פריינדליך האט געשריבן:יידל האט געשריבן:עס איז קיינמאל נישט געווארן אויס אידיש לאנד. מיר זענען אין גלות, דאס הייסט פארטריבן. פארטריבן פון וואו? פון אונזער לאנד. עס איז נאך אלץ אונזער לאנד אפילו ווען מיר זענען פארטריבן פון דארט.
מעשה שהיה: שמעון איז געווען זייער א פארמעגליכער איד, ער האט געארבייט שווער אויפן דאלער אוועקגעלייגט יעדע פעני און באוויזען זיך אנצוזאמלען א פארמעגן, ער האט געמאכט אינוועסטמענטס געקויפט און געעפענט ביזנעסער און געזען א שטארקע הצלחה, אזוי אויך האט ער געהאט א שטארקע געפיל צו ריעל עסטיט און זיך איינגעקויפט און געבויט גרויסע בנינים, ויהי היום שמעון איז געוועון ענג און קעש האט ער ארויס גענימען א מארגעטדש אויף זיינע בנינים כדי צו קענענן פירען ווייטער זיינע ביזנעסער, שמעון איז עלטער געוארען און געצאלט ווייטער ערליך די מארגעטדש און געפירט זיינע ביזנעסער ווי נערמאל, עס איז אנגעקימען די טאג און שמעון איז געגנאגען בדרך כל הארץ און ער איז געשטארבען,
זיין זון לוי האט איבער גענימען ס'גאנצע פארמעגן און געפירט ווייטער די געשעפטן, נישט האבענדיג זיין טאטעס עקספערטיז האבן די ביזנעסער אנגעהויבן צו גיין מטה מטה אין איין ביזנעס נאכען אנדערען האט זיך אפגעשפארט, לוי איז געווען א לא יצלח און ער האט זיך נישט געקענט א עצה געבן, אבער בעק און זיין מיינד האט ער געוויסט אז איה"נ די ביזנעסער גייען שלעכט דאך ווייסט ער אז ער איז דא ריעל עסטעיט פון ווי עס קימט אריין רענט אזוי אז מיט עפעס געלט וועט ער בלייבען, ויהי היום און לוי האט מער נישט געהאט קיין געלט צו באצלען די מארגעטדש אויפן בנין, די באנק האט געשיקט איין ווארענוג נאכען אנדערען אבער לוי האט אלעס איגנארירט נישט האבענדיג קיין געלט, די באנק האט געזען אז לוי מאכט זיך נישט וויסענדיג האבן זיי געריפען לוי און קארט, לוי האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט, ווייל ער האט געוויסט אז די בנין איז זיינס און די באנק קען סיי ווי גארנישט טיען ער האט געהאט צעטליך אויפציווייזען אז ער האט לעגאל געירש'ענט די בנין פון זיין פאטער
{עס איז נישט קיין ברידער מיט וועם זיך צו קריגען, ער איז געווען א בן יחיד} וויבאלד לוי איז נישט אנגעקימען און קארט איז ער אריין און דיפאלט און די באנק האט צוגענימען די בנין עס איז איבערגעשריבען געווארען אויף זייער נאמען, די בנין איז טאקע געבליבען אויפן זעלבען פלאטץ ווי עס איז געווען בעפאר, לוי איז געבליבען מיט זיינע צעטליך אז עס איז זיינס און אז ער האט עס גע'ירש'נט פון זיין פאטער, אבער די בנין איז מער נישט זיינס עס באלאנגט שוין פאר א צווייטען,
סטאפען אינמיטן א מעשה? נישט שיין, קינדער, זעצט ענק צוריק אראפ.
דעם לוי האבן די מארשאלס ארויסגעטראסקעט אויפען גאס, און לוי הייבט אן וואנדערען, נאך אפאר יאר הייבט ער אן איין צו זען וואס פאר א טעות ער איז באגאנגען, אבער יעצט איז שוין צו שפעט, אבער לוי זייענדיג אן ארענטליכע מענטש האט אנגעהויבען זאמלען פרוטה נאך פרוטה, אפצוצאלן די באנק, אזוי וואנדערט ער ארום צענדליגע יארן, ער מיט די קינדער, טייל קינדער ווערן עם קראנק פון די וואנדערנישען און שטארבען אפ ל"ע, אפאר קינדער האט ער פשוט פארלוירן אויפן וועג, ער איז א פארלוירענער, ווי ער קומט באזידעלט מען עם פארן זיין א גנב, א פארברעכער, אבער הוא בשלו, ער בלייבט ערליך צום באנק, צאלט פעני נאך פעני, ער בעט זיך ביים באנק אז מ'זאל עם צוריק געבען די בנין, ער גייט שוין זיין וואויל, אבער די שערי הבאנק ננעלו, אין קול ואין עונה.
אזוי גייען אדורך יארן, און אונזער לוי יערט נאך זיין בנין וואס מ'האט פון עם צוגענומען, נישט דא קיין טאג וואס ער טראכט נישט פון די שיינקייט פון די בנין, ווען ער'ט זיך מיט די באנק גוט געלעבט, ער וועקט זיך אויף אינמיטען די נאכט און ער באוויינט זיין ביטערען שיקזאל, און ווי ביטער די מעשה האט זיך אויסגעלאזט פאר זיין גאנצע משפחה.
נאך לאנגע יארן וואס ער מוטשעט זיך אזוי איז אויפגעשטאנען א מענעדזשער פון א קאלעקשען עידזשענסי, אדאלף האט ער געהייסן, וואס האט דעם לוי פיינט געהאט שנאת מות, ער האט פשוט נישט ליב געהאט זיין נאז, און ער אפגעמאכט אז ער גייט עם דערגיין דאס לעבן, קודם האט ער ארלעדיגט מ'זאל עם נישט אריינלאזן אין קיין שטאטישע פארקס, ער'ט זעכער געמאכט אז מ'לאזט זיינע קינדער נישט לערנען אין קיין שולעס, און אז קיינער זאל מיט עם קיין ביזנעס נישט טוהן. ווען ער האט געענדיגט מיט דעם איז ער נישט זאט געווארן, נאר ער האט אפגעמאכט אז אפצוצאלן זיין חוב צום באנק דארף ער צאלן מיט זיין לעבן, און די לעבן פון זיינע קינדער, און טייל פון זיינע קינדער איז עם טאקע געלונגען צו הארגענען.
א גאנצע צייט זענען געווען לאנגיעריגע באנק ארבייטער וואס האבן נאך געדענקט דעם אלטן לוי פון די גוטע יארן, אז בעצם איז ער א גוטער מענטש נאר ער האט זיך פארפאטשקעט, און דעיע ארבעטער האבן צוגעזען וואס דער אדאלף טוט מיט דעם לוי און זיי האבן עס נישט געקענט אראפשלונגען, האבן זיי זיך ארויסגעלאזט אין א מערכה קעגן דעם אדאלף עם שטיל צו מאכן אויף אייביג, און זיי האבן געוואנען. יעצט איז אבער דער לוי איבערגעבליבען קוים מיט א קינד צוויי פון זיין גאנצע הערליכע משפחה, צובראכן, צומזיק'ט, אן קיין מוט אן קיין לעבענס לוסט, אקיצער, א שבר כלי.
די באנק ארבעטער קוקן אן דעם צובראכענעם איד'ל מיט רחמנות געפילען און פילען אז מ'מוז עפעס טוהן פאר עם, איינער פון זיי האט געהאט געירשענט דעם אלטען פארזשאווערטען בילדינג פון די באנק, נא מ'מאכט א מיטינג פון די באנק עמפלויאי יוניאן, החלטה איז מ'גייט עם אריין לאזן אין בילדינג, אזוי ווער ער זיך אפשר קענען צוזאם קלייבען די פעקל ביינער, און כאטש ווער ער זיך טרייסטען מיט די אמאליגע שיינקייט פונעם בנין, און דארטן אויסווארטן ביז ווי לאנג די בעל הבאנק וועט זיך מרחם זיין אויף עם און עם גענצליך מוחל זיין.
דעיע באנק איז געווען זייער א מיסטיריעזע באנק, קיינער האט נישט געוויסט גענוי ווער ס'פירט עס,ווי אזוי ער הייסט, ווי אזוי ער זעט אויס, פארוואס געוויסע זאכן ווערן געטוהן, אא"וו. געוויסע האבן אפילו געזאגט אז קיינער פירט עס נישט, אבער מ'האט נאר געוויסט אז ס'דא איינער וואס פירט אלעס אין די באנק און אלעס האט א חשבון.
איין שיינעם טאג מאכט זיך אויף די טיר פון די עקזעקיוטיוו אפיס, וואס איז שוין נישט געעפענט געוואן פאר יארן, מ'האט נאר געוויסט נאך צו דערציילן אז די טיר קען זיך עפענען, אבער די עולם רייבט זיך די אויגן, מ'ציפט זיך צו זען צי מ'שלאפט נישט, אבער נישט מער און נישט ווייניגער, דער אלטער ראובן וואקט ארויס, און ער זאגט אז ער איז בעל הבית אויף די גאנצע באנק, אויף אלע בנינים און אלע מארטגעדזשעס, אויך אנטפלעקט ער אז ער איז אונזער אויבערדערמאנטער שמעון'ס טאטע, און אונזער לוי איז זיין באליבטער אייניקעל.
מ'מאכט א גרויסע סעודה לכבוד דעם גרויסען גאסט, מ'זעצט דעם ראובן און לוי אויבען אן בכבוד גדול, מיט אלע קינדער און אייניקלעך, ראובן זאגט אז פון היינט און ווייטער איז לוי דער נייער באנק מענעדזשער, און פארשטייט זיך אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן דעם לוי אין אלע יארן וואס ער איז געווען פארטיליגט וועט שטארק באלוינט ווערן, און קל וחומר די ארבעטער וואס האבן געהאט צו טוהן מיטן אריין לאזן לוי אין זיין אלטע בנין אין די שווערע תקופה וועלן ארויפדערהויבן ווערן צו וואס א באנק ארבייטער קען זיך נאר פארשטעלען, און אלע וואס האבן זיך נישט געקימערט מיט לוי, און אוודאי די וואס האבן זיך געפרייט מיט זיין מפלה וועלן שטארק באשטראפט ווערן, וכן הוה. והיה השם למלך על כל הארץ ביום ההוא יהיה השם אחד ושמו אחד!