בלאט 6 פון 8

Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער

נשלח: מוצ"ש מערץ 11, 2017 9:10 pm
דורך פליקער
מיין פלאן,
א קינד גיבט מיר א קארטעל, וועל איך בלי נדר אים זאגען ער ביטע פרעגען זיין מאמע ווען זי גייט אין מקוה נעקסט.
עס איז נישט צי געפערלעך אבער מער וועט ער קיין שומרים מעמבער נישט זיין.

Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער

נשלח: זונטאג מערץ 12, 2017 11:36 pm
דורך החוקר
א קרבן פון שומרים קארטלעך.
IMG_20170312_160403.jpg

קרעדיט: @אידישער ווינקל טעלעגראם טשענעל

נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2017 1:12 am
דורך moshav zekeinim
מען דארף נישט מער ווי קוקן אויף די לויטערע פנים'ער פון די לוחמי הסמרטפאון'ס און אויף די פארגרעבטע פנים'ע פון די רוכשי הסמארטפאון צו זעהן למי החותמת ולמי הפסולים.
גיב נאר א קוק אויף אזא איד ווי ר' שלום ראבינאוויטש, מען זעהן א אש קודש אין אים, נישט נאר ווען עס קומט צו סמארטפאונס, נאר צו יעדער דבר שבקדושה, זעה נאר וויאזוי ער רעכט אפ א שבת קודש, א דאווענען, א אמונה ובטחון אין די שווערסטע מצבים, זיין גאנצער תהלוכה זאגט יראת שמים ושמירת עינים.
לעמותו זעהט מען קאלטע באקוועמע יונגען, אזעלעכע וואס האבן נישט קיין פראבלעם צו קוקן ווידעאס ווי שטעסיל וואס חוץ וואס עס שפילן דארטן נשים חציפות איז עס געשריבן און געשפילט געווארן דורך פורקי עול מחללי שבתות און אפקורסים גמורים. ווער רעדט נאך אז פון די "כיבוד אב פארזארגער" זענען פארהאן אזעלעכע וואס רעדן אן בושה פון א געמיינע שמוציגער טעלעוויזיע שאו מיט די נאמען "היהודים באים" וואס איז מלא ניאוף וכפירה אויף א שוידערליכער אופן רח"ל אשר תסמור שערות כל מי שיראת השם נוגע ללבבו.

נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2017 1:50 am
דורך קורקלענד
אזוי גאר? יעדער וואס פארמאגט נישט קיין סמאַרטפאן פירט זיך אויף ווי ראבינאוויטש. און יעדער וואס האט א סמאַרטפאן האט גע'וואטש'ט שטיסל און היהודים באים??

ס'דא א קאליר וואס הייסט שווארץ און ס'דא א קאליר וואס הייסט ווייס. איינער איז א קאמפליט היפך פונעם צווייטן. אבער ס'דא צו דעם עפעס וואס דו האסט עד היום מאזה סיבה שהוא נאך נישט משיג געווען. דהיינו אז ווען מען מישט אויס שווארץ מיט ווייס קומט אויס א קאליר וואס הייסט גרוי. דאס איז עפעס א קאליר וואס איז נישט שווארץ און נישט ווייס ס'איז גאר אביסל פון ביידע. ווען דיין קאפ וועט אנהייבן תופס זיין אז ס'דא אזא ברירה ווי מעסיג'יזם לעומת עקסטרעמ'יזם וועט זיך דיר עפענען א נייע וועלט און פילייכט וועסטו אנהייבן פארשטיין אז ריעל לייף איז גאנץ קאלירפול און נישט שווארץ אדער ווייס.

אונטערשטע שורה. לענ''ד האסטו אן ערנסטע פראבלעם.

נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2017 4:53 am
דורך שבת אחים
פליקער האט געשריבן:מיין פלאן,
א קינד גיבט מיר א קארטעל, וועל איך בלי נדר אים זאגען ער ביטע פרעגען זיין מאמע ווען זי גייט אין מקוה נעקסט.
עס איז נישט צי געפערלעך אבער מער וועט ער קיין שומרים מעמבער נישט זיין.


איך האב פאר דיר א בעסערע עצה, האנדל דיך אן א באטל גפן tomato sauce מיט א פעקל בדיקה שמאטעס, טובל אריין די שמאטעס אין די חזרת... מאך די ריכטיגע קאנעקשאונס.

זאג נאר יונגעלע? פרעג דיין מאמע צו דאס באלאנגט פאר איר...

אנטשולדיגט פארן זיין אזוי גראפיק.

נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2017 10:38 am
דורך איש את רעהו
די רעאקציע וויאזוי מען וויל מאלעסטן א קינד וואס האט די קארטלעך זאגט מער ווי אביסל ווער זענען די וואס פייטן מיטן לעבן פארן סמארטפאון
מען איז גרייט צו שעכטן דעם קינד פארן סמארטפאון

נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2017 11:13 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווען מ'זעט די וואס האבען אפגעלאזט חרדיזם, א באנדע ליידיגייערס מחריבים וואס ברענגען נישט און זוכען נישט צו ברענגען קיין שום בענעפיט צו די מענטשהייט, נאר חרבן און נקמה, ווייסט מען גלייך למי החותמת ולמי הפתילים

נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2017 12:33 pm
דורך שבת אחים
משא"כ די וואס זענען געבליבן ביי חרדזים און נוצן זייערע קינדער צו טיילן "שומרים קארטלעך", ווי די אראבער נוצן קינדער פאר סאוסייעד צוועקן - זיי זענען די נארמאלע...

נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2017 2:03 pm
דורך moshav zekeinim
קורקלענד האט געשריבן:אזוי גאר? יעדער וואס פארמאגט נישט קיין סמאַרטפאן פירט זיך אויף ווי ראבינאוויטש. און יעדער וואס האט א סמאַרטפאן האט גע'וואטש'ט שטיסל און היהודים באים??

אונטערשטע שורה. לענ''ד האסטו אן ערנסטע פראבלעם.


ביטע אטאקיר נישט פערזענליך.

כלפי היהודים באים האב איך ספעציעל מדגיש געווען אז "טייל פון די כיבוד אב פארזארגער האבן נישט קיין פראבלעם דערמיט".

כלפי שטיסל בין איך זיכער אז רובם ככולם פון די וואס שלאגן זיך קעגן ראבינאוויטש האבן נישט קיין פראבלעם צו וואטשן שטיסל אדער עפעס אנדערש מיט נשים חצופות.

נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2017 3:13 pm
דורך איש את רעהו
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:https://dl.dropboxusercontent.com/u/9440892/VID-20170308-WA0057.3gp


1 פוינט כאפט נישט דער אינגערמאן
אז ביינונז וועט זיין פיל מער גדרים איבער וואס איז יא מוכרח און וואס נישט, וועט נישט זיין אין עטליכע יאר אזא פארפלייצונג פון טעכנעלאגיע.

Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער

נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2017 5:30 pm
דורך קל וחומר
איש את רעהו האט געשריבן:
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:https://dl.dropboxusercontent.com/u/9440892/VID-20170308-WA0057.3gp


1 פוינט כאפט נישט דער אינגערמאן
אז ביינונז וועט זיין פיל מער גדרים איבער וואס איז יא מוכרח און וואס נישט, וועט נישט זיין אין עטליכע יאר אזא פארפלייצונג פון טעכנעלאגיע.

זאג נאר, דיין אנוועזענהייט דאהי איז מוכרח צו נישט?!

נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2017 5:59 pm
דורך איש את רעהו
עפ"י הוראת הרבנים, יא

נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2017 8:54 pm
דורך קורקלענד
שבת אחים האט געשריבן:איך האב פאר דיר א בעסערע עצה, האנדל דיך אן א באטל גפן tomato sauce מיט א פעקל בדיקה שמאטעס, טובל אריין די שמאטעס אין די חזרת... מאך די ריכטיגע קאנעקשאונס.

זאג נאר יונגעלע? פרעג דיין מאמע צו דאס באלאנגט פאר איר...

אנטשולדיגט פארן זיין אזוי גראפיק.


פארוואס זאל ער איבער צאלן פאר א הכשר?

נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2017 10:39 pm
דורך ליפא
אן א הכשר וועט דאך די רב גלייך פסלן דעם שמאטע

נשלח: פרייטאג מערץ 31, 2017 4:57 pm
דורך davidganim2
איין טאג ווען איך בין אהיימגעקומען נאך א שווערע טאג ארבעט פרעגט מיך מיין פיר יעריגער, טאטי! די זאך וואס דו האסט הייסט א סמארטפון? די זאך וואס אלע גוים האבן? אבער טאטי דו ביסט נישט קיין גוי איז פארוואס האסטו עס?

נשלח: מוצ"ש אפריל 01, 2017 10:25 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
זאג איהם אז ס׳דא נערישע מענטשען וואס האבען נישט ליב גארנישט וואס ס׳סמארט. נאר די חברה זאגען אזעלכע זאכען.

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2017 2:07 am
דורך [NAMELESS]
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:זאג איהם אז ס׳דא נערישע מענטשען וואס האבען נישט ליב גארנישט וואס ס׳סמארט. נאר די חברה זאגען אזעלכע זאכען.

מתאמרא משמיה ד׳פאפא רב, מיר זענען געוועהן די ערשטע אויסצורייסן די אלע סמארט זאכן, ודברי פי פאפא חריין

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2017 2:39 am
דורך ווייל אזוי
davidganim2 האט געשריבן:איין טאג ווען איך בין אהיימגעקומען נאך א שווערע טאג ארבעט פרעגט מיך מיין פיר יעריגער, טאטי! די זאך וואס דו האסט הייסט א סמארטפון? די זאך וואס אלע גוים האבן? אבער טאטי דו ביסט נישט קיין גוי איז פארוואס האסטו עס?


שיק עס אריין צו מעלות ביי "קליינע אוצרות" :lol:

Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2017 7:57 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דרשת שבת הגדול מאת הגה"צ ר' יוסף בנימין וואזנער שליט"א אבד ור"מ דקהל יטב לב דסאטמאר לאנדאן יצ"ו.

אחרי שהאריך בפלפול ארוך מעניני דיומי והאריך למחות נגד מייקרי השער ושאר פירצות הדור.

"איך וויל יעצט רעדן אפאר ווערטער בנוגע די שומרים קארטלעך . ובאמת איז אביסעלע שווער צו רעדן ווייל דאס איז א האקעלע נושא. מצד אחד טוען אין דעם די געטרייע עסקנים וואס טוען אויף גדולות ונצורות להרבות קדושה וטהרה בקרב עם ישראל, אבער מצד שני האב איך מיך איבערגעקלערט און כ'בין געקומען צום מסכנה אז לא זו הדרך.
אבער קודם וויל איך מוחה זיין אויף די דאזיגע וואס האבן פארשפרייט מיין בריוו ווי איך שטיץ די עסקנים און די קארטלעך. ווי יעדע דא וואס זיצט דא, ווייסט מסתמא, אז איך שעהם זיך נישט מיט מיין דעה, און א זאך וואס איך בין קלאר אין, בין איך דאס גלייך מפרסם אויף די וואנט מיט מיין כתב יד, אזוי אז קיינער קען דאס נישט פעלטשען. אבער ביי די נושא פון השומרים קארדס האב איך נישט תיכף געשריבן א בריוו פארן ציבור, טאקע ווייל כ'בין נישט געווען זיכער אז דאס איז א גוטע זאך. כ'האב נאר געשריבן א בריוו צו אפאר יחידים, זיי צו געבן חיזוק אין זייערע הייליגע ארבעט, אבער ח"ו זאל דאס זיין אפגעטייטשט אז איך האב געשטיצט די אלע פעולות פון די עסקנים.

אצינד נאכן זעהן די תוצאות פון די לעצטע פאר חדשים, קען איך קלאר זאגן דא ברבים, אז דאס קארטלעך זענען רחוק משכר וקרוב להפסד. בו בזמן וואס איך האב געקלערט אז די קארטלעך זענען נאר פאר די קינדער, זיי אויפצוקלערען דאס חומר העניין פון די אינטערנעט ואביזרייהו, למעשה זענען די קינדער זיך דערמיט מתחצף צו זייערע עלטערן, און פארלירן דערמיט זייער קשר מיט זייערע עלטערן באופן מבהיל, וואס דאס איז כידוע די סאמע ערגסטע הירוס אין חינוך וואס קען נאר זיין. ובאמת נאכן זעהן די תוצאות מיט מיינע אייגענע אויגן, ווי קליינע קינדער שרייען נאך ערליכע בעלי בתים אויפן גאס, מער ווי איין מאל, איז דאס א דבר פשוט מאד, אז די גאנצע געדאנק פארט נישט און די גוטע ריכטונג, ממילא וועל איך דערין נישט מאריך זיין.

נאר איין נקודה וויל איך מוסיף זיין, ס'קומען צו מיר טאטעס וואס פרעגען מיר כסדר "וואס זאל איך זאגן פאר מיינע קינדער? מיינע קינדער קומען אהיים מיט קשיות פארוואס איך האב א סמארטפאון? לויט ווי ס'שטייט אין די קארטלעך ביזסטו נישט קיין איד, און אפילו נישט קיין מענטש נאר גאר א בהמה אדער חיה מן היער! וואס ענטפערט מען פאר זיי? דארף מען וויסן, יעצט קומט דאך פסח, גאנץ פסח איז געבויט אז די קינדער פרעגען שאלות, און מ'דערשרעקט זיך נישט, מ'קען זיי זייער שיין מסביר זיין, אז איך האב א כשר'ע כלי, און כ'פאלג אלע רבנים. מ'קען זיי אוודאי ווייזן די הכשר סטיקער אויף דעם, און זיי וועלן גלייך פארשטיין דאס אמת. מ'קען און מ'דארף דאס קלאר מאכן פאר די קינדער, די תורה רעדט דאך כנגד ארבעה בנים, דאס מיינט אז אלע קינדער, נישט קיין חילוק זייערע השגה, פרעגען שאלות און מ'דארף זיי ענטפערן קלארער תשובות. אויב א טאטע מיינט דאס אמת'דיגע גייט דאס אריין אין די קינדערס הערצער, ווייל דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב.

זאל דער אייבישטער העלפן, אז מ'זאל זוכה זיין מרבה צו זיין קדושה ביי אידישע קינדער, אויף ערליכע און אויסגעהאלטענע אופנים, וחפץ ה' בידינו יצליח.

באקומען אין וואטסעפפ.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2017 9:03 pm
דורך [NAMELESS]
ווייזען די סטיקער אויף די ווווווווואאאאאאסס??????!!!!!!!

נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2017 12:55 am
דורך יודישע שרייבער
בן אדם האט געשריבן:ווייזען די סטיקער אויף די ווווווווואאאאאאסס??????!!!!!!!

זיי דיר מסביר.

Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער

נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2017 12:04 pm
דורך גר ותושב
IMG_20170410_115551.jpg
IMG_20170410_120112.jpg

נשלח: דאנערשטאג אפריל 13, 2017 6:07 pm
דורך גאנצל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דרשת שבת הגדול מאת הגה"צ ר' יוסף בנימין וואזנער שליט"א אבד ור"מ דקהל יטב לב דסאטמאר לאנדאן יצ"ו.

אחרי שהאריך בפלפול ארוך מעניני דיומי והאריך למחות נגד מייקרי השער ושאר פירצות הדור.

"איך וויל יעצט רעדן אפאר ווערטער בנוגע די שומרים קארטלעך . ובאמת איז אביסעלע שווער צו רעדן ווייל דאס איז א האקעלע נושא. מצד אחד טוען אין דעם די געטרייע עסקנים וואס טוען אויף גדולות ונצורות להרבות קדושה וטהרה בקרב עם ישראל, אבער מצד שני האב איך מיך איבערגעקלערט און כ'בין געקומען צום מסכנה אז לא זו הדרך.
אבער קודם וויל איך מוחה זיין אויף די דאזיגע וואס האבן פארשפרייט מיין בריוו ווי איך שטיץ די עסקנים און די קארטלעך. ווי יעדע דא וואס זיצט דא, ווייסט מסתמא, אז איך שעהם זיך נישט מיט מיין דעה, און א זאך וואס איך בין קלאר אין, בין איך דאס גלייך מפרסם אויף די וואנט מיט מיין כתב יד, אזוי אז קיינער קען דאס נישט פעלטשען. אבער ביי די נושא פון השומרים קארדס האב איך נישט תיכף געשריבן א בריוו פארן ציבור, טאקע ווייל כ'בין נישט געווען זיכער אז דאס איז א גוטע זאך. כ'האב נאר געשריבן א בריוו צו אפאר יחידים, זיי צו געבן חיזוק אין זייערע הייליגע ארבעט, אבער ח"ו זאל דאס זיין אפגעטייטשט אז איך האב געשטיצט די אלע פעולות פון די עסקנים.

אצינד נאכן זעהן די תוצאות פון די לעצטע פאר חדשים, קען איך קלאר זאגן דא ברבים, אז דאס קארטלעך זענען רחוק משכר וקרוב להפסד. בו בזמן וואס איך האב געקלערט אז די קארטלעך זענען נאר פאר די קינדער, זיי אויפצוקלערען דאס חומר העניין פון די אינטערנעט ואביזרייהו, למעשה זענען די קינדער זיך דערמיט מתחצף צו זייערע עלטערן, און פארלירן דערמיט זייער קשר מיט זייערע עלטערן באופן מבהיל, וואס דאס איז כידוע די סאמע ערגסטע הירוס אין חינוך וואס קען נאר זיין. ובאמת נאכן זעהן די תוצאות מיט מיינע אייגענע אויגן, ווי קליינע קינדער שרייען נאך ערליכע בעלי בתים אויפן גאס, מער ווי איין מאל, איז דאס א דבר פשוט מאד, אז די גאנצע געדאנק פארט נישט און די גוטע ריכטונג, ממילא וועל איך דערין נישט מאריך זיין.

נאר איין נקודה וויל איך מוסיף זיין, ס'קומען צו מיר טאטעס וואס פרעגען מיר כסדר "וואס זאל איך זאגן פאר מיינע קינדער? מיינע קינדער קומען אהיים מיט קשיות פארוואס איך האב א סמארטפאון? לויט ווי ס'שטייט אין די קארטלעך ביזסטו נישט קיין איד, און אפילו נישט קיין מענטש נאר גאר א בהמה אדער חיה מן היער! וואס ענטפערט מען פאר זיי? דארף מען וויסן, יעצט קומט דאך פסח, גאנץ פסח איז געבויט אז די קינדער פרעגען שאלות, און מ'דערשרעקט זיך נישט, מ'קען זיי זייער שיין מסביר זיין, אז איך האב א כשר'ע כלי, און כ'פאלג אלע רבנים. מ'קען זיי אוודאי ווייזן די הכשר סטיקער אויף דעם, און זיי וועלן גלייך פארשטיין דאס אמת. מ'קען און מ'דארף דאס קלאר מאכן פאר די קינדער, די תורה רעדט דאך כנגד ארבעה בנים, דאס מיינט אז אלע קינדער, נישט קיין חילוק זייערע השגה, פרעגען שאלות און מ'דארף זיי ענטפערן קלארער תשובות. אויב א טאטע מיינט דאס אמת'דיגע גייט דאס אריין אין די קינדערס הערצער, ווייל דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב.

זאל דער אייבישטער העלפן, אז מ'זאל זוכה זיין מרבה צו זיין קדושה ביי אידישע קינדער, אויף ערליכע און אויסגעהאלטענע אופנים, וחפץ ה' בידינו יצליח.

באקומען אין וואטסעפפ.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


איך הער אז דער רב דקיט"ל ווימ"ס האט אויך משמיע געווען ענליכע דיבורים ביי די שבת הגדול דרשה

קודאס פאר די סאטמארע רבנים וואס וואקן נישט אין וואנט