בלאט 6 פון 8

נשלח: זונטאג מאי 12, 2019 10:17 pm
דורך נהורא נפישא
די חכמים האבן בקבלה אז תחיית המתים איז אן אמונה וואס אידן ביים בארג סיני האבן שוין געוויסט, די גמרא ברענגט עטליכע דרשות וואס דארף אונז ווייזן אז די תורה דערמאנט שוין תחיית המתים איינער וואס לייקענט אין דעם וואס די חכמים זאגן אז תחיית המתים איז שוין מן התורה דער איז א כופר בתחיית המתים מן התורה
איינער וואס לייקענט אין די מצווה פון תפילין ווייל ער האלט אז דער פסוק רעדט מעטאפאריש וואס די רשב"ם ברענגט טאקע אזוי בדרך הפשט, אדער ער האלט בין עיניכם מיינט צעווישן די אויגן איז אויך א כופר אין איינע פון די מצוותמן התורה.
דאס אז מ'קען אריינלערנען דרשות אין אנדערע ליטעראטור פרעגט נישט אפ דאס אז בעולמם של חכמים זענען דרשות געווען אן אינטעגראלע חלק פון די תורה. דאס איזא שאלה וואס דו דארפסט פרעגן הלל הזקן מיט רבי ישמעאל וואס האבן געזאגט די אלע מדות שהתורה נדרשת בהן.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2019 10:27 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נאך אלע פשעטלעך איז עס בכלל נישט מוכרח פון די תורה, ווען חז"ל זאלן זאגן אז ס'נישט דא קיין תחיית המתים און זיי וואלטן מפרש געווען אלע פסוקים כפשוטו, וואס וואלסטו דעמאלטס געזאגט?

איך מיין נישט צו פרעגן קיין קשיות אויף די גמרא, איך פארשטיי די גמרא זייער גוט, די קשיא איז נאר אויף דיר וואס דו לערנסט פשט אז מ'דארף זיין לאגיש איבערצייגט.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2019 10:32 pm
דורך נהורא נפישא
און פארוואס איז מוכרח אז בין עיניכם מיינט נישט צווישן די אויגן ?
אין בד"וו איך זאג נישט אז מ'דארף זיין איבערצייגט איך זאג נאר אז די גמרא זאגט אזוי.
און איך קען זיך פארשטעלן אז רוב מענטשן וואס לערנען גמרא גלויבן אז אויב די חכמים זאגן אזא פשט דאן איז די אמת אזוי.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2019 10:47 pm
דורך רביה''ק זי''ע
וואו שטייט אז מ'דארף גלייבן אז בין עיניכם מיינט נישט צווישן די אויגן? מ'דארף טון וואס די חכמים הייסן און פארטיג, ועשית ככל אשר יורוך, אבער גלייבן?!

די גמרא זאגט נישט אז מ'דארף גלייבן סיי וואס, סך הכל שטייט אז איינער וואס שטעלט זיך ארויס און זאגט אז די חכמים ווייסן נישט וואס טוט זיך מיט זיך, האומר אין תחיית המתים מן התורה, אין לו חלק לעולם הבא. אבער איינער וואס זאגט אם קבלה היא נקבל ואם לדון יש תשובה, איז א כשרע איד ע"פ דינא דגמרא.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2019 10:50 pm
דורך הקטן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ליטוואק און הקטן, ענק זענען נישט די איינציגסטע וועלכע רעדן אזוי. גאר אסאך אויבערחכמים האבן געזאגט די זעלבע זאך, אבער ווען ס'געקומען למעשה האבן זיי נישט געקענט אלעס אפלאזן. רעליגיע גיבט אזויפיל צו פאר א מענטש, ענק זענען אזוי צוגעוואוינט דערצו אז ענק כאפן אפילו נישט. ס'איז אלץ גוט צו רעדן און ווייזן וואסערע אויבערחכם מ'איז, אבער ווען מ'האלט שוין דארט און מ'קלערט באמת אלעס איבערצולאזן דאן רעדט מען שוין אינגאנצן אנדערש.

איך פארשטיי נישט, אויב האלט איך אז לית דין ולית דיין פארוואס זאל איך אנטון תפילן מארג, בענטשן נאכן עסען - זיכער גיי איך טינקען בארכעס אין טאמעטע דיפ, און עסען חריין מיט קאנשעניא, פארוואס נישט

נשלח: זונטאג מאי 12, 2019 10:51 pm
דורך רביה''ק זי''ע
הקטן האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, אויב האלט איך אז לית דין ולית דיין פארוואס זאל איך אנטון תפילן מארג, בענטשן נאכן עסען - זיכער גיי איך טינקען בארכעס אין טאמעטע דיפ, און עסען חריין מיט קאנשעניא, פארוואס נישט


ווען דו וועסט האלטן דארט וועלן מיר רעדן, די פאקט וועט זיין אז אזוי וועסטו טון, The heart has its reasons of which reason knows nothing.

נשלח: זונטאג מאי 12, 2019 10:54 pm
דורך נהורא נפישא
די רמב"ם זאגט אז פון לא תוסיפו ולא תגרעו זעט מען אז ווען איינער לייקענט אין א מצוה מן התורה און זאגט אפילו אז דאס איז נאר מדרבנן אדער פארקערט איז ער עובר אויף דעם לאו.
בכלל איז מאדנע צוזאגן אז מ'דארף האלטן די מצוות אבער נישט גלויבן אז דער אויבערשטער האט געהייסן ווי לייבאוויץ זאגט ביי חז"ל האט זיכער נישט עולה על הדעת געווען אזא מציאות.
נאך מער די משנה זאגט דאך קלאר אז האומר אין תחיית המתים מן התורה זעען מיר דאך אז זיי האבן יא מקפיד געווען אויף אמונה, אויך געפינען מיר אז חז"ל האבן געטאן להוציא מלבן של צדוקים זעען מיר אז זיי האבן אפילו מקפיד געווען להשריש נגד דעת הצדוקים
און וואס איז דאס אמונת חכמים וואס חז"ל זענען מחייב ?

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2019 12:21 am
דורך מאטי
הקטן האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ליטוואק און הקטן, ענק זענען נישט די איינציגסטע וועלכע רעדן אזוי. גאר אסאך אויבערחכמים האבן געזאגט די זעלבע זאך, אבער ווען ס'געקומען למעשה האבן זיי נישט געקענט אלעס אפלאזן. רעליגיע גיבט אזויפיל צו פאר א מענטש, ענק זענען אזוי צוגעוואוינט דערצו אז ענק כאפן אפילו נישט. ס'איז אלץ גוט צו רעדן און ווייזן וואסערע אויבערחכם מ'איז, אבער ווען מ'האלט שוין דארט און מ'קלערט באמת אלעס איבערצולאזן דאן רעדט מען שוין אינגאנצן אנדערש.

איך פארשטיי נישט, אויב האלט איך אז לית דין ולית דיין פארוואס זאל איך אנטון תפילן מארג, בענטשן נאכן עסען - זיכער גיי איך טינקען בארכעס אין טאמעטע דיפ, און עסען חריין מיט קאנשעניא, פארוואס נישט



ווייל דאס איז א חלק פון דיין identity דיין social framework. דיין אנטון תפילין יעדן טאג דעמאנסטרירט דיין continuous link און שייכות צו דעם מיט וועמען די קערסט דיך אן יעדן טאג, און דו ווילסט נישט שפירן אן אינדרויסנדיגער, אפהאקן דעם לינק בלויז ווייל דו האסט איינגעזען עפעס אנדערש. און ס'לייגט זיך אויפן שכל דאס ווייטער אנצוהאלטן אויב דאס קאסט בלויז א קלייניקייט ווי אנצוטון צוויי שווארצע קעסטעלעך

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2019 5:01 am
דורך cictim
ספר הזכרונות - אזהרה מר' צדוק הכהן.pdf

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2019 10:46 am
דורך אספקלריה

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2019 10:48 am
דורך אספקלריה
נהורא נפישא האט געשריבן:איך האב א הויפן שאלות דא, לאמיר זען ווער ס'קען מאכן א סיסטעמאטישע סדר, כ'ווייס מ'רעדט פון די אלע זאכן אין די ספרים, כ'וויל אבער א סיסטעמאטישע סדר ותשואת חן פאר ווער עס קען דאס שיין אהערשטעלן.

מ'זעט אין חז"ל אז מצוות קען מען מקיים זיין לשמה און שלא לשמה, די חיוב מקיים צו זיין א מצוה איז אפילו ביי איינעם וואס האלט נישט ביי לשמה אבער פונדעסטוועגן פארפאסט ער די עכטע תועלת פון די מצוות וואס דאס איז מקיים זיין רצון השי"ת, חז"ל דרוקן זיך אויס אויף אזא איינעם פושעים יכשלו בם, די שאלה איז וואס מיינט שלא לשמה מיינט דאס דוקא עפעס א פערזענליכע הנאה, אדער אפילו ער האט נישט מכוון געווען צו טאן רצון השם נאר עס געטאן מצוות אנשים מלומדה. (אולי שייך לכאן הוויכוח ההלכתי אודות אמירת לשם יחוד)
איז שייך זאגן מצוות אנשים מלומדה פאר אזא איינעם וואס טוט די מצווה מיט די גרעסטע הכנות צו לערנען פון פריער אלע רולס אין די בוק כדאי מקיים צו זיין די דקדוק הלכה על אף ער האט יעצט בכלל נישט אינזין דעם אויבערשטען ד.מ. די סיבה פון זיין טון איז נישט פון א ריבוי יראת שמים אדער א ריבוי אהבת השם נאר א מצוות אנשים מלומדה פון א פערפעקשעניסט ערציאונג צו טאן אלעס לויט די דקדוק הלכה.
וואס איז פשט אין די גמרא וכי יראה מילתא זיטרותא, פון וועלכע יראה רעדט די גמרא אז ס'איז בכלל נישט א קלייניגקייט, מיר זעען אז מענטשן האבן למעשה מורא צו עסן יוכ"פ איז דאך א סימן אז יראה איז יא עפעס וואס איז פארשפרייט, אפשר קען זיין אז עס רעדט פון א דאמענירענדן יראה, א יראה וואס פירט דעם מענטש אז ער פארגעסט נישט דערפין א רגע, אזויווי מיר זעען א לעוועל פון א ירא אלקים מרבים.
איז אהבה דוקא א העכערע לעוול פון יראה אויפן ספעקטרום אדער ס'איז פשוט א העכערע מדריגה ווי פשוטע יראה אבער ס'איז יתכן אז יראה קען זיין גרעסער ווי אהבה אויך.
וואס איז די חילוק פון יראת הרוממות און אהבה
איז אהבה דוקא ווען די אהבה איז אויף השי"ת אדער אפילו ווען ער שפירט א ספירוטואלע דערהויבענקייט אין א מצוה פארשטייט זיך זייענדיג א מאמין ?
איז אהבה תלוי אויך אין די מדות פונעם מענטש, אמאל איז דא א גדול בישראל מיט א קאלטער כאראקטער שטארק אין יראת שמים אבער מ'זעט נישט ביי אים קיין אהבה, אלעס איז טרוקן ביי אים איז פשט אז ער איז אויף א קלענערע מדריגה פון א צווייטער גדול בתורה וואס איז יא ווארעמער כאראקטער און איז קענטליך פול מיט אהבת השם ?


די תניא וויל מחדש זיין אז וואס אנדערע רופען מצות אנשים מלומדה, הייסט גאר אהבה מסותרת.
לפי דבריו האט א יוד א געטליכע זעעל וואס ציעט און ווערט באפרידיגט פון קיום המצוות,און ערגעץ ווי נאך טיפער ווי די סוב קאנטשעס מיינד,פילט א מענטשנס זעעל א משונהדיגע צוציענגס קראפט למקור חוצבה,און א פחד פון ווערען אפגעריסען. , און ממילא אויב א מענטש טוט א מצווה כפשוטו איז עס אוכט נחשב א שטיקעל לשמה ווייל ער האט א שטיקעל סוב קאנטשענס אהבה.
אבער דערנאך איז דא א חיוב צו אריינברענגען און די מענטש א קאנטשענס אהבה אז ער זאל פילען אפען און זיין הארץ א ליבשאפט און א פארכט פון גאט.
א גרויס חלק פון תניא באשטייט אויף דיע נקודות.

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2019 12:07 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
cictim האט געשריבן:
ספר הזכרונות - אזהרה מר' צדוק הכהן.pdf


ודבר זה ראוי להזכירו הרבה בדורות הללו, שרבו אנשים מבני ישראל המתעים בשפתותיהם החלקות את נערי בני ישראל, ללמדם ספר ולשון עמים ולקרות בספריהם. ומטעים כי בזה ישלימו באמיתות האמונה, ותהי להיפך, כמו שבא האות והמופת בעדות הנסיון והחוש. והם מביאים ראיה מן הרמב"ם והדומים אליו בין הקדמונים שעסקו בזה:
ובאמת אין לנו לדון אחריהם אם עשו לכתחילה כהוגן בזה, כי על כל פנים כבר אנו רואים מחיבור הרמב"ם בהלכות עוצם אמונתו בכל דברי חכמים שלא הזיק לו כל זה כלום, ואילו באנשים אחרים בכל דור ודור אנו רואים להיפך שבאים מזה לכפירה, אם בכלל אמונת השם יתברך או אמונת תורה מן השמים, אם בפרטי אמונת התורה שבעל פה אשר גם הם בכלל הכופר בתורה, וכמו שיבוא באזהרת לא תסור (דברים י"ז, י"א):
והא למדנו שאין מביאין ראיה מן הגדולים בתורה וביראת חטא כרמב"ם וחביריו. ומלבד מה שצריך שיושלם בידיעת התורה כולה ובהפלגת החכמה האנושית במוחו. נוסף על זה והוא העיקר, שראוי לדעת מה שאמרו חכמים כל שיראת חטאו קודמת לחכמתו חכמתו מתקיימת וכו' (אבות ג', ט') ואם זה אמרו בחכמת התורה, כל שכן בחכמה חיצונית:
והרמב"ם בסוף המורה נבוכים ביאר כוונת תכלית חיבורו ותכלית שלימות האדם להגיע ליראת ה' באמת והדביקות בו יתברך בכל רגע, אשר תמצית דבריו הועתק בהג"ה ריש אורח חיים (סימן א'). ועל כוונה הזו עסק בכל החכמות והספרים ההם שעסק בו, וכמו שכתב בהלכות יסודי התורה (פרק ב' הלכה א') שהדרך להגיע לאהבתו ויראתו יתברך על ידי ההתבוננות בחכמת הטבע ושאחר הטבע. וכל שקידתו היה להשיג מדריגת הדביקות האמיתית, ובהשתדלו על ענין ההוא מצא לפי עצמו ולפי ענין דורו הקריאה באותן הספרים והחכמות מועיל לו לענין הזה, כמו שכתב בתשובתו להיות לרקחות ולטבחות וכו':
ולכן לעולם ימוד אדם את עצמו אם כוונתו בקריאת ספרים הללו להשיג על ידי זה הדביקות בהשם יתברך ושתהיה יראתו חופפת על פניו. ומי שלא יאנה עצמו בזה וידע שמגמת לבבו באמת רק להיות יראת ה' על פניו תמיד, צריך להשתדל מקודם להשיג זה על ידי הקריאה בכל ספרי חכמי ישראל שיסדרו על ענינים הללו טרם יכנס בדרך מסוכן. ואנכי אערבנו כי לעולם לא יעלה על לבבו לפנות אל ספרים הללו לכוונה הזו כלל בדורות האלה, וימצא די חפצו בספרי קודש מחכמי ישראל האמיתים אשר ילהיבו לבבו ליראה את ה', ויבין ויכיר האמת כי הקריאה בספרים כאלה מתעה מדרך ה' באמת, ולא יפנה לבבו לזה כלל אם נכסוף נכסף לבית אבינו שבשמים באמת. ורק האיש אשר יאבה בהתגלות לבו בחכמות וידיעות, או יחשוק לנועם שיח והגיון חביריהם אשר נופת תטופנה שפתי זרה. ומי שעסק בהם על כוונה זו, מעולם לא יצא נקי, וזהו בכלל העוסק בספרי חיצונים שהפליגו רבותינו ז"ל בענשו, (סנהדרין צ'. ושם):
והתורה כפלה אזהרה במלת השמר ופן, כי מאוד מאוד צריך ליזהר מזה. ובפרט בדורות האלה אשר רבו חיבורים כאלה בעוונות בישראל, ראוי לכל אחד להזהיר לבניו ולתלמידיו בכל תוקף, ולחנכם בנערותם לבל יסתכלו בשום ספר שלא נודע שמחברו היה ירא את ה' באמת, ולא חונף ומרמה כמקצת חיבורי הצבועים המראים עצמם מדברים ביראת שמים ותוכם רצוף מה שבלבם, והרבה מהם נתפרסמו באחרית ימיהם או על ידי תלמידיהם ותלמידי תלמידיהם מה שהיה בלבם. ואם בדבר הממית בחיי שעה כמה האדם בורח ומתרחק ממנו, וחמירא סכנתא לחוש אפילו למיעוטא (חולין י'.), כל שכן בזה הממית בחיי עולם הבא רחמנא ליצלן, כפי המסורת בידינו מחז"ל חכמי האמת יבין עד כמה צריך האדם להתרחק מזה:
וגם החיבורים שמדפיסים על שם הקדמונים גדולי עולם, כל שהמוציא לאור היה איש אשר לא ידענוהו לירא אלקים ומאמין בכל דברי התורה, צריך בדיקה אם לא נתערב בו על ידו דברים זרים להתעות בני ישראל, כאשר נתברר אצלי שעשו כן בכמה חיבורים:
ועוד יותר נתברר זה על פי מכתב כתב יד מהראש שבהם, אשר התחיל לעורר צרעת הזו בארצות אשכנז בדורות שלפני פנינו, ואשר בכבודו יתיימרו כולם. הוא במכתבו לאחד מריעיו במדינת פולין, יעצו בפירוש על זה, להדפיס דברים על שם הקדמונים כרמב"ן וחביריו, ויכתוב בהם ככל העולה על רוחו, ובזה יוכל להמשיך לב העם אליו. ולאשר לא עלתה לו לרעו הנזכר עצתו זו סופו המיר דתו, כן יאבדו כל החפצים להחטיא את הרבים:
וכל קובץ וחיבור הנדפס ויצא לאור על ידי אנשים כאלו, צריך חקירה ודרישה הרבה אם לא נמצא בו תערובת זר, וכל שכן מה שחיברו הם אף אם לא ימצאו בפירוש נגד דברי חז"ל או אפילו ברמז גלוי, על הרוב המבקר אחריהם ומחטט היטב ימצא מה שבלבם:
ובכלל כל עניניהם לדבר בדברי הבאי, ולהתלוצץ במנהגי ישראל הקדושים וכיוצא. וכבר כתב הרמב"ם (סוף הלכות טומאת צרעת פרק ט"ז הלכה י'). זה דרך ישיבת הלצים הרשעים, בתחילה מרבין דברי הבאי וכו', ומתוך כך באין לספר בגנות הצדיקים וכו', ומתוך כך יהיה להן הרגל לדבר בנביאים וכו' ומתוך כך באים לדבר באלקים וכופרין בעיקר וכו'. וזה אמת יוכלו להעיד עליו מעדות הנסיון ומעשים בכל יום מאנשים כאלה. ולפיכך כללנו זכרון זה באזהרת השמר פן תשכח, כי הוא הגורם בסוף שכחה וכפירה בהשם יתברך, ודי בזה כאן:

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2019 12:40 pm
דורך הקטן
מאטי האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ליטוואק און הקטן, ענק זענען נישט די איינציגסטע וועלכע רעדן אזוי. גאר אסאך אויבערחכמים האבן געזאגט די זעלבע זאך, אבער ווען ס'געקומען למעשה האבן זיי נישט געקענט אלעס אפלאזן. רעליגיע גיבט אזויפיל צו פאר א מענטש, ענק זענען אזוי צוגעוואוינט דערצו אז ענק כאפן אפילו נישט. ס'איז אלץ גוט צו רעדן און ווייזן וואסערע אויבערחכם מ'איז, אבער ווען מ'האלט שוין דארט און מ'קלערט באמת אלעס איבערצולאזן דאן רעדט מען שוין אינגאנצן אנדערש.

איך פארשטיי נישט, אויב האלט איך אז לית דין ולית דיין פארוואס זאל איך אנטון תפילן מארג, בענטשן נאכן עסען - זיכער גיי איך טינקען בארכעס אין טאמעטע דיפ, און עסען חריין מיט קאנשעניא, פארוואס נישט



ווייל דאס איז א חלק פון דיין identity דיין social framework. דיין אנטון תפילין יעדן טאג דעמאנסטרירט דיין continuous link און שייכות צו דעם מיט וועמען די קערסט דיך אן יעדן טאג, און דו ווילסט נישט שפירן אן אינדרויסנדיגער, אפהאקן דעם לינק בלויז ווייל דו האסט איינגעזען עפעס אנדערש. און ס'לייגט זיך אויפן שכל דאס ווייטער אנצוהאלטן אויב דאס קאסט בלויז א קלייניקייט ווי אנצוטון צוויי שווארצע קעסטעלעך

איך קען נאר רעדן פאר מיר, וואו לאנג איך גיי נישט אנע זאקען מיט סאנדעלס שפיר איך זיך נישט וואו קיין דרויסענדיגער
איך גיי נישט זאגן, און ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל צי זאגן, אן אשר יצר נאר ווייל איך וויל פילן א געוויסע וועג, און זיכער נישט מיט כוונה

און איך קיק נישט ארויף די וואס האבן געהאט די "שטראקייט" און געקויפט א דאגי ווייל זיי האבן ענדליך ענדליך איינגעזען די אמת, איך האב נישט קיין פראפלעם אויב זיי ווילען זיך איינרעדן אז זיי זענען היראס
ס'איז דא טויזענטע מפגרים וואס האבן אפגעלאזט וואס זיי האבן אפגעלאזט.

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2019 4:07 pm
דורך יעקב מענטש
מאטי האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ליטוואק און הקטן, ענק זענען נישט די איינציגסטע וועלכע רעדן אזוי. גאר אסאך אויבערחכמים האבן געזאגט די זעלבע זאך, אבער ווען ס'געקומען למעשה האבן זיי נישט געקענט אלעס אפלאזן. רעליגיע גיבט אזויפיל צו פאר א מענטש, ענק זענען אזוי צוגעוואוינט דערצו אז ענק כאפן אפילו נישט. ס'איז אלץ גוט צו רעדן און ווייזן וואסערע אויבערחכם מ'איז, אבער ווען מ'האלט שוין דארט און מ'קלערט באמת אלעס איבערצולאזן דאן רעדט מען שוין אינגאנצן אנדערש.

איך פארשטיי נישט, אויב האלט איך אז לית דין ולית דיין פארוואס זאל איך אנטון תפילן מארג, בענטשן נאכן עסען - זיכער גיי איך טינקען בארכעס אין טאמעטע דיפ, און עסען חריין מיט קאנשעניא, פארוואס נישט



ווייל דאס איז א חלק פון דיין identity דיין social framework. דיין אנטון תפילין יעדן טאג דעמאנסטרירט דיין continuous link און שייכות צו דעם מיט וועמען די קערסט דיך אן יעדן טאג, און דו ווילסט נישט שפירן אן אינדרויסנדיגער, אפהאקן דעם לינק בלויז ווייל דו האסט איינגעזען עפעס אנדערש. און ס'לייגט זיך אויפן שכל דאס ווייטער אנצוהאלטן אויב דאס קאסט בלויז א קלייניקייט ווי אנצוטון צוויי שווארצע קעסטעלעך

דאס איז גוט פאר די אויסערליכע זאכן וואס מאכט מיך א טייל פון די קאמיוניטי, אבער אז איך זאל זאגן תהילים אין קאר ווייל איך דארף א ישועה, אדער אז איך זאל פארן צו קברי צדיקים, דאס האט שוין גארנישט מיט די געזעלשאפט.

איך פארשטיי נישט וויאזוי רעליגיע קען צוגעבן צום מענטש (איך רעד פנימיותדיג) אויב מ'גלייבט נישט דערין.

און איך קען געוועזענע אפיקורסים וואס פארן שוין היינט אויף קערעסטיר, זייער געריבענע און קלוגע, דורכגעטראכטע פארשוינען. די רתיחת הדם האט עטוואס אפגעקיהלט, געהאט אביסעלע שווערע צייטן, און מ'איז שוין איינמאל א מאמין!

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2019 8:46 pm
דורך הדסים
הקטן האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ליטוואק און הקטן, ענק זענען נישט די איינציגסטע וועלכע רעדן אזוי. גאר אסאך אויבערחכמים האבן געזאגט די זעלבע זאך, אבער ווען ס'געקומען למעשה האבן זיי נישט געקענט אלעס אפלאזן. רעליגיע גיבט אזויפיל צו פאר א מענטש, ענק זענען אזוי צוגעוואוינט דערצו אז ענק כאפן אפילו נישט. ס'איז אלץ גוט צו רעדן און ווייזן וואסערע אויבערחכם מ'איז, אבער ווען מ'האלט שוין דארט און מ'קלערט באמת אלעס איבערצולאזן דאן רעדט מען שוין אינגאנצן אנדערש.

איך פארשטיי נישט, אויב האלט איך אז לית דין ולית דיין פארוואס זאל איך אנטון תפילן מארג, בענטשן נאכן עסען - זיכער גיי איך טינקען בארכעס אין טאמעטע דיפ, און עסען חריין מיט קאנשעניא, פארוואס נישט

הקטן, כ'בין סתם נייגעריג. ווען סטאפסטו לייגן תפילין, אויב דו ווערסט מסופק, אדער נאר אויב ס'איז ברור כשמש אז לית דין ולית דיין?

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2019 8:46 pm
דורך מאטי
נישט זאגן תהילים פאר א צרה מאכט נישט איינעם פאר א שייגעץ, וואס דו קענסט יא פרעגן: פארוואס נישט נוצן דעם עלעקטראנישער קנעפל אנשטאט דעם שבת קוועטשער פון דעם סאמאוואר שבת צופרי ווען קיינער זעהט נישט? און דער תירוץ אויף דעם איז ווייל מיין געזעלשאפט טוט דאס נישט און איך וויל זיין פאר מיר אליינס א חלק דערפון, פונקט אזוי ווי איך מאך נישט קיין פאני פעיסעס אין עלאוועיטאר ווען קיינער קוקט נישט, און ווען איך טראַכט צו מיר אליינס טראכט איך מיט די זעלבע ווערטער און גראמאטיק ווי ווען איך וואלט גערעדט צו א חבר.

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2019 10:03 pm
דורך נהורא נפישא
פון גרימאסן פארדינסטו גארנישט, וואס טוט זיך שטייסט אויף שבת אונדערפרי און די טשולענט איז אויסגעלאשן, האסט א ברירה אדער עס צוריק אנציצינדן, יעדער שלאפט נאך, אדער זיך שפעטער ארומוטשענען ריפן א גוי אין בעסטן פאל און אין ערגסטן פאל גאר אריבער גיין עסן צום שוויגער ?

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2019 10:39 pm
דורך מאטי
אודאי זענען נישט אלע מענטשן די זעלבע, אבער מ'קען הערן א סברה, אזא בחינה ווי חולין שנאכל על טהרת קודש

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2020 9:55 pm
דורך בילקעלע
אינטערעסאנט אז קיין איינער דא האט נאך נישט דערמאנט וועגן די וויליאמסבורגע משפחה וואס מופט קיין Georgia אין פלאנט זיך אנצושליסן אין די דארטיגע רעפארם קהילה

Re: חסידיש-געמאכטע אפיקורסים

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2020 10:30 pm
דורך מיינונגזאגער
מאכט זיך א געליציאנער איד לאמיר עים רופן יענקל’ה פאר די בעיר אויפן ארטיקעל, טרעפט אן משה פון אונגארן גראדע נישט פערזענליך נאר דורך בריווען די צוויי האבן זיך קיינמאל בעפאר נישט געטראפן אבער העסליכע בריווען פארן פון גאליצע פון די קליינער ישניצער שטעטעלע וואס קיינער האט דערפון נאך נישט געהערטון בעפאר, צו דער גרויסער באדאפעסטער שטאט אין אונגארן.
דער גאליציאנער שרייבן נוסח אזוי געשמאק מלא וגדוש מיט צינישקייט און ווערטלעך אויפן חשבן פון כל הקודש לנו א חסידישער אפיקורס ווי עס ווערט פארופן דא אין דעם אשכול.
נישטא קיין רבוש״ע (אפרא לפימיה) דער וועלט באשאף האט זיך געמאכט וכדו׳ וכדו׳ איך וועל נישטא ציטירן וואס דער געליציאנער שרייבט דעם אפיקורסישן חבר דארט אין די גרויסער סאפיסטיקעטאט שטאט באדא-פעסט.
ויהיה היום עס בארעכענט זיך דער אונגארישער אפיקורס צו באזוכן דעם יענקל’ה פון יאשניצא אין גאליציע מיר האבן זיך דאך קיינמאל מיט געטראפן איי וועט דאס זיין א אנגענעמעא באגעגעניש.
נא וואס זאגסטו איז דער בעסטער צייט ארויס צו פארן שב״ק רח״ל איך בין דאך ש נישט גלויביגער ממילא קען איך נישט פארן קיין שום אנדערע צייט ווייל מען קען נאך האבן א טעות אז איך כלייה א משהו יא עפעס.
שב״ק איט איז ארויס צו באן פלאטפארמא אינמיטן שטאט האנדעלט זיך איין די בילעטן און ויסעו.
אפאר שעה שפעטער והנה מען איז נאנט צו די קליין חורבדיגע שטעטעלע.
גיי זיך יענקל’ה דער אפיקורס.
המשך יבא !!


Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יוני 08, 2020 10:33 pm
דורך mevakesh
בילקעלע האט געשריבן:אינטערעסאנט אז קיין איינער דא האט נאך נישט דערמאנט וועגן די וויליאמסבורגע משפחה וואס מופט קיין Georgia אין פלאנט זיך אנצושליסן אין די דארטיגע רעפארם קהילה

אמתדיג? אינטערעסאנט
און קאנאדע איז דא די לאווען משפחה וועס קומט פון טאש און האבן זיך אהנגעשלאסן אין די רעפארם קהילה אין מאנטריאל

חסידיש-געמאכטע אפיקורסים

נשלח: דינסטאג יוני 09, 2020 1:10 am
דורך מיינונגזאגער
מיינונגזאגער האט געשריבן:מאכט זיך א געליציאנער איד לאמיר עים רופן יענקל’ה פאר די בעיר אויפן ארטיקעל, טרעפט אן משה פון אונגארן גראדע נישט פערזענליך נאר דורך בריווען די צוויי האבן זיך קיינמאל בעפאר נישט געטראפן אבער העסליכע בריווען פארן פון גאליצע פון די קליינער ישניצער שטעטעלע וואס קיינער האט דערפון נאך נישט געהערטון בעפאר, צו דער גרויסער באדאפעסטער שטאט אין אונגארן.
דער גאליציאנער שרייבן נוסח אזוי געשמאק מלא וגדוש מיט צינישקייט און ווערטלעך אויפן חשבן פון כל הקודש לנו א חסידישער אפיקורס ווי עס ווערט פארופן דא אין דעם אשכול.
נישטא קיין רבוש״ע (אפרא לפימיה) דער וועלט באשאף האט זיך געמאכט וכדו׳ וכדו׳ איך וועל נישטא ציטירן וואס דער געליציאנער שרייבט דעם אפיקורסישן חבר דארט אין די גרויסער סאפיסטיקעטאט שטאט באדא-פעסט.
ויהיה היום עס בארעכענט זיך דער אונגארישער אפיקורס צו באזוכן דעם יענקל’ה פון יאשניצא אין גאליציע מיר האבן זיך דאך קיינמאל מיט געטראפן איי וועט דאס זיין א אנגענעמעא באגעגעניש.
נא וואס זאגסטו איז דער בעסטער צייט ארויס צו פארן שב״ק רח״ל איך בין דאך ש נישט גלויביגער ממילא קען איך נישט פארן קיין שום אנדערע צייט ווייל מען קען נאך האבן א טעות אז איך כלייה א משהו יא עפעס.
שב״ק איט איז ארויס צו באן פלאטפארמא אינמיטן שטאט האנדעלט זיך איין די בילעטן און ויסעו.
אפאר שעה שפעטער והנה מען איז נאנט צו די קליין חורבדיגע שטעטעלע.
גיי זיך יענקל’ה דער אפיקורס.
משה דער אפיקורס פון בודאפעסט דרייט זיך שב״ק אינדעפרי אין דער חסידיש שטאט יאשניצע און טראכט ביי זיך דא אין אזא חסידישער שטאט וועל איך זיכער דערקענען יענקל’ה דער אפיקורס ער זעהט דאך מנהסתם אויס אנדערש ווי א יעדים דא אין שטאט געטראכט און געטוהן פרעגט א יעדן עובר ושב וואס יאגט זיך פון מקוה צו מקוה דער מיט נאסע פיאות דער מיט א תהילים אין די האנט מורמעלענדיג א קפיטל נאך א קאפיטל אריין כאפו בעפאר דאווענען אביסעל תהילים, א קלייניקייט עס איז דאך ממש ווי נגעים און אהלות.
אבער צום באדויערן קיינער האט נישט קיין אנונג ווער יענקל’ה איז פון וועמען דער בודארפעסטער גוי וואס רעדט אן אונגארישער אידיש רעדט פון.
ענדליך נאך א האלבער טאג שווערע האראוואניע קומט משה דער אונגארישער אידישער גוי אן צו א חאטקע וואס איז דער וואוין ארט פון יענקל’ה און קלאפט אן אין טיר. וועעיר קלאפט אן הערט זיך פון די אנדערע זייט טיע מיט א שווערער געליציאנער אקצענט פון א מיט על יעריגער פרוי וואס עפענט די טיר. די גרידשענדע קולות פונעם טיע מאכן עים די טשילס, נישט מער נישט מעעע נישט ווייניגער פון די אנדערע זייט שטעק זיך ארויס א קאפ מיט אראן געצויגענער טורבאן ביז די אויגן, משה גלייבט נישט וואס ער זעהט, דרס מיז זיכער זיין א טעות ער איז נישט ביי די ריכטיגער טיר, די אנצייגער האט נישט געכאפט פון וועלעכער יענקל’ה ער רעדט פון טראכט ער אזוי ביי זיך.
זאגט נאר רעבעצין, איז יענקל’ה אפשר אין שטוב ? פרעגט משה מיט זיין פערפעקטער אונגארישער אידיש.
אין שטוב פרעגט זי איבער פארוואונדערט ווייסטו דען נישט אז שבת אין יאשניצע זיצן די אידן ביז שפעיט פארמיטאג אין שוהל? פרעגט זי צירוק פארוואונדערד זאגט נאר פון וואו קומט א גוי י״ט אזא פארעפקעטן אידיש פרעגט מרס יענקל’ה מיט התפעלות, איך בין יענקל’ה׳ס שרייבן פריינט איך שרייב זיך מיט עים כסדר, אה די ביסט אט דאס צו וועמען ער שרייבט זיינע טיפזיניגער בריווען. יא יא עמטפערט משה צוריק מיט אייפער ענדליך האט דערגרייכט דעם ציהל, עס איז גארנישט קיין טעות.
אנטשולדיגט מיר זייער ענטפערט מרס יענקל’ה, ער זיצט אין שיהל ער דארף זיין דא אין בערך א האלבע שעה צו א שעה. יענקל’ה האט א מנהג צו פארברענגען אים שיהל נאכן דאווענען פאר א וויילע. דער משה הייבט אזאנא ברעמען, וואס יענקל’ה אין שוהל. יא פרעגט זי צוריק פארוואזשע דאן נישט ?
אאאאייייך וווייייס נישט סתם אזוי פריד איך. ער זעהט שוין דער יענקל’ה שפירט א דאובל לייף זיין גאר פרומער ווייב הייבט עים נישט אן צו קאנען.
זאגטס נאר רעבעצין, ווי אזוי גייט מען פון דא אין שוהל אריין קומט איר מיר אפשר אנצייגן?
ווארטן נאר דא א האלבער שעה וועט יענקל’ה שוין דא זיין אויף דער ווייל דער קוויאר אייך דאס זאגט זי דער נאבאלער בעלת מכניסה אורחים.
ניין איך קען נישט פארבלייבן דא ביי אייך איך מוז טריפו יענקל’ה אין שוהל (טראכטענדיג וואס ער עם ערוואקט דארטן, דארט וועט ער שוין זעהן וואספארא סחורה דער יענקל’ה איז אין ריל לייף)
אוקיי איז שווערליך מסכים און יציגו אן משה׳ן פונקטליך ווי צו גיין , מיט לויפענדע טריט לויפט משה פארנאויס מיט גרויס נייגער ווער און וואס איז דער סחורה יענקל’ה.
ער קומט אן אין שוהל אריין קופקעס חסידישע אידן מיט די טליתים אויפן אקסעל סמאקעווען זיך מיט די געזאלצענע מאטיאזש הערינג מיט אייער קיכן און בארכיון דעם און יענעם ער שארפט זיך אן די אויגן פרובירן צו באמערקן א קליין געקעצעלטן בערדל א קליין קאפעלע וואס דאס וועט מן הסתם זיין יענקל’ה זיין פעןפאל אבער ער זעהט נישט אזא איינער, און פליצלינג דערהערן זיינע אויערן אן אויספלאצעריי פון געלעכטער אזש דער אטעם קען מען זיך נישט דערכאפן עס פליען פישלעך פון די מיילער וואס האבן פונקט דאן געהאלטן ביים אראן שלינגען דעם קליינעם הערינגעל.
אוי יענקל’ה איז דא גוט הערן זיך די געלעכטעריגע אויסרופעריי פון אפאר פון די מיט זעמער אין די קרעמעל. משה דער אונגארישער גוי/איד מיינט ער פאלט אוועק. פאר דעם איד מיט די גרויסע בארד ברייט געפלאכטענע עטרה אויפן טלית שווארץ ווייס געזעץ אויף די שפיץ נאז וואס שטינקט פון הערינג איז דעם וועם איך זיך אזוי געספענד אזויפיל צייט געלט צו קומען בעצם יום השבת זיך טרעפן מיט די פראפעסער פרעגט זיך אליין די ברענעדיגע שאלה.
פארוואס האב איך נישט מברר געווען פאר איך בין ארויס געפארן וואס, ווער, ווען, און ווי.
ער טראכט נישט קיים סאך ער פארשטאפט זיך די נאז לויפט אריין צווישען די קופקע און שרייבט מיט איבעראשונג יענקל’ה.
איך פארשטיי נישט הייבט משה אן קעקעצען איך פארשטיי נישט.
איין מינוט כאפ נישט קיין הייסט לאקשען שלום עליכם קודם ווער ביסטו, מיר קענען זיך פון ערגעץ ?
אה יא זיכער מיר האבן זיך נאך קיינמאל נישט געזעהן אבער מיר שרייבן זיך כסדר רעדט משה שנעל קוים וואס ער כאפט זיך דעם אטעם. יא זיכער ענטפערט יענקל’ה מיט א רויגקייט וואס טוהסטו דא אין גאליציע אוי גאר יאשניצע דא איז נישטא דיינע באליבטע טיאטערן וואס די שרייבט אז די גלייכסט. וואס הייסט וואס איך בין געקומען טרעפן די פיליזאף און אפיקורס יענקל’ה פון גאליציע.
טרעף א ברייטער חסידישער איד וואס שטונקט פון הערינג אזוי ווי אלי אידן דא אין גאליציע האלט מיט די צוריק געבליבענע צערימאניעס. דאס איז דאס מיט וועם איך שרייב זיך די לעצטע שטיק צייט ענדיגט ער צו זיין אויפברויזענדע שאלה.
יא יא ריכטיג ענטפערט יענקל’ה מיט א רואיגקייט נא וואס איז. איך פארשטיי נישט קען זיך משה נישט בארואיגן און זייענדיג אן אפיקורס האלסטו מיט שבת אין שוהל מיט אזא געשמאק. יא וואס איז פרעגט צוריק יענקל’ה נאך אמאל מיט די זעלבע רואיגקייט. און די ביסט נישט מחלל שבת ? שרייט וויייטער משה. לאו דוקה ענטפערט יענקל’ה מיט די זעלבע רואיגקייט. די גלייבסט יא, אדער די גלייבסט נישט ? זאג נאר משה די מיינסט ווען מען עסט יא, אדער נישט הערינג טוישט זיך די מיינונג ? אבער אבער די גייסט דאווענען ? פארברענגסט מיט די חסידישע שטינקערס ? יא פארוואס נישט פארשטייט נישט יענקל’ה. דער אייבערשטער, איך מיין די גלייבסט נישט אבער וואס הייסט די גייסט אין שוהל. יא פארוואס נישט ענטפערט ער צירוק מיט די זעלבע רואיגקייט.
וואס הייסט וואס צו להכעיס.
פרעגט יענקל’ה צוריק מיט וואונדער להכעיס פארוועם, צו וועם ? וועמען וויסטו אויפרעגן פונקטליך קענסטו מיר מסביר זיין ?
וואס הייסט ווען שרייט שוין משה מיט כעס, דער אייבערשטער !!!

אייבערשטער פרעגט יענקל’ה צוריק מיט וואונדער, ווער איז דאס וואס איז דאס ?

ווער עס פארשטייט פארשטייט

Sent from my iPhone using Tapatalk



Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יוני 09, 2020 8:13 pm
דורך berlbalaguleh
מיינונגזאגער: דיין הערליכע שילדערונג איז אזוי ווי אן אבסטראקט פעינטינג. א צופעליגער אדורכגייער אויף די גאס וועלכער זעהט דאס וועט אפילו נישט געבן אן ערנסטן בליק אויף דעם. אויך וועט ער קאמענטירן אז דאס איז דזשאנק. און ס'איז נישט ווערד דעם קענוועס אויף וואס מ'האט עס געצייכנט.נאר איינער וועלכער איז מלכתחילה א מבין אויף ארט וועט זיך אפשטעללן און געבן א טיפערן בליק. און ער וועט זעהן די טיפקייט מיט וואס דער ארטיסט האט עס געמאלן און די אלע איינטייטשונגען וואס מ'קען אלץ ארויסנעמען פון דעם...!