בלאט 50 פון 214

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 26, 2015 10:22 pm
דורך רבי לעבען
לערנענדיג ציווישן די 4 ווענט אינטם גרויסען בית ישיעה דא אין ירושלים עיהק קען גאר שטארק ציניץקומען זיך אריינציזעצען אי אזא חשובע שטיבל מיין יארגאנג איז נאך ד' בן שמונה עשרה לחופה

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2015 9:25 am
דורך שבת אחים
יעמעצער האט געשריבן:איינר וויל וויסן און פארציילן פון אללעס און אויף אללעס לקיים מה שנאר הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד און דן צו זאן אויף אללעס וואס גייט פאר ברומו של הזה שאינו אלא גשר צר מאד והעיקר שלא לפחד כלל וכלל אין בכלל אלא מה שבפרט קטן וגדול שם הוא והיא וכולם יחד


אלעס פיין און וואויל אבער מיש מיך נישט אריין דא! באלד וועלן נאך מאנכע קאווע מיטגלידער מיינען אז איך שרייב מיך איין מיט אנדערע ניק ,דרייען מיטן גראבן פינגער און מאכן א גזירה שוה שאין תלוי בדבר; נאמר כאן שבת אחים ונאמר להלן שבת אחים מה להלן שבת אחים אף כאן שבת אחים גם יחד, אלזא זאלט איר וויסן למען ידעו דורותיכם אז שבת אחים איז נאר דא איינער! און אונזער שבת אחים איז שטייצעך די עכטע!

דזשאוסט קידינג, יהי בואך לברכה ולהרמת קרן הקאווע :) .

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 1:36 am
דורך ambulance
א גוטן איך האב מחליט געווען צו ווערן א מעמבער אין קאווע שטיבעל צוליב דעם וואס כהאב עס שוין אמאל געזעהן און סאיז מיר זייער געפאלן מיין יארגאנג איז קאנפידענשיל מיינע טאלאנטן דארף מען פרעגן מיינע חברים און שוין . א גוטן טאג. ambulance

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 6:54 am
דורך גר ותושב
קיין איין הרע דער אמבעלאנס האט זיך צופיפן מיט 10 תגובות און די ערשטע שעות

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 11:03 am
דורך #success
איך פרעג מיך פארוואס וויל איך ווערן א חבר אין קאווע שטיבל, איז אזוי איך האב דורך געליינט אפאר שמוסן אין איך זעה די knowledge וואס מען לערנט זיך אין די קלארקייט וואס מען באקימט נאכדעם אויף די נושא איז משום זה האב איך מחליט געוועהן צי ווערן א חבר

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 2:21 pm
דורך בלומענשטיין
איך זיך שוין לאנג ווי צו אויסליפטערן מיינע געדאנקען, קוקט מיר אויס אז דא וועל איך קענען אביסל מיטיילען מיטן ציבור מיינע געדאנקען.
לאמיר אויספרובירען צו איך וועל נאך דא ווערן א טאלאנטפולער שרייבער אויף וואס איך לעכצט שטארק.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 2:22 pm
דורך גאנץ גוט
יאך בין א סאטמארער געבוירענער וואס איז היינט צוטאגס א גלייבער נאר אין די י"ג עקרים! און זייענדיג איינגעשפארט אין דעם חסידישן קולטור, וויל איך לאזן אביסל אויסלופטערן מיין מיינונג בנוגע אלעס ארום דעם חסידישן סיסטעם. ואידך פירושא זיל גמור..

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 11:57 pm
דורך נעגעל וואסער
בין איך ב"ה זייער פארנומען, פון צופרי ביז שפעט אין די נאכט אריין, קיין סאך צייט צו שרייבן האביך נישט ליידער.
אבער אן טרינקן קאווע קעמען א איד נישט זיין... בין איך דא א גאסט אין שטיבל, און איז נהנה פון די טאלאנטפולער שרייבערס דא, קע"ה. איך וויל נאר דאנקן א יעדער איינער וואס געבט אוועק פון די אייגענע צייט, צו מהנה זיין אזוי פיל יודן לאורכה ולרחבה.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 1:35 am
דורך שלאף קאפל
איך וויל הערן און מיטהאלטן וואס טוט זיך ביים היימישן ציבור. איך וועל פראבירן צו מיט טיילן מיין עקספערטיז אין די קאמפיוטער וועלט און אלצדינג איבער דעםאיך וויל הערן און מיטהאלטן וואס טוט זיך ביים היימישן ציבור. איך וועל פראבירן צו מיט טיילן מיין עקספערטיז אין די קאמפיוטער וועלט און אלצדינג איבער דעם

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 2:50 am
דורך ליפא
האב איך שוין נעגל וואסער מיט א שלאף קאפעל. נאך א בעט דארף איך און כ'קען מיר גיין לייגן zzzzz
גוטע נאכט...

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 9:13 am
דורך גר ותושב
ליפא האט געשריבן:האב איך שוין נעגל וואסער מיט א שלאף קאפעל. נאך א בעט דארף איך און כ'קען מיר גיין לייגן zzzzz
גוטע נאכט...

גראדע איז שוין אויך דא א "א גוט מארגן" אבער א "גוטע נאכט" האב איך נאך נישט געזעין.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2015 9:16 am
דורך רויטע וואנצעס
ווייל אויף ק"ש ווערט קיינמאל נישט נאכט. מ'גרייט צו נעגל וואסער, מ'טוט אן די שלאף קאפל, אבער מ'לייבט אויף מיט'ן טעלעפאן אין בעט.

נשלח: פרייטאג יאנואר 01, 2016 1:35 am
דורך טאנע בייגל
I decided to be a partner cause I like to write news and I have a lot of knowledge and i feel it's good for me and for everyone so I think I'm doing a good move by getting a member

נשלח: פרייטאג יאנואר 01, 2016 1:38 am
דורך leivyhershko42
איך האב מחליט געווען ארויף צו קומען אויף קאווע שטיבל צוליב וואס איך פלעג ליינען ענקערע ארטיקלען אויף טעלעגראם און עס איז מיר זייער געפאלען איך ביןא מוראדיגע חסיד פון די גאנצע קאווע שטיבל איידיע צוליב דעם וואס מען ווערט געוואר אסאך נייע זאכן

נשלח: פרייטאג יאנואר 01, 2016 10:38 am
דורך דער געוואגטער יונגעל
רב [tag]נעגעל וואסער[/tag], איר האט זיך געקאווערט אינשארענס. ביינונז חסידים איז 'יסודתן' נישט צו טרעטן אויף 'נעגל וואסער...

אויף די קיהלערע בתוכינו, וואס זענען ביכולות צו זיך אונטערווישן להכעיס מיט די לינקע הייליגער תפילין האנט; קענען נאך טרינקן נעגל וואסער אויך... סאו, פון זיי ווייס איך נישט צו די ביזט געקאווערט.

נשלח: פרייטאג יאנואר 01, 2016 10:49 am
דורך berlbalaguleh
טאנע בייגל האט געשריבן:I decided to be a partner cause I like to write news and I have a lot of knowledge and i feel it's good for me and for everyone so I think I'm doing a good move by getting a member

טאנע בייגל: פונקט ווען כ'האב שוין געוואלט זאגן אז דו שרייבסט אין א כמעט פערפעקטן ענגליש, האביך באמערקט אז דו זאגסט...."By getting a member"... Instead of....Becoming a member. Or...acquiring membership...!

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג יאנואר 01, 2016 10:55 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
כנראה דו ווייסט נישט וואס getting a member מיינט [WINKING FACE]

נשלח: מאנטאג יאנואר 04, 2016 4:26 pm
דורך היימישער אינגערמאן
צו זיין טייל פון די קהילה, ליינען און קיין שרייַבן. קוקן נייַעס, ארטיקלן, וכדומה
דער פארבלעם איז אז עס פעלט זיך כאטשיג 40 ווערטער זיך פאר צו שטעלען. איך האב געשריבן קורץ און שארף זייער בקיצור, איך קען נישט טראכטן וואס ס'איז נאך דא צו צע לייגן.

נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2016 4:22 pm
דורך זיסקייט
וואס זאל איך אייך זאגן א יוד וואס פארפאסט נישט קיין מקוה און זוכט ערגעץ צו זיצן בשעת'ן זיפן פון די קאווע נווווווווו נאכאלץ נישט גענוג ווערטער????ריבוינע שעלוילאם!!!!

נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2016 4:23 pm
דורך מייקל פאראדעי
איך ליין קאווע שטיבל און איך האב שטארק הנאה פון די סייט און פון די אפענקייט. האב איך געטראכט פון ווערן א מעמבער. איך בין אויפגעוואקסן חסידיש אבער איך בין לעת עתה נישט מקשור צו קיין שום חסידות, לדעתי איז אלעס א געים און א וועג צומאכן געלט.

נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2016 7:21 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
מייקל פאראדעי האט געשריבן:איך ליין קאווע שטיבל און איך האב שטארק הנאה פון די סייט און פון די אפענקייט. האב איך געטראכט פון ווערן א מעמבער. איך בין אויפגעוואקסן חסידיש אבער איך בין לעת עתה נישט מקשור צו קיין שום חסידות, לדעתי איז אלעס א געים און א וועג צומאכן געלט.


עס איז נישט קיין מעלה נישט צו זיין מקושר צו קיין שום חסידות ודי בזה

נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2016 7:30 pm
דורך מייקל פאראדעי
קען זיין. סאיז נישט בכוונה מעהר ווייניגער האט זיך עס אליינס אזוי אויסגעשטעלט, פשוט קיינע פון די חסידותן ציען מיך נישט לעת עתה. און איך זעה נישט וואס זיי טוהן אפפערן, און וואס איך פארפעל.

נשלח: דינסטאג יאנואר 05, 2016 7:40 pm
דורך שבת אחים
דו ביסט יא א חסיד, דו ביסט א "קאווע שטיבל חסיד" :D , קען מען דאך רעדן אפען, ביסט א חסיד אבער נישט פון די היינטיגע רבי'ס. ריכטיג?