בלאט 6 פון 6

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 8:48 pm
דורך [NAMELESS]
יעצט געענדיגט ראדימנא אין די לעצטע וועקער. ס'איז ממש געוואלדיג!! די מעשה ווערט מער ווילד און דראמאטיש מיט יעדע פארזעצונג.
א גרויסען דאנק [tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag]!!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 2:37 pm
דורך [NAMELESS]
די פראצעס איז נאך ווייט פון פארטיג.
שכח חתם סופר!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 2:42 pm
דורך berlbalaguleh
דער געוואגטער יונגל: ייש"כ. ס'הייסט אז דו זאגסט אז דו האפסט נאך בעז"ה צו האבן פרנסה פונ'ם ראדימנער פראצעס פאר נאך א גוטע פאר יאר...! לכה"פ ביז זלאטע'ס אור אייניקלעך וועללן שוין האבן ווייסע בערד און גרויע שייטלעך. אדער שפיצלעך...!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2018 7:34 am
דורך הוגה
ווי אלעמאל האב איך זייער הנאה געהאט פון די לעצטע פארזעצונג. ספעציעל האב איך הנאה געהאט צו ליינען ציטאטן פון די שרייבער פון יענע טעג. עס גיבט העכסט צו צום אויטענטישקייט פון די שפאנענדע געשיכטע. עס איז צום באמערקן אז בשעת'ן ארויסברענגן זייער אנטוישטער געפילן לייגן די שרייבער אן די שילד אויפן המון עם פארן נישט קער נעמען פון זייער רבנים אזש זיי דארפן זיך שלעפן קיין אמעריקא נאך געלט. די נעקסטע נאטירליכע פראגע וואלט געדארפט זיין, פארוואס טאקע האבן מענטשן רעספעקטירט רבנים אזוי ווייניג אין יענע צייטן. איך מיין אז די ענטפער איז גאנץ פשוט וידוע לכל.

נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2019 11:38 am
דורך סקרן
סקרן האט געשריבן:איז איינער מסכים מיט מיר אז ס'איז נישט גערעכט וואס מ'טוט מיט אונז קודם געבט מען אונז אפאר קאפיטלעך העכסט אינטרעסאנט
נאכדעם מיטאמאל האט זיך אלעס אפגעהאקט מ'דארף קויפן די וועקער טאמער נישט קומט גארנישט דא ארויף

????????

נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2019 3:16 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
ליינענדיג די מעשה אין קאווע שטיבל אבער היות די אויספיר איז אין די "וועקער" קען מיר איינער זאגן וועלכע וועקער שטייט די המשך
כ'וועל עס קויפן online
יאשער קויעך

נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2019 4:32 pm
דורך סביב העולם
סקרן האט געשריבן:
סקרן האט געשריבן:איז איינער מסכים מיט מיר אז ס'איז נישט גערעכט וואס מ'טוט מיט אונז קודם געבט מען אונז אפאר קאפיטלעך העכסט אינטרעסאנט
נאכדעם מיטאמאל האט זיך אלעס אפגעהאקט מ'דארף קויפן די וועקער טאמער נישט קומט גארנישט דא ארויף

????????

כ'קען נאר אזויפיל זאגן, אז אויב לעבסטו אין א מיינונג אז איינער איז דער עפעס מחוייב, לעבט איר אין א גרויסן אירטוהם, און ווען איר וועט זיך אויפוועקן וועט עס זייער וויי טוהן... איז בעסער זיך אויפצואוועקן יעצט, ויפה שעה אחת קודם. ער מעג שרייבן וואס ער וויל, לייגן וואו ער וויל. אנלעסס איר האט אים באצאלט אן איינגאבע און ער האט אייך אויסגעפאפט, וואס אין אזא פאל קענט איר אויך נישט טוהן עפעס מער ווי גיין צו גבעת המורה וואס וועט אייך געבן א שמתא אויף יענעם.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 7:58 pm
דורך הוגה
כ'בין געווארן אביסל טרויעריג ווען כ'האב אויפגעמישט די וועקער און נישט געפונען א פארזעצונג צום ראדימנער פראצעס. [tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag], ווי מיס יו.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 9:56 pm
דורך כוכב
וגם אני מצטרף לדעת הרבנים הגאונים הנ"ל ועזבאה"ח.

Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 10:50 pm
דורך קאלטגעבראטן
גם אני מצטער/מצטרף

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 24, 2019 11:25 pm
דורך מיימון
אפשר אז מען וועט מער אפרישיעיטן די שרייבערס וועט מען זיך נישט דארפן וואונדערן אז מען שיקט נישט קיין ארטיקלען. Just saying.

נשלח: זונטאג מערץ 22, 2020 4:57 am
דורך לבי ובשרי
שבת נאכמיטאג האב איך דערווישט א הויפן אלטע וועקערס וואס איך האב שוין בשעתו דורכגעלייגנט כמעט ס'גאנצע, אבער מאיזה סיבה שהוא האב איך אלעמאל אויסגעלאזט דער ראדימנער פראצעס ארטיקלען, כ'ווייס נישט פארוואס, מעגליך וויבאלד כ'בין נישט אזוי פארליבט אין פיקציע און פארזעצונגען, און קארענט נושאים האבן א דין קדימה.

אבער, היינט האב איך זיך עפעס באגעגנט אינעם וועקער אין וועלכע ס'איז געשטאנען די כראנאלאגיע פון די ראדימנע ארטיקלען, און כ'האב אנגעהויבן כאפן וואסאפרא אוצר כ'האב ארויסגעלאזט פון מיין הענט נישט ליינענדיג די ארטיקלען ביז איצטערט.

באותו מעמד וזמן האב איך אנגעהויבן ליינען די ארטיקלען, ביז, אפס... ערגעצוואו סוף פון די ארטיקלען שטייט המשך יבוא און דארט ענדיגט זיך עס... פארזעצונעג ערשיינט נישט אין די אנדערע וועקערס דאכט זיך.

א כראנאלאגישער איבערבליק וואס עס דורך אויפ'ן רבי'ן און זלאטע ביים פראצעס טוט מיר נישט אזוי נייגערן, טראצדעם וואס [tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag] האט אראפגעלייגט א מאסיווער דזשאב מיט אלע פארבן, אריינברענגנדיג דעם ליינער אין יעדן מצב, די אטמאסעפערע און געריכט זאל אא"וו. כ'נייגער נאר אויף למעשה, וואס איז געבליבן סוף פסוק? ווער איז ארויס א גערעכטער? און וואס האט זיך אין ענדע אויסגעקאכט?

באזונדער איז מיר געפאלן די דאקומענטן און בילדער וואס געוואגטער האט צאמגעשלעפט פון אלע עקן און געשריבן ערנסטע קעפשנס ווי כאילו מ'דעקט א באריכט וואס האט אויפגעשוידערט דעם יהדות החרדית און די גאנצע וועלט...

אייניגע קושיות האב איך נאר,

- וועמען זעט מען טאקע אין די 'זעלטן קלארע בילדער' וואו געוואגטער געבט אן אז דאס איז זלאטע און דער צדיק הרב רובין?...

- ווער איז דער ניו-יארקער - סאסובער רבי?...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 10:47 pm
דורך ביבער
לבי ובשרי האט געשריבן:א כראנאלאגישער איבערבליק וואס עס דורך אויפ'ן רבי'ן און זלאטע ביים פראצעס טוט מיר נישט אזוי נייגערן, טראצדעם וואס [tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag] האט אראפגעלייגט א מאסיווער דזשאב מיט אלע פארבן, אריינברענגנדיג דעם ליינער אין יעדן מצב, די אטמאסעפערע און געריכט זאל אא"וו. כ'נייגער נאר אויף למעשה, וואס איז געבליבן סוף פסוק? ווער איז ארויס א גערעכטער? און וואס האט זיך אין ענדע אויסגעקאכט?

באזונדער איז מיר געפאלן די דאקומענטן און בילדער וואס געוואגטער האט צאמגעשלעפט פון אלע עקן און געשריבן ערנסטע קעפשנס ווי כאילו מ'דעקט א באריכט וואס האט אויפגעשוידערט דעם יהדות החרדית און די גאנצע וועלט...

אייניגע קושיות האב איך נאר,

- וועמען זעט מען טאקע אין די 'זעלטן קלארע בילדער' וואו געוואגטער געבט אן אז דאס איז זלאטע און דער צדיק הרב רובין?...

- ווער איז דער ניו-יארקער - סאסובער רבי?...


דער ביכל Bad Rabbi ברענגט צווישן אנדערע אויך אראפ די ראדימנע מעשה, און (ספוילער אלערט!) די ענדע איז געווען גוט פאר'ן רבין.
כ'האף אז [tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag] וועט נאך צוענדיגן די באשרייבונג. דער בוך'ס ווערסיע איז ווייט נישט אויף אזא הויכן ניווא.

נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 5:02 pm
דורך בענבען
איז דא א מעגליכקייט צו לייענען די המשך אהן קויפן די וועקערס?
אפשר נאר קויפן די המשך?

נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 5:49 pm
דורך berlbalaguleh
דער ראדימנער פראצעס איז זייער אן אינטרעסאנטע דראמא פון אלע בחינות. און אלע פראטאגאניסטן זענען זייער ציענד (פאר רעיטינגס). ס'איז אבער געבליבן הענגען אין די לופט. ווען דער מחבר האט אפגעצויגן פון קאווע שטיבל.

איך האלט אז חברינו, הרב ברוינשטיין .ה' יאריך ימיו ונשותיו וואלט געווען דער ריכטיגער קאנדידאט צו אויספאנטאזירן די פארזעצונגען פון דעם משפט און די גאנצע דראמא ארום דעם. מ'דארף זעהן אריינצוכאפן. ווילאנג ער איז נאך אין נוירסינג האום. און נישט (ח"ו) מיט א סטאנציע ווייטער...! ווייל דאמאלס וועללן מיר דארפן צו ווארטן ביז ער קומט צוריק אין דעם נעקסטן גילגול אלס (שיינער) בחור...!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 11:34 am
דורך מרדכי מרדכי
אפשר ענדיגט איינער צי די מעשה לכבוד תשעה באב?

Re: עקסקלוסיוו: "דער ראדימנער פראצעס"

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 12:52 pm
דורך טאמבל סאס
דא האט איר דעם רעבינ'ס וויקי בלאט https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A9%D7 ... prov=sfla1

Sent from my SM-G973F using Tapatalk