בלאט 6 פון 6
Re: מאמישע געפילן
נשלח: דינסטאג יולי 20, 2021 12:08 am
דורך תוהו ובוהו
מפיל קינד האט געשריבן:בשעה טובה ומוצלחת!
געדענק מיר צו לאדענען צום קידוש.
איך ליין שוין איבער דריי מאל אין א פרואוו געוואר צו ווערן ווי דו האסט געזעהן אז ס'איז א מיידל..[emoji5]
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
נשלח: מאנטאג אוגוסט 09, 2021 1:20 am
דורך בת קול
א נייע חודש
א נייע זמן
א נייע ארט
א נייע היים
א טויש אין פלאץ
א טויש אין רוטין
פון אינטן ביז אויבן
אהער און אהין
האפענטליך צום גוטן
האפענטליך פארווישן
האפענטליך באנייען
האפענטליך איבערמישן
פארגעסן די עבר
איבערלאזן דעם אלטן
נאר קוקן פאראויס
די פרישקייט זאל אנהאלטן
א נייע זיך
איך וועל נישט אויפגעבן
איז דא אזא זאך
ווי זיך מאכן א נייע לעבן?
נשלח: מאנטאג אוגוסט 09, 2021 12:22 pm
דורך קאך_לעפל
זייער שיין, מיידעלע....
נישט צו פארגעסן.
אלכ סאטמארע זענען באנדיטן
הק' בת קול.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 09, 2021 12:23 pm
דורך רביה''ק זי''ע
There you go
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 3:36 am
דורך בת קול
נעמען נעמען
אזויפיל פראבלעמען
קינד זאל זיך נישט שעמען
באבעס נישט קאמפלעינען
אברהם יצחק יעקב משה
שרה רבקה רחל לאה
תירוצים טרעפן קליינע גרויסע
צומישן די שטן אויב האט ער א דעה
וועלן עפעס זיס מיט חן
קען פשוט נישט מחליט זיין
אין וועמענס וועגן נאך צו גיין
די פרעשור איז אן, נאך געציילטע וואכן פארהאן
איבער און איבער מ'קייט
יעדע מאנטאג און דאנערשטאג
כאילו יעצט מ'גייט
רעזאלווען דעם קאנפליקט
ביז מען ווערט מיד פון דעם
און מחליט מען דארף די זיסע פנים זען
ציילן אלע פינגער צען
אפשר וועט נאך שטארבן איינער ביז דען
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 6:52 pm
דורך [NAMELESS]
פארוואס ענדיגן אויף א זויערע נאוט?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 8:50 pm
דורך רביה''ק זי''ע
א איד וואס פארשטייט נישט צו dark humor דארף נאכקוקן זיין ייחוס.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 19, 2021 10:44 pm
דורך בת קול
איך האב מורא
פון די ווייטאג
פון די קלאפענישן
פון מיין אטעם פארלירן
פיל מיט מרה שחורה
פון די טאג
פון די קאפ דרייעניש
פון אראפגיין פון זינען
איך ציטער
איך בין נישט גרייט
און איך גלייב נישט
אז מען קען אמאל זיין
איך וואונדער
זיך אויב סאויסייד
איז גרינגער נישט
ווי געבורט פיין
איך האלט זיך צאם
פארבינד מיין מח
נאך א טאג
נאך א שעה
ממש נאך א קליינע זמן
נאך אביסל כח
אביסל פלאג
און דו וועסט זיין דא.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2021 7:53 am
דורך מי אני
בת קול האט געשריבן:איך וואונדער
זיך אויב סאויסייד
איז גרינגער נישט
ווי געבורט פיין
דאס קען מרמז זיין און אָנרירן אויף דר. דוד בּענאטאר׳ס
חקירה צי
אנטינעיטעליזם איז מכריח
פּראָמאָרטעליזם צי נישט.
נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 2:51 am
דורך בת קול
אטעם טיף
שטעכט שארף
גייט דורך גיך
האלטן חשבון איך דארף
אפאר סעקונדעס
עס גייט פארביי
דערנאך פארשווינד עס
מיין אטעם איך באניי
שעות אדורך
עס קומט און גייט
אביסל איך פארכט
און אביסל אויך פרייד
איך ערוועק זיך
דורך געווייקט א נאסער
צייט צו איילן גיך
מיין פנים א בלאסער
די צייט פארלאפן
עס ווערט שוין שפעט
אן אכטער אפען
קיין עפידורעל מען געבט
פיל מיט יואש איך ווער
נישט פאר מיינע כוחות
איך ווער געווארן אבער
אז אלץ איז אין די מוחות
סעקונדען געציילטע
און דו בוסט שוין דא
א געבורט אזא געאיילטע
שעפעלע זיסע, ברוך הבא!
נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 2:52 am
דורך תרמב
מזל טוב! מזל טוב! זאלסט זעהן אסאך אידיש נחת גרינגערהייט פון דעם קינד און פון אלע קינדער גרינגערהייט! מיט הרחבות הדעת!
נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 4:14 am
דורך מצפצף
מזל טוב!
נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2022 7:31 pm
דורך בת קול
נעמסט איבער מיין וועזן
שעפעלע
גאנצעטע נעכט אויפגעוועזן
בשפע'לע
אין דיינע אויגן קוק איך
זיסעלע
אין דיין ווארעמקייט כ'וויקל זיך
אביסעלע
מיין האפענונג פאר אונז
טייערקייט
אלעמאל פילן ליבשאפט ביז
אן אייביגקייט
נשלח: דינסטאג אוגוסט 02, 2022 10:44 am
דורך בת קול
פיבערסט
הויעך
מוטלאז
אן כח
איך וויקל
דיר איין
מעדעצין
לייג אריין
שאקל דיר
ליבלעך
קיש דיין
זיסע גריבעלעך
בוסט אויף
אין א געוויין
ביזן פרימארגן
שיין
ווען ס׳באווייזט זיך
מיט חן
א ווייסע
קליינע ציין!