בלאט 50 פון 50

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: זונטאג מאי 05, 2024 5:45 pm
דורך berlbalaguleh
רב חאצאצאק הקטן: ווען מ'זאגט גוטע זאכן "לייק" איך כאוות נפשי.

איך האב נישט ליעב קיין בייזע, אנעצויגענע מענטשן. וועלכע האלטן זיך עפעס העכערס. איך בין א פשוט'ער איד. אזוי ווי ליפא פלעגט אמאל זאגן.

נאכאמאל: א יישר כח.

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: זונטאג מאי 05, 2024 7:01 pm
דורך רב חאצאצאק הקטן
:lol: :lol: :lol: ליפא האלט זיך פאר א מענטל העלט רבי...

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: זונטאג מאי 05, 2024 8:54 pm
דורך berlbalaguleh
אויב איך וועל (ח"ו) האבן מענטל העלטה פראבלעמען וועל איך מיר (מוזן) זוכן אן אנדער'ן מענטל העלטה פראפעשיאנאל.

Re: וועכנטליכע אויסגאבע: "מאמענט"

נשלח: מאנטאג מאי 06, 2024 12:15 am
דורך קהל'ס נער
אלפא האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 3:36 pm
שפילער האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 3:14 pm
אן עקעל פון אן ארטיקל נישט רעספעקטירנדיג דעם ליינער קיין כי הוא זה
אפשר ביסטו מסביר פון וואס דו רעדסט פונקטליך? וואס איז פונקטליך סייקאנעליסעס? פארוואס רוב טערעפיסטן ניצן עס נישט וכו' וכו'

עס איז צו ברייט זיך אריינצושטופן אין די ראמען פון איין ארטיקל - אפגערעדט אינטערוויו.
און עס איז צו טיף אריינצופאסן אין די ראמען פון נפשי בכלל.

קענסט ליינען מיין ארטיקל דא וואו איך האב עס אראפגעלייגט בקיצור נמרץ. און דא וואו איך האב עס צוגעשטעלט צו CBT.


אין קורצן: איז עס די מהלך וואס זיגמונד פרויד (-דער טאטע פון מאדערנע פסיכאלאגיע) האט מחדש געווען, עס איז די געדאנק אז אלע פראבלעמען נעמען זיך פון די סוב-קאנשעס קאנפליקטן (ער האט אסאך גערעדט פון ס*קס דרייווס, אבער עס איז נישט פאקטיש קיין קריטישע פרט אין די מהלך), און אז דורכן רעדן, פארציילן, געפילן און חלומות, און ווערן רעפלעקטירט דורך דעם טעראפיסט (וועלכע רופט זיך כמעט נישט אן דורכאויס א סעסיע) שווימען ארויף די קאנפליקטן און אזוי ארום ווערן זיי אויסגעגלעט פון זיך אליין..
עס האט גענומען ווייטערע טעאריעס און דעוועלאפמענטס דורך פרויד'ס תלמידים עד היום - וואס האט געשאפן א ברייטפארצווייגטע שיטה אין תורת הנפש וועלכע ווערט פראקטיצירט אין גרויסן אין די אלגעמיינע וועלט.

עס פארלאנגט זיך א גרינטליכע שטודירונג (לאפוקי LCSW וכל חניכא) און פארשטאנד צו פסיכאלאגיע בכדי צו קוואליפיצירן דערין, ובעיקר דארף א טעראפיסט אליין אדורכגיין אינטענסיווע טעראפי פאר אן ערך פון 5 יאר אדער מער (אפאר מאל א וואך) כדי זיך אליין ארויסצוהאבן און אזוי ארום ארויסהאבן די טיפקייט פון דעם נפש בכלליות..


די היימישע עולם איז בכלל נישט דערביי, ובפרט וואס טעראפי ביי אונז איז בס"ה א מיטל צו זיין פראדוקטיוו, וואס CBT און solution based methods גייען מער אין איינקלאנג דערמיט, און LCSW'ס איז גענוג דעגרי צו פראקטיצירן און סערווירן דעם פארלאנג - אנשטאט גיין געהעריג אין יוניווערסיטי און שטודירן כדבעי א מהלך צו וואס מ'דארף זיך באמת שוקד זיין..

עס איז נישט מעגליך עס מסביר צו זיין אדער פארברייטערן אין די ראלם פון איין אינטערוויו/ארטיקל, ובפרט ווען די אינטערוויוער און שרייבער זענען אזעלכע וואס פארשטייען גאר קנאפ דערצו אדער צו די טיפערע שיכטן פון פסיכא-טעראפי בכלל...


איך האף עס קלארט אויס א טראפ.
פון א וועלט-וואלט-געוועהן-וועלט שטאנדפונקט ביסטו גערעכט, אבער למעשה איז פסיכא-אנאליזיע די מערסט אומפראקטשע פארום פון רפואת הנפש, (ס׳פאדערט אסאך געלט, צייט און געדילט) און דערפאר ווערט עס נישט באניצט פארן אלגעמיינעם עולם, און מיט רעכט.