בלאט 50 פון 63

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 7:49 pm
דורך [NAMELESS]

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 8:07 pm
דורך דער שכן
I just got @senSerfes: Police department of NewYork R having progress in arrest of killer of M.M.Stark near future. They are saying case will be solved & resolved.this:

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 8:09 pm
דורך גרוש
מ'מאלט וואסער, בקיצור

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 8:20 pm
דורך דער שכן
גרוש האט געשריבן:מ'מאלט וואסער, בקיצור


יא אייזיגע פארפרוירענע וואסער גייט יעצט ווערן רינעדיג מ׳גייט טרונקן עס, מ׳גייט זיך אביסעלע דערפרישן.. אהההה מחי׳ה!... יאם.

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 10:19 pm
דורך zurich
arrest on the way

סקאסט געלט צו שרייבן?

נשלח: מאנטאג פעברואר 10, 2014 10:58 pm
דורך היימישער ליטוואק
ראשעקאל האט געשריבן:http://www.newsday.com/news/new-york/bratton-progress-made-in-finding-brooklyn-man-s-killer-1.7020290

Update

וואס איז באמת פשט פון אן 'אימפראמפטו' פרעסס קונפרענס פון ברעטון?

נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 4:02 pm
דורך דער שכן
ארעסט אהער ארעסט אהין. גארנישט מיט גאר נישט. א זייפן בלאז.

און איך האב מיך געלאזט שיינערהייט פארדרייען אז אן ארעסט גייט שוין באלד געשעהן..

נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 4:33 pm
דורך ברוך שאמר
דער שכן האט געשריבן:ארעסט אהער ארעסט אהין. גארנישט מיט גאר נישט. א זייפן בלאז.

און איך האב מיך געלאזט שיינערהייט פארדרייען אז אן ארעסט גייט שוין באלד געשעהן..

די ווייסט מיטעמאל ווי גיט די זאגסט ווי עס זעט אויס מאכן זיי פין די עולם גולם סתם בילבול המוחות

נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 9:01 pm
דורך [NAMELESS]
א נייע ריפארט. וועגן געלט
http://www.newsday.com/news/new-york/me ... -1.7109854

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 6:52 am
דורך על טהרת הקודש
וואס איז פשט פון 'עבריינים' האבען געהאט שייכות דערצו? אזוי ווערט געברענגט אין איינע פון די העברעאישע סייט'ס.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:26 am
דורך איחוד פעלד
עבריינים מיינט מענטשען וואס זענען עוסק אין געחט וואס איז נישט לעגאל, און האבען אייגינע וועגען צו פראטעקטען זייערע פינאנציעלע אינטערעסען.

בכל אופן, מיינט מען נישט די עבריינים פין כל נדרי.

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 4:16 pm
דורך לאליפאפ
פארט ארום מעסעדזשעס איבער עפעס אן ארעסט, עניבאדי??

נשלח: דינסטאג פעברואר 25, 2014 4:23 pm
דורך דער שכן
לאליפאפ האט געשריבן:פארט ארום מעסעדזשעס איבער עפעס אן ארעסט, עניבאדי??


וואס פאלט׳דיר ביי?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 6:55 pm
דורך מנשה לוסטיג
שלום עליכם.
איך האב דא געברענגט א גילוי פון א סוד, און מ'האט מיך דערפאר אויסגעשפארט פון דא פאר א גאנצע וואך, מיט א ווארענונג נישט צו רעדן דערפון.
וויל איך זאגן, אז דאס איז די סיבה וואס איך רעדט נישט, ווייל כ'זע ווי ס'גייט די רוצחים בנפשם. עד כדי כך אז קאווע שטיבל פארוואלטער קאלאברירן מיט זיי. ואין מה להוסיף.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 7:25 pm
דורך לאליפאפ
מנשה לוסטיג האט געשריבן:שלום עליכם.
איך האב דא געברענגט א גילוי פון א סוד, און מ'האט מיך דערפאר אויסגעשפארט פון דא פאר א גאנצע וואך, מיט א ווארענונג נישט צו רעדן דערפון.
וויל איך זאגן, אז דאס איז די סיבה וואס איך רעדט נישט, ווייל כ'זע ווי ס'גייט די רוצחים בנפשם. עד כדי כך אז קאווע שטיבל פארוואלטער קאלאברירן מיט זיי. ואין מה להוסיף.

כ'האף אז דאס איז קאמעדי, מנשה.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 7:40 pm
דורך דער שכן
מנשה לוסטיג האט געשריבן:שלום עליכם.
איך האב דא געברענגט א גילוי פון א סוד, און מ'האט מיך דערפאר אויסגעשפארט פון דא פאר א גאנצע וואך, מיט א ווארענונג נישט צו רעדן דערפון.
וויל איך זאגן, אז דאס איז די סיבה וואס איך רעדט נישט, ווייל כ'זע ווי ס'גייט די רוצחים בנפשם. עד כדי כך אז קאווע שטיבל פארוואלטער קאלאברירן מיט זיי. ואין מה להוסיף.


איך גיי דיך נישט פרעגן אין ׳אישי׳ וואס די גילוי סוד איז (געווען). איך ווייס אויך סודות פון חיידער. ביג טיים מענאשע!.. אוי, פארוואס זאג איך עס יעצט? וואס איז די purpose? איינער האט געפרעגט?

איך ווייס טאקע סודות וועגן דיר מענאשע.. שששששששששששש

חחחחחחחחח

דער אמת איז: עס עגבערט מיר צו וויסן וואס גייט פאר מיט שטארק מארד עפאכע. פארוואס איז אזוי שטיל ווען אונטער די קוליסן טוט זיך אפ עפעס זייער נישט בא׳טעם׳ט?! איך וויל נישט גלייבן וואס איך טראכט אז ס׳קען זיין. ה׳ ישמרנו!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 7:48 pm
דורך איך אויך
האלב געבאקענע רמזים איז נאך ערגער ווי שקר. אז דו האסט א קראנטע ראיה לסברותיך קענסטו רעדן קלאר אז נישט איז עס סתם געשפילט מיט יענעמס בליט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 7:59 pm
דורך שרייבער
מנשה לוסטיג האט געשריבן:שלום עליכם.
איך האב דא געברענגט א גילוי פון א סוד, און מ'האט מיך דערפאר אויסגעשפארט פון דא פאר א גאנצע וואך, מיט א ווארענונג נישט צו רעדן דערפון.
וויל איך זאגן, אז דאס איז די סיבה וואס איך רעדט נישט, ווייל כ'זע ווי ס'גייט די רוצחים בנפשם. עד כדי כך אז קאווע שטיבל פארוואלטער קאלאברירן מיט זיי. ואין מה להוסיף.

פארדעם הער מיר שוין נישט פון דיר פאר א וואך? אוי וויי

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 8:34 pm
דורך העלא
איך פרוביר שוין צו פרעגן פון מנשה דורך אלע וועגן וואס ליגט אינטער זיין געוויסן? ווער שטייט אונטער די מעשה רציחה?
אויף:
טעלאפאן קאלס
טעקסט
אימעיל
אישי,
ואין עונה,

מנשה ביטע זאג מיר כאטש אין אישי, ווער שטייט אינטער דעם,
גיב ארויס די מיסטעריע לאז מיר נישט אנגעצויגן פאר אזויפיל צייט

פליז, איי עם קרייאינג

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:15 pm
דורך איחוד פעלד
די גאס שמועסט אז אידען זענען אונטער דעם. דעטס איט. און ס'איז נאר די גאס.

אידען, און מען האט אים געוואלט געבען א מישקאנטע, און מען האט געדינגען א גוי וואס ווייסט נישט וויאזוי צו געבען א מישקאנטע, און ער איז בטעות געשטארבען.

די פאליציי ווייסט איבער דער גוי, אבער די משלחים ווייסען זיי נישט פונקטלעך, זיי ארבעטען מיט דער גוי ער זאל ארויסגעבען אלעס און באקומען א שוואכערע סענטענס.

דאס איז וואס יעדער זאגט, מער פין דעם ווייסט קיינער נישט. אזוי הייסט בשם פאליציי.

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:51 am
דורך נארמאלער
איחוד פעלד האט געשריבן:אידען, און מען האט אים געוואלט געבען א מישקאנטע,

מאלעסטונג בּלשון נקי ?

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:09 am
דורך דער שכן
איחוד פעלד האט געשריבן:די גאס שמועסט אז אידען זענען אונטער דעם. דעטס איט. און ס'איז נאר די גאס.

אידען, און מען האט אים געוואלט געבען א מישקאנטע, און מען האט געדינגען א גוי וואס ווייסט נישט וויאזוי צו געבען א מישקאנטע, און ער איז בטעות געשטארבען.

די פאליציי ווייסט איבער דער גוי, אבער די משלחים ווייסען זיי נישט פונקטלעך, זיי ארבעטען מיט דער גוי ער זאל ארויסגעבען אלעס און באקומען א שוואכערע סענטענס.

דאס איז וואס יעדער זאגט, מער פין דעם ווייסט קיינער נישט. אזוי הייסט בשם פאליציי.


אזוי האב איך אויך געהערט פון א גאנץ ערענסטע מענטש, אבער ער האט עס אויך נאר געהערט. עטס ווייסטס די מעשה פון ״האסט עס געזעהן אדער נאר געהערט?״.. ?

עפעס נאך א פרט האב איך געהערט (איך ווייס שוין נישט וואס צו גלייבן), ..אז זיי ווייסן גאנץ גוט ווער די משלחים זענען, אבער צוויי צוריקהאלטס:
זיי דארפן מער פיזישע איבערווייז.
די משלחים פארארבעטן מעשים......

ווער די משלחים זענען?..לאז איך פאר אייך אליין צו שפעקולירן.
פרעגט מיך נישט מער. ווייל איך ווייס נישט.

נשלח: פרייטאג פעברואר 28, 2014 4:31 pm
דורך דער שכן
אוי געוואלד! וויפיל וואכן צוריק פרייטיג ערב שבת קודש און די שניי זענען מיר אללע געזעסן אויף פינס און נידעלס באזארגט צו וויסן וואו איז דער חשוב׳ער לעבעדיגער מ.מ. שטארק אהין געקומען, האפענדיג אז ער לעבט און אללעס וועט זיין גוט? ווי סאך וואכן שוין אדורך?