בלאט 50 פון 179
לכבוד חמשה עשר בשבט
נשלח: פרייטאג יאנואר 30, 2015 3:47 pm
דורך [NAMELESS]
א שדכן זאגט אז ער האט לעצטענס אויס געפירט א חמשה עשר שידוך , די מחותנים הייסן פרוכטער אין פא'מאראנץ , דער חתן איז א באקסער , דער שוויגער איז ביטער ווי א זית ,די מחותנים זענען צוויי הארטע ניסלעך ,ציגעזאגט האבן זיי קעסט , געגעבן האבן זיי א פייג ,
נשלח: דינסטאג פעברואר 03, 2015 6:40 am
דורך ציבעלע-קיגל
ר' משה רופט אן די גבאי פון די חברה קדישא און זאגט איהם מיט א געוויין... איך וויל אייך מודיע זיין אז מיין ווייב איז נפטר געווארען.
ענטפערט איהם דער גבאי, ר' משה, דיין ווייב איז דאך שוין נפטר געווארען 10 יאהר צוריק.
זאגט איהם ר' משה, יא, דאס איז געוועהן מיין ערשטע ווייב, איך האב אבער חתונה געהאט א צווייטע מאהל.
זאגט איהם צוריק דער גבאי פון דער חברה קדישא מיט א געשריי...
מזל טוב ר' משה! איך האב נישט געוויסט אז דו האסט נאך אמאהל חתונה געהאט... ווען איז געוועהן די חתונה?
לכבוד ט"ו בשבט
נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 9:48 am
דורך ציבעלע-קיגל
א איד כאפט א שפאציר אין וואלד אין זעהט אז עס זענען נישט דא קיין ביימער... אלע ביימער זענען נעלם געווארען...
ווי ער שטייט אין טראכט זעהט ער ווי א ברסלבר גייט דארט...
פרעגט ער איהם, זאג נאר, וואס גייט דא פאר? ווי זענען אלע ביימער?
ענטפערט איהם די ברסלבר, ער איז דאך ט"ו בשבט, ראש השנה לאלנות, אלע ביימער זענען אין אומן.
לכבוד חמשה עשר בשבט
נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:42 pm
דורך [NAMELESS]
א משולח פין ארץ ישראל איז אריין געקומן צי א גביר אין אמעריקע , דער עושר האט עים מכבד געווען מיט א טאץ פירות ,זאגט ער פארן גביר פירות קען איך האבן אויך אין ארץ ישראל דא בין איך געקומן פאר ירקות...

נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 12:49 pm
דורך ירח בן יומו
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:א משולח פין ארץ ישראל איז אריין געקומן צי א גביר אין אמעריקע , דער עושר האט עים מכבד געווען מיט א טאץ פירות ,זאגט ער פארן גביר פירות קען איך האבן אויך אין ארץ ישראל דא בין איך געקומן פאר ירקות...

ירקות-גרינע
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 11:54 pm
דורך יואב
"A recent police study found that you're much more likely to get shot by a fat cop if you run"
Dennis Miller
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 4:45 pm
דורך [NAMELESS]
א מאמע קומט אריין אין פלעי גרופ אויף פיקען איר קליינטשיקס . אין אזוי אריין קומענדיג זעט זי ווי אלע קינדער זיצן איבער די אייפאונס אין די טיטשער שלאפט ! די מאמע גיבט איר א קלאפ אויפן איקסעל . אין זי גיבט זיך א כאפ אויף ! די מאמע פרעגט איר גלייך האלב דערשראקן האלב פאדערנדיג !! ווי אזוי לאזט איר אזוי די קינדער אומאחרית'דיג ?? !! די האסט נישט מורא אז א קינד וועט זיך פארלירען ??!! די טיטשער ענטפערט איר גלייך מיט א שמייכעל זארג דיך נישט די "וויי פיי" גייט נאר ביז א פוס נאכן געיט ...!!!

נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 5:50 pm
דורך ר' שלמה אבן גבירול
אויב איז שוין געשטאנען ביטע פארמעקן
א באקאנטער גנב אין ליטא, טרעפט אמאל זיין חבר
די ווייסט אז איך מעג על פי תורה נעמען דיין בערזל?
פארוואס?
איך האב א קל וחומר
מה דאך, מיין בערזל וואס די טארסט נישט נעמען, מעג איך עס אבער יא נעמען
דיין בערזעל וואס די מעגסט יא נעמען, מעג איך עס זיכער נעמען
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 12:16 pm
דורך ציבעלע-קיגל
א טוריסט פון שווייץ קומט אן קיין ארץ ישראל אויף א וויזיט. אינמיטן וועג ווערט ער פארלוירען און שטעלט אפ צוויי ירושלמים פרעגן ווי צו גיין. ער קאן דאך אבער נישט קיין עיברית...
זאגט ער... אנטשולדיגונג, קענען איהרע דויטש שפרעכען?
די צוויי קוקען איהם אן ווי ער איז יעצט ארפגעפאלען פון די לבנה.
פראבירט ער און פראנצוזיש... עקסקיוז-עמ ווא, פארלע וואו פרנצווא?
די צוויי קוקען און ווייסען נישט וואס דער וויל.
פראבירט ער אין ספאניש... האבלא עספאניאל?
און גארנישט.
פראבירט ער אין איטאליעניש... פארלארע איטאליאנא?
און גארנישט די צוויי ענטפערען נישט.
גייט ער אוועק.
רופט זיך אן איין ירושלמי צום צווייטער,זאג נאר משה, אפשר זאלען מיר לענען א נייעם שפראך?
ענפערט ער איהם, וואס פעלט דיר דאס אויס, גיב נאר א קוק, דער האט געקענט 4 שפראכען און עס האט איהם גארנישט געהאלפען.
נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 2:08 am
דורך [NAMELESS]
א הינקעדיגער אין א בלינדער האבן זיך געטראפן אין פארפירט א שמיעס ,
בלינדער : ווי אזוי "גייט" עס ?
הינקעדיגער : "זעסט" דאך !!
נשלח: פרייטאג פעברואר 20, 2015 4:37 pm
דורך [NAMELESS]
ווען מען האט געפרעגט דעם דרייווער פון ליבאוויטשע רעבי וואס זיין פאסטן איז ,האט ער גענטפערט אז ער איז דער "שאפער" (chaufer)של "משיח"...
נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 9:34 pm
דורך ציבעלע-קיגל
א איד קומט צום רב און זאגט איהם...
רבי איך האב א ערענסטע פראבלעם, און איך דארף אן עצה. איך בין זיכער אז מיין ווייב פראבירט מיך צו פארסם'ן.
ענטפערט איהם דער רב, ניין איך גלייב נישט מאך נישט אזא מעשה.
זאגט ער צוריק, דער רב קען דאך נישט מיין ווייב און איך קען זאגען בפה מלא אז איך בין זיכער אז זי פראבירט מיך צו פארסם'ן.
זאגט איהם דער רב...איך גיי רעדען מיט איהר. קום צוריק מארגען.
דער איד קומט צוריק און פרעגט דעם רב... נו וואס טוהט מען?
זאגט איהם דער רב... רב איד איך האב גערעדט מיט דיין ווייב און דו האט איין עצה... נעם איין די סם.
נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 5:18 pm
דורך היסטאריקער
א קליין אינגעל גייט אריין אין א בארבער שאפ, די בארבער גיט א זאג פאר איינע פון די קאסטעמערס, "דאס אינגעל איז די גרעסטע טיפוש אין די וועלט, קוק וועסטו זיך איבערצייגן"
די בארבער לייגט א פיניפער אין איין האנט און צוויי סינגעלס אין די צווייטע, און רופט די אינגעל און פרעגט איהם וועליכע ער דארף, די אינגעל נעמט די צוויי סינגעלס, און גייט זיך זיין וועג.
"זעהסט! כ'האב דיר געזאגט!! ער לערנט זיך קיינמאל נישט אויס".
שפעטער טרעפט די קאסטעמער די אינגעל, פרעגט ער איהם; "פארווס האסטו גענומען ענדערש די צוויי סינגעלס?" האט ער געענטפערט: "די טאג וואס איך גיי נעמען די פיניפער, איז די שפיל געענדיגט
נשלח: מיטוואך פעברואר 25, 2015 5:45 pm
דורך [NAMELESS]
א בלינדער מיט א קליגער האבן זיך געזעצט בינעזאם איבער א טעלער קיכעלעך. מיט א הסכם אז מען טאר נישט עסן מער ווי איינס אויף אמאל ,
נאך א צוויי מינוט דערלאנגט דער בלינדער א פראסק אין פנים פארן קליגער ,
קליגער : פארוואס האסטו מיר געגעבן א פראסק ?
בלינדער : ווייל די האסט גענומען דריי קוקיס !!!
קליגער : פון ווי נעמסטו דאס ? די קענסט דאך ניט אמאל זען..?
בלינדער : ווייל איך האב גענומען צוויי אין די האסט מיר גארנישט געזאגט..!! האב איך פארשטאנען אז די האסט גענומען כאטשיג דריי...!!!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 10:49 pm
דורך [NAMELESS]
יענקעל מילער האט אמאל ארויס געגעבן א טעיפ מיטן נאמען "פורים און מאנסי" ,
עס גייט נישט דורך קיין טאג פון ווען עס איז ארויס אויפן מארקעט .אין ער הערט נישט אויף באקומן טעלעפאן קאלס .יעדער מיט די זעלבע טענה.
וואס הייסט ר'יענקעל. איך צינד אן די טעיפ אין איך הער נישט קיין ווארט אחת.איך צינד נאכאמאל אן די טעיפ אין אודך פוסט אין שטיל .וואס באדייט דאס . דאס מיינט איך באקום א פרישע טעיפ ?
ר' יענקעל ענטפערט יעדן מיט א שמייכל. האסט נישט געזען אז עס הייסט "פורים און מאנסי"...
נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 5:33 pm
דורך סמבטיון
א יוד איז געקימען פארציילען פאר ר' דוד'ל טולנער אז זיין חבר לייגט גרויס דרוק אויף זיין חיבור, ער האט געוואלט רעדען אויף אן איידעלען אופן,ער האט געמיינט צי זאגן אז יענער פייניגט זיין ווייב.., האט ר' דוד'ל געלאזט ריפן דעם יונגערמאן אין געפרעגט היתכון איך הער אז אז איר לייגט דרוק אויף אייער חיבור?, האט איהם דער יונגערמאן גענטפערט, אויב די רבי וואלט געזעהן דעם חיבור וואלט איהר זיכער געגעבן אן הסכמה אויפן דרוק..
נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 10:12 am
דורך ציבעלע-קיגל
אין א געוויסע בית המדרש, יום כיפור ביינאכט נאך כל נדרי פאר מעריב פלעגט מען מאכען א קליינע הפסקה.
איין יאהר בשעת די הפסקה מאכט זיך אויף די טיהר און דער מלאך המו* אליין קומט אריין. עס ווערט א פאניק, דער עולם פאנגט אן צו שרייען אין לויפען, און ביז אפאר מינוט איז דער בית המדרש גיווארען ליידיג, אויסער איין עלטער אידל וואס איז געזצען אין געשמייכעלט.
גייט דער מלאך המו* צו צו איהם און פרעגט איהם, זאג נאר, דו האסט נישט מורא פון מיר?
ענפערט ער, ניין.
פרעגט ער נאך אמאהל, דו ווייסט ווער איך בין?
זאגט ער א וואדאי ווייס איך.
פרעגט ער, און פארוואס האסטו נישט מורא פון מיר?
זאגט ער, שוויגער לעבן, איך בין שוין חתונה געהאט צו אייער טאכטער פאר די לעצטע 60 יאהר.
נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 10:17 am
דורך חסיד
סמבטיון האט געשריבן:א יוד איז געקימען פארציילען פאר ר' דוד'ל טולנער אז זיין חבר לייגט גרויס דרוק אויף זיין חיבור, ער האט געוואלט רעדען אויף אן איידעלען אופן,ער האט געמיינט צי זאגן אז יענער פייניגט זיין ווייב.., האט ר' דוד'ל געלאזט ריפן דעם יונגערמאן אין געפרעגט היתכון איך הער אז אז איר לייגט דרוק אויף אייער חיבור?, האט איהם דער יונגערמאן גענטפערט, אויב די רבי וואלט געזעהן דעם חיבור וואלט איהר זיכער געגעבן אן הסכמה אויפן דרוק..
די מעשה איז פון דעם טולנע יומן, עס איז שוין צייט עס זאל געעפענט ווערן אן אשכול פאר זיך פון די זיעסע ענינים וואס ווערן דארט געברענגט!
להשלמת הסיפור איז געשריבן: איינער פון ר' דוד'ל טולנער'ס ברודער האבן אים געפרעגט היתכן זיינע חסידים זענען יענע סחורה האט ער געענטפערט אז זיי זענען דאך גרויסע חכמים און וואס קען ער טון מיט זיי און האט דערביי דערציילט די מעשה.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2015 2:24 pm
דורך ציבעלע-קיגל
עס איז געוועהן אמאהל א אינגערמאן וואס איז נעבעך, ליידער אדורעך געפאלען און ער מיט זיין ווייב האבען זיך גשמד'ט. זיי האבען זאוי געלעבט אלס גוים פאר יאהר'ן לאנג. זיי האבען זיך אוועקגעצויגען פון די אידישע געגענט ווי זיי פלעגען וואונען און געגאנגען וואונען ווי עס איז כמעט נישט דא קיין (פרומע) אידן.
נאך 30 יאהר אלס גוי איז איהם אמאהל אויסגעקומען צו זיין אין בורו פרק פאר פסח און עס האט זיך דערוועקט ביי איהם דאס פינטעלע און ער האט אנגעפאנגען צו בענקען נאך זיין אידישען אפשטאם.
קןמט ער אהיים און רופט זיך אן צו זיין ווייב... ווייב לעבן, איך בענק זיך זייער נאך אונזער אלטע לעבן, אונז ווערן צוריק אידן.
גיבט זי א שריי... וואס? דו ביזט אינגאנצען משוגע געווארען? יעצט, א וואך פאר פסח? ווי אזוי וועל איך אלעס גרייט מאכען און אויפרייניגען אין א וואך?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2015 9:56 pm
דורך ונבנתה העיר
ביים אויפרופען דעם זיבן און פופציגסטן דרשן ביים שבע ברכות, הייבט ער אהן:
דוד המלך זאגט אין תהילים:
שיר המעלות בשוב ה'...
נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2015 9:58 pm
דורך מאטי
I thought air is still free, then I bought a Potato chips
נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 1:22 pm
דורך חסיד
At the end of the day, life should ask you, "Do you want to save the changes?. yes no
נשלח: פרייטאג מערץ 13, 2015 3:22 pm
דורך berlbalaguleh
סאשי פיש: איך האב איין קליינע שאלה וואס איז שוין אלט בערך 2,000 יאר. פרעגט די גמרא. מאי קא משמע לן. וואס לאזט ער מיך הערן...?.