בלאט 6 פון 6
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 12, 2019 11:07 pm
דורך קורקלענד
קוק איבער וואס איר האט געשריבן. איר זענט נישט קאנסיסטענט. בכלל וואלט איך געראטן אז איר זאלט גוט שטודירן די היסטאריע און קאנצעפטן פון קאפיטולזם און פרייהייט. ס'זעהט אויס ווי איר זענט פשוט נישט באקאנט מיט די בעיסיק פרינציפן פון די קאנצעפטן. זוך אויף מילטאן פרידמאן אויף יוטוב.... זעה אביסל.
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 12, 2019 11:58 pm
דורך [NAMELESS]
איך בין גענוג באהאוונט זיך אנצורופן, איך שרייב די צוויי דריי נקודות וואס זענען דא נוגע, אויף די היסטאריע פון קאפיטאליזם און סאצעאליזם זענען פארהאן גענוג פלעצער וואו צו קוקן און דא איז עס נישט וויכטיג צו בעצייכענען.
נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2019 4:59 am
דורך קורקלענד
אז איר זענט גענוג זיכער אז איר זענט גענוג באהאווענט דאן איז מיר א שאד די צייט, ווייל איינער וואס ווייסט שוין גענוג קען מען איהם גארנישט צולייגן האט נישט קיין פאטענציאל זיך צו לערנען. אבער אזוי ארבעט עס אין די סאציאליסטישע קלאס, ענדערש צונעמען פון די אלגעמיינע עולם די געלעגענהייטן פון גרויס הצלחה אין אויסטויש פאר פשוטע מעסיגע הצלחה... זיי זענען מסתפק במיעוט, הו בממון והן במחשבה. הצלחה.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 10:13 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פראגראמן זענען א מינדערוויכטיגע פונקט אין סאציאליזם. די יסוד פון סאציאליזם איז צו אנערקענן די שותפות'ן וואס מיר אלע האבען. די בירגער אין א שטאט זענען שותפים אין געוויסע זאכען, ווי די לופט און די וואסער און די נויט פאר פארזיכערונג ועוד. סאציאליזם פאדערט אז מ'זאל זיך פירען אין די אלע זאכען ווי א שותף, און נעמן אין חשבון די אנדערע שותפים אין יעדער טריט. דאס גילט אין א מדינה אויך, ווי יעדער איז א שותף אין פיהל אנדערע זאכען. פארשטייט זיך, א שותף וואס נעמן מער ארויס פון די שותפות, דארף צאלען מער. און די חלקים פון די שותפות וואס זענען נישט נייטיג פאר'ן שותפות נאר די רייכערע, זאלען טאקע נאר זיי צאלען. און טאקע צוליעב סאציאליזם מוז דער בעלעבאס אנערקענן אז די ארבעטארער איז א גרויסע שותף אין די אויסגאבע פון די פאבריק וכדו', מ'מוז אנערקענן די שותפות'ן וואס מיר האבען אין יעדער זאך.
דאס האט אבאמא געמיינט מיט די ווערטער you did not build that און דאס איז א זאך אויף וואס מ'קען זיך נישט דינגען, די שאלה איז נאר די ראמען דערפון, ווי ווייט גייט עס. און טאמער למעשה ארבעט עס נישט, מוז מען טון וואס ארבעט. אין רוב מדינות אין די וועלט האט מען געמאכט א פשררה צווישען די שותפות און פערזענליכע איניציאטיוו. ווען מ'שלעפט צופיהל איין וועג, איז צרות. דאס איז ווענעזיועלא, און אויך אמעריקא, יעדער לויט זיין שלעפן. אין אמעריקא שטייגט די ראטע פון ארימעלייט יערליך, אויף אן אופן וואס אנדערע פארגעשריטענע מדינות וואלטן קיינמאל נישט צוגעלאזט, און אין ווענעזיועלע איז געווארען אן עקסטרעם די אנדערע וועג.
קאמיוניזם איז גאר אן אנדערן ענין. קאמיוניזם האלט אז די מהלך פון פערזענליכע איניציאטיוו פאראורזאכט גרויסע פראבלעמן, הגם אז פאר זיך איז עס מעגליך אויסגעהאלטען. דעריבער פאדערן זיי אז מ'זאל זיך משתתף זיין אין פיהל מער חלקים פון די בריאה ווי וואס איז נאטורליך. דארט איז געקומען פיהל פראבלעמן און צרות.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 11:24 am
דורך קורקלענד
צוויי פונקטן נאר.
ווי ווייט איך פארשטיי זענען רוב קאפיטאליסטן אויך מודה אז יעדער דארף איינצאלן אויף די נצרך'דיגע שותפות'דיגע חלקים. עכ''פ אויף מיליטערישע דעפענס, פאליציי, און קאורטס, זיי וועלן אויך מודה זיין אז די גרעסערע פארדינער זאלן צאלן מער. דהיינו, אויב צאלט יעדער איינער צען פראצענט פון פארדינסטן וועלן די רייכע אויטאמאטיש באצאלן פיל מער ווי די ארימע, ווידער אבער א פראגרעסיוו סיסטעם ווי די רייכע צאלן א גרעסערע ראטע וועלן פיל האלטן אז ס'מאכט שאדן פאר די אפעטיט פון פארדינען.
בנוגע די פאקט וואס איר שרייבט אז די פראצענט פון ארימע שטייגט יעדעס יאר אבנארמאלאיז מיר א ריזיגע חידוש. ווייל אין די לעצטע צענדליג יארן איז אמעריקע געגאנגען אסאך מער צו די לינקע זייט, און ווען אייערע ארגומענטן וואלטן געהאט עטוואס עפעס האַפט, וואלט געדארפט זיין דאס פארקערטע. אבער אינטערעסאנט איז אז וואס מער מ'רעדט זיך אוועק פון קאפיטאליזם צו סאציאליזם ווארט עס נאר ערגער פאר די ארימע קלאס, און די ארימע קלאס ווערט גרעסער און גרעסער.
מיט אייער שרייבן אז די סאציאלע פראגראמען זענען א 'זייטיגע' זאך ווען ס'האנדלט זיך מיט סאציאליזם איז משמע אז איר האט נישט ארויס די צוויי סטראקטורן. ווייל אייער הסברה (אין די פאל) איז נאענטער צו קאפיטאליזם ווי סאציאליזם. על אף וואס מ'קען זיך דינגן אויף די לופט און וואסער חלק צו א געוויסע גבול.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 9:24 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א חלק פון די siege mentality פון די רעכט איז אז אמעריקאט לינק אין די לעצטע יארן. עס איז בכלל נישט אמת, און איבערהויפט אין געלט זאכען. רעיגען האט געגעבען א שטארקען צי צו די רעכטער זייט, און די פראבלעמן וואס זיין מהלך האט פאראורזאכט זענען ווייט פון אריבער.
די שותפות וואס מיר האבען מיינט טאקע א געוויסע זאכען קענען נאר געטון ווערן דורך די ציבור, נישט דורך א יחיד. למשל, די רעגולאציעס וואז פארזיכערן אז די זאכען וואס מיר קויפען, עסן, רייכערן, טון אן וכו' זענען נישט קיין סכנה. ווען אלס וואס מיר האבען אין שיפלאד קומט פון א ריזיגע שותפות פון פאבריקן און מדינות, דארף מען האבען א רעגירונג וואס זאל אבאכט געבן אויף די אלע זאכען. די רעכטער האבען אזא axiom אז ווייניגער רעגולאציעס איז בעסער. דאס איז נישט ריכטיג. אזוי אויך אין די וואסער וואס מיר טרינקען, וואס די רעכטער ווילען לאזען אז די גרויסע ביזנעסער זאלען מעגן פארסמ'ן די וואסער, און די אפרייניגען זאל געצאלט ווערן דורך די אלגעמיינער שטייער צאלער. און אזוי איז לגבבי צענדליגער אנדערע איינצעלהייטען, וואס די רעכטער זוכן צו שטופן א גלויבונג פון זעלבסטשטענדיגקייט פאר יעדער מענטש, וואס איז נישט אמת און עס איז בעיקר געווידמעט צו לאזען דער וואס האט אסאך געלעגענהייטן דאס אויסצונוצן אויף יענעמ'ס חשבון.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 9:44 am
דורך אישתישבי
רעכטע ווילען נישט לאזן פאר'סמ'ען די וואסערן. דאס איז א לינקע קאנספיראציע.
וואס יא, די לינקע מאכן די רעגולאציעס וואס מער און וואס מער קאמפליצירט, און דאס אליין פאראורזאכט אז די אריגינעלע ציל פין די רעגולאציעס ווערען מטושטש.
די רעכטע זענען אמאהל צו לויז אויך.
דערפאר איז די בעסטע ווען ביידע זענען צוזאמען אין מאכט אזוי אז די קאראפציע מוז פארמינערט ווערען.
דאס וואס ביידען האט געטוהן מיט זיין זוהן ווייזט אז די לינקע זענען געוועהן צו באקוועם. ווען טראמפ האט נישט די לינקע איבער זיין ריקען וואלט ער זעלבסט געטוהן די זעלבע.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:32 pm
דורך קורקלענד
איינער וואס איז קארופטירט, איז נישט רעכטס און נישט לינקס. ס'איז קארופטירט. די גאנצע רעכטס אדער לינקס איז פשוט ווייל ער רעפרעזענטירט רעכטע אדער לינקע. אינערליך פערזענליך זענען 'אלע' פאליטיקער קארופטירט! טראָמפּ איז א יוצא מן הכלל, פאָר די מאָוסט פּאַרט, ער איז אן אנדער בריה.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 8:43 pm
דורך שבת אחים
איך בין היינט אריין אין א חסידישע געשעפט אין ברוקלין. די אייגענטומער וואס קען מיך און מיינע שיטות. האט מיך געוואלט טשעפענען. פרעגט ער מיר צי סאיז א נארמאלע זאך אז איינער וואס פארדינט געלט זאל די גאווערמענט צונעמען מעהר ווי האלב?
און אזויווי א איד ענטפערט אייביג א תירוץ מיט א צווייטע קשיא האב איך אים געפרעגט א אנדערע קשיא.
שטעל דיך פאר די גייסט אין די וואלד און דו זעהסט א גרופע פון א געויסע מין באשעפענישן, לאמיר זאגן בערן. און סאיז דא דארט מיליאנען בערן וואס האבן נישט וואס צו עסען, ציטערן פאר קעלט און האלטן זיך קוים ביים לעבן. און דערנאך זעהסטו אז אפאר בערן האבן אוועקגעלייגט אוצרות מיט עסען פאר זיך און פאר זייערע קינדער און אייניקלעך און איר אייניקלעך און זיי נוצן עס בכלל נישט... וואס וואלסטו געזאגט??? סאיז א נארמאלע זאך? אפאר בערן האבן אלעס און רוב שטארבן פאר הונגער?
איך ווארט נאך אלץ פאר א ענטפער...
די גאנצע זאך אז סאציאליזם איז עפעס בארבאריש איז א וויץ און פשוטע אלטמאדישע פראפאגאנדע...
יעדע איקאו סיסטעם אויף די וועלט האט ״א סיסטעם״ וויאזוי די עסען ווערט אויסגעטיילט צווישן זיי. יעדער איינע... סאציאליזם איז פונקט אזא סיסטעם ווי קאפיטאליזם...
די מענשטען לאזן דיך פארדינען בתנאי אז אויב ווערסטו א עושר דארפסטו געבן פאר די ארימלייט. און די וואס ארבעטן און האבן גרויסע פאמיליעס און מאכן נישט גענוג געלט דארפן טאקע נישט באצאלן גארנישט. נאר די רייכע דארפן באצאלן. קיינער איז נישט רייך געווארן פון זיך אליינס. יעדער וואס איז אין טאפ איז געווענטליך
אנגעקומען דארט נאר דורך אראפשטופן און דערנידערן אנדערע. קיינער וואוינט נישט אליינס אויף די וועלט. די עשירים האבן הנאה פון אלע פראגראמען וואס די שטאט שטעלט צו, זאלן זיי באצאלן, אנשטאט אויספישן ביליאנען פאר שטותים, ארט, מאלערייען, שטותים מיט הבלים... סאיז דא מענטשען אויף די וועלט אין זייער לאנד וואס הונגערן.
ווען איינער וואוינט אפגעזונדערט און ער טרעפט אליינס גאלד אינטער דער ערד איז עס לכאורה זיינס און ער דארף זיך נישט צוטיילן מיט קיינעם. אבער אונז וואוינען צוזאמען, אינטער א גאנצע סיסטעם. און דער מענטש וואס וואוינט אפגעזונדערט וועט אויך דארפן סוכ״ס אנגעקומען צו די אנדערע מענשטען/מארקעטס צופארקויפן זיין גאלד, ממילא אויב דער עושר האט הנאה פון די וועלט און די מארקעטס און די גאנצע סיסטעם קען ער נאכאלץ בלייבן א גרויסע עושר, ער מוז אבער נישט ווערט זייו הונדרעט ביליאן דאללער??? צוויי ביליאן איז נישט גענוג?
קאפטיליזם איז א סיסטעם דיזיינט פאר לטובת די פריצים סאציאליזם איז א סיסטעם לטובת די מענטשן...
קוקטס אויף אלע סאציאליסטישע לענדער. די המון עם שטייט אסאך בעסער ווי אין אמעריקע און די מענטשען זענען דארט אסאך מעהר צופרידן, אפילו די עשירים.
בכלל אין יעדע לאנד אדער סטעיט אין אמעריקע ווי מ׳בעט אסאך טעקס זענען די מענטשען רייכער! סאיז א טרוקענע פאקט. סאיז פונקט ווי ביליגע שיך און טייערע שיך. סוכ״ס האבן אלע מענטשען הנאה דערפון. די פלעצער וואס בעטן ווייניג טעקסעס זענען אלע צוריקגעשטאנע פלעצער/ לענדער....
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 9:12 pm
דורך קורקלענד
קומסט אריין אינמיטן א מעשה און הייבסט אן מאכן דזאדזשמענטס, רענסטעך נישט מיט קיין פארדעם, און טראכסט נישט וואס וועט פאסירן נאך דיין 'קליגע' עמאציאנאל געטריבענע חכמה.
האסטו געזען וואס האט פאסירט ביז אהין? וואס האבן די רייכע בערן געטוהן אנצוזאמעלן זייער פארמעגן? האלטסטו אז נאך וואס דו נעמסט עס פון זיי אוועק וועלן זיי נאכאמאל אנפילן זייערע זאפאסן? זיכער נישט! קענסט ראטעווען יענע קראנקע הונגעריגעע בערן פאר חיי שעה, אבער מארגן וועסטו נישט קענען איבערשפילן דער שפיל, און אלע בערן וועלן גיין א גאנג....
נישט אומזיסט האט קאפיטאליזם געברענגט מער רייכטום, מער צופרידנהייט, און א בעסער לעבן ווי סיי וועלכע אנדערע סיסטעם.