יודן וואס נוצן היינט טייפרייטערס סעצפעיל פון די עלטערע דור. ווייל א קאמפיוטער איז צו קאמפליצירט פאר זיי. אייביג האבן זיי די פראבלעמען אז ווען זיי סעיווען א פעידזש טרעפן זיי נישט ווי עס איז אוועק געלייגט.... בכלל איך גלייב נישט אז שולם ברענגט אריין א קאמפיוטער אין שטוב.
געדענק אז ביסט אין א טי ווי שוי און נישט אין א אמת'דיגע מעשה. אז פונקט מאכט מיך אז שירה מיט יאסעלע זאלן זיך טרעפן אנשטאט שירה מיט יאסי איז נישט אזוי שווער צו פארשטיין דאהי...
Sent from my SM-T727U using Tapatalk
נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2021 3:54 pm
דורך mevakesh
שוין דא די דריטע פרק? אויב יא קען איינער אפלאודן?
נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2021 4:53 pm
דורך ישעיה
mevakesh האט געשריבן:שוין דא די דריטע פרק? אויב יא קען איינער אפלאודן?
איך קען נישט אפלאודן כרגע, אבער ס'
דא
נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2021 7:12 pm
דורך אישתישבי
פין ווי, טעלעגראם?
נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2021 7:55 pm
דורך לבי במזרח
Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע
נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2021 8:09 pm
דורך אלבערט איינשטיין
נחום האט זיך ערוועקט.... געלייגט האט מען אויף איהם א גוטע מעיק אפ וואס מאכט אים אויסקוקן ווי איינער וואס שלאפט אויפן באנק אין זכרון משה.
זייער דראמאטיש ווי א קליינטשיגע בחור טרעפט זיך אין ספאט אין שידוכים....
פון איין זייט האט מען שוין געשלאסן מיט די אנדערע אבער ער קען נישט פארגעסן זיין ליבע (די ווארט וואס זיין מאמע האט נישט ליעב געהאט אז אזא קליין בחור ווייסט) מיט די שירה מיט די אויגן ברילן.
הקיצור איך האלט ער גייט נישט קענען מבטל זיין שידוכים אזוי ווי עקיבא.... ער איז דאך נישט קיין זיבן און צוואנציג. א קליינטשיגע ישיבה בחור ארום גענומען מיט חברים און סוסייטו.....
ער דערמאנט מיר שטארק פון די צייטן ווען איך האב געלערנט אין ישיבה ווען איינער זאגט אז מ'ווארט פאר דיר אויף די טעלעפאן און ווען מ'קומט אן איז ער שוין לאנג נישט דארט.....
אונז האבן אפי' געהאט א tv show בתוך tv show, פארשטייט זיך ליפא האט ליב צו אריין רוקן דארטן.... אבער גיטי א עכטע וויליאמסבורג פרוי ( וואס וואוינט אין ירושלים ) איז בבחינת יהרג ואל יעבור אויף דעם.....
אביסעלע אויגן קאנטאקט האב זיי שוין געמאכט קיווי מיט רחלע.... עפעס וועבט שוין א ליבע דארטן.....
איראניש ווען ליפא פארציילט פאר גיטי אז זיי זענען אויס ווי חרדים אבער א שוואכע יודיש הערט זיך דארטן.... ווען און שטיסל אליינס איז די יודיש אויך נישט אזוי אמבעסטן....
איך האב שוין גענוג צוגעהערט צו די ירושלימער יודיש... סעפצעיל ווען ער שרייעט אן נחום פאר זיך נעמען דאס לעבן איז שווער צו פארשטיין א ווארט....
קיווי איז געפערלעך מיט אפמאלן א בילד פון זיין פעטער\שווער ווען ער איז אין א שווערע מינוט... ער האט עס שוין געטוהן מיט זיין טאטע.... אפגעמאלן ווען ער איז איינגעשלאפן איבערן גמרא און די קאפל איז אראפ געפאלן....
א איבערלעבעניש גייט ער אדורך ווען די גאווערמענט נעמט זיך צו זיינע קינדער.....
Sent from my SM-T727U using Tapatalk
נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2021 8:19 pm
דורך כלבאשבוע
גאנץ א שטארקע עפיזאד, ביי ר׳ שולעם אין שטוב דרייט זיך אלעס ארום דאס קליינטשיג דבורהלע און זי איז שוין אויך אין סכנה, סקען זיך נאך אויסקאכן א שטיקל אם המרעיבה פרשה
סאיז מיר שטארק געפאלן וויאזוי מלייגט אריין יוסעלע אין ענליכע מצבים ווי זיין טאטע בנעוריו, ער האט אבער מער די מאמעס כאראקטער און טאקע גיטי אליין ווערט גוט צונומען דורכדעם וואס מרוקט דא אריין די פרוי וואס גייט דורך א ענליכע פרשה אבער נעמט עס אין א אנדערע ריכטונג
נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2021 9:35 pm
דורך מפיל קינד
איך שפיר אז ס'גייט זיך יעצט איבערשפילן די ליפא מעשה נאכאמאל. ער גייט בקרוב אפיאגן מיט זיין סמארטפאן און זיך צוטיילן פון גיטי, די קליינע יאסעלע גייט מיטגיין מיט אים.
נשלח: זונטאג יאנואר 03, 2021 9:45 pm
דורך עגלה ערופה
ווייסט איינער וואו מ'קען עס באקומען מיט ענגלישע סאבטייטלס פאר די נשים צדקניות