בלאט 6 פון 8
נשלח: דינסטאג יאנואר 31, 2017 4:38 pm
דורך ישראל גלויבער
moshav zekeinim האט געשריבן:ישראל גלויבער האט געשריבן:איך בין גראדע נישט קיין חרדי, אבער איך בין משפחה מיט היבש חרדישע משפחות,
דו ביסט נישט קיין חרדי?
איך קום נישט פון קיין היימישע שטוב, אבער איך פאר קיין סקווער אסאך
נשלח: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:10 pm
דורך קורקלענד
moshav zekeinim האט געשריבן:דיין באבן זאלסטו איינרעדן אז איינע פון די חרדישע קנאים'לעך דא וואס רייסן מיר אונטער זענען אינטרעסירט אין אן אינטעליגענט ווארט.
גיי נאר אריין אינעם היסטאריע אפטיילונג, טרעף מיר דארטן איינע פון די ניקס, איסר איטלקי, קורקלענד, נאך א מיינונג, איש את רעהו, ישראל גלויבער, יהודי פשוט.
כ'האב יעצט פארזוכט דארט אין די היסטאריע אפטיילוג און כ'זעה אז כ'האב שוין געדעקט רוב דערפון.
כ'בין נישט קיין שרייבער לעת עתה פארדעם בינעך נישט אזוי אקטיוו דא אין שטיבל.
איך בין אבער איבערצייגט אז פאר יעדע שרייבער וואס ס'נאר דא אין דער מקום איז דא אסאך מער לייענרס. איך קען פערזענליך אסאך וואס האלטן דא מיט יעדע טריט און שריט אבער זיי שרייבן נישט דא.
כ'זאג דיר קלאר אז איך און מיינע חבירים אפרישיעטן כמעט יעדען דא צו ס'זאל הייסן שמעקעדיג, שבת, ראובן, שש, יואליש, יאיר, וכו' אפי' כ'האלט אנדערש ווי זייער אסאך פון זיי.
ס'נישט דא כמעט קיינער דא וואס באדערט וואס דו האלטסט אדער טוהסט. ס'באדערט אז די פארעקעלסט דעם פלאץ מיט די פאקט אז דו קענסט נישט יענעם סובל זיין ווייל ער האלט אנדערש ווי דיר.
דו האסט נאר אזויפיל אנגעמכט אז פון די אלע וואס זיצן אויף די זייט שטיל און לייענען כסדר האבן געפילט פאר וויכטיג ארויסציקומען פון די קלאזעט דיר צו מעורר זיין אז די האסט א פעילינג סטראטעגיע.
נשלח: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:14 pm
דורך קורקלענד
moshav zekeinim האט געשריבן:נישטא ווער עס זאל לאכן. די לעצטע פאר וואכן אין ניו יארק אליין זענען צענדליגע חרדים ארויס פונעם סיסטעם. חרדיזם ברעכט לעצטנס אונטער ווי קיינמאל בעפאר. אין די לעצטע יאר אליין האט זיך אטד פארטאפלט.
און חרדים האט זיך געטריפלט און ס'וואקסט אסאך שנעלער ווי די וואוקס ראטע פון די וואס פאלן ארויס.
נשלח: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:43 pm
דורך moshav zekeinim
חרדים האט זיך געטריפלט די לעצטע יאר? ששה בכרס אחד? וואס רעדסטו שוין ווייטער אין די וועלט אריין?!
אויף אטד ווייס איך פאר א פאקט אז עס האט זיך איבער די לעצטע יאר געטאפלט.
נשלח: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:55 pm
דורך moshav zekeinim
קורקלענד האט געשריבן: דו האסט נאר אזויפיל אנגעמכט אז פון די אלע וואס זיצן אויף די זייט שטיל און לייענען כסדר האבן געפילט פאר וויכטיג ארויסציקומען פון די קלאזעט דיר צו מעורר זיין אז די האסט א פעילינג סטראטעגיע.
אלע זענען צוזאמען פלוצלינג ארויס געקומען פון קלאזעט פשוט מיר מעורר צו זיין אז איך האב א פעילינג סטראטעגיע. און צופעליג זענען די אלע אזעלעכע וואס האבן קיין ברעקל קריטיקל היסטאריע נאך נישט געשריבן.
נשלח: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:57 pm
דורך קורקלענד
אויף זיי קען איך נישט מעיד זיין ווייל איך קען זיי נישט.
אבער אויף מיר קען איך זאגן אז איך שרייב נישט היסטאריע אבער איך לייען גאר אסאך היסטאריע.
נשלח: דינסטאג יאנואר 31, 2017 6:02 pm
דורך moshav zekeinim
ישראל גלויבער האט געשריבן:moshav zekeinim האט געשריבן:ישראל גלויבער האט געשריבן:איך בין גראדע נישט קיין חרדי, אבער איך בין משפחה מיט היבש חרדישע משפחות,
דו ביסט נישט קיין חרדי?
איך קום נישט פון קיין היימישע שטוב, אבער איך פאר קיין סקווער אסאך
ווי קומט צו א נישט היימישער צו קענען שרייבן אין בית רחל אידיש?
נשלח: דינסטאג יאנואר 31, 2017 6:04 pm
דורך moshav zekeinim
קורקלענד האט געשריבן:אויף זיי קען איך נישט מעיד זיין ווייל איך קען זיי נישט.
אבער אויף מיר קען איך זאגן אז איך שרייב נישט היסטאריע אבער איך לייען גאר אסאך היסטאריע.
איז שרייב עפעס אין היסטאריע
נשלח: דינסטאג יאנואר 31, 2017 6:29 pm
דורך קורקלענד
יבא יומו. לעת עתה איז מען תריד על המחיה ועל הכלכלה.
נשלח: דינסטאג יאנואר 31, 2017 6:31 pm
דורך קורקלענד
moshav zekeinim האט געשריבן:חרדים האט זיך געטריפלט די לעצטע יאר? ששה בכרס אחד? וואס רעדסטו שוין ווייטער אין די וועלט אריין?!
אויף אטד ווייס איך פאר א פאקט אז עס האט זיך איבער די לעצטע יאר געטאפלט.
כ'גלייב נישט אז די קענסט וואוסן פאר א פאקט. ס'שווער און כמעט אומעגליך צי ציילן.
נשלח: דינסטאג יאנואר 31, 2017 6:48 pm
דורך moshav zekeinim
ס'גארנישט שווער, איך זעה אויף די אטד גרופעס וויפיל עס זענען געווען פאראיאר און וויפיל עס זענען דא יעצט.
נשלח: דינסטאג יאנואר 31, 2017 6:56 pm
דורך קורקלענד
moshav zekeinim האט געשריבן:ס'גארנישט שווער, איך זעה אויף די אטד גרופעס וויפיל עס זענען געווען פאראיאר און וויפיל עס זענען דא יעצט.
די גרופעס האבן זיך געדאפלט. ס'איז א אינדיקעיטאר אבער ווייט פון א פאקט.
נשלח: דינסטאג יאנואר 31, 2017 7:31 pm
דורך moshav zekeinim
קורקלענד האט געשריבן:moshav zekeinim האט געשריבן:ס'גארנישט שווער, איך זעה אויף די אטד גרופעס וויפיל עס זענען געווען פאראיאר און וויפיל עס זענען דא יעצט.
די גרופעס האבן זיך געדאפלט. ס'איז א אינדיקעיטאר אבער ווייט פון א פאקט.
עד כאן, אז דו קומסט שוין אוועק מאכן אפענע פאקטן האב איך נישט וואס צו רעדן מיט דיר. זיי געזונט.
נשלח: דינסטאג יאנואר 31, 2017 7:41 pm
דורך קורקלענד
וועלכע אפענע פאקט האב איך געלייקענט?
נשלח: דינסטאג יאנואר 31, 2017 8:26 pm
דורך ישראל גלויבער
דאס הייסט אז אטד נעמט בקרוב סיטי פילד? וואו מושב זקנים ציט ספיידער געמויזעכצער.. אזעלכע הצלחות ווער דארף נאך א עולם
נשלח: דינסטאג יאנואר 31, 2017 10:34 pm
דורך berlbalaguleh
moshav zekeinim האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:moshav zekeinim האט געשריבן:ס'גארנישט שווער, איך זעה אויף די אטד גרופעס וויפיל עס זענען געווען פאראיאר און וויפיל עס זענען דא יעצט.
די גרופעס האבן זיך געדאפלט. ס'איז א אינדיקעיטאר אבער ווייט פון א פאקט.
עד כאן, אז דו קומסט שוין אוועק מאכן אפענע פאקטן האב איך נישט וואס צו רעדן מיט דיר. זיי געזונט.
מוישעוו (עושה צרכיו): ס'איז אנגעשריבן ביי די אלע גרופעס וואס דו זאגסט, אז זיי זענען או.טי.די....?! ס'איז ביי זיי אנגעשריבן אויפ'ן נאז...?!
נשלח: דינסטאג יאנואר 31, 2017 10:59 pm
דורך moshav zekeinim
ישראל גלויבער האט געשריבן:דאס הייסט אז אטד נעמט בקרוב סיטי פילד? וואו מושב זקנים ציט ספיידער געמויזעכצער.. אזעלכע הצלחות ווער דארף נאך א עולם
ווייטער ווארפסטו זאמד אין די אויגן? איך קום מיט פאקטן קומסטו מיט הוילע באלונס.
ווייסט וואס, איך האב מיט דיר נישט מער וואס צו רעדן, אז קיין פאקט מיינט ביי דיר גארנישט איז כל טוב.
נשלח: דינסטאג יאנואר 31, 2017 11:30 pm
דורך סמבטיון
מושב, אויב דו סטאפסט נישט צו פארעקלען דעם שטיבל דא, גייט גיין פעטש! געניג איז געניג! לאז אונז דע מצוה אליינס!
נשלח: דינסטאג יאנואר 31, 2017 11:35 pm
דורך קורקלענד
לאמיר נאכאמאל איבערגיין קלאר.
האסט געזאגט א סטעיטמענט אז אטד האט זיך געדאפלט.
האסט געזאגט אז די אויבנדערמאנטע סטעיטמענט איז א פאקט.
האט מען געפרעגט פאר א מקור פון וואו דו ווייסט.
האסטו געזאגט אז די באזירסט עס אויף די פאקט אז עפעס א גרופע פון אטד האט זיך געדאפלט אין בלויז א יאר.
האב איך דיר געגעבן צו פארשטיין אז דאס אז די גרופע האט זיך געדאפלט מיינט נישט אז די עצם פאפולעריטעט פון אטד האט זיך געדאפלט.
קומסטו שרייען אז די קענסט מיר נישט ענטפערן ווייל איך לייקען פאקטן.
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 10:30 am
דורך ישראל גלויבער
ס'נישט ריכטיג וואס דער מושב טוט, אז ער וויל אויפטון פאר יידישקייט - כ'מיין גויאישקייט. און באהאלט זיך אונטערן שלייער און ארבעט בעקיפין.
דו האסט די געלעגענהייט צו איבערדרייען כלל ישראל אויפן גוטע וועג און קומסט נישט ארויס עפענטליך? דו מוזט נעמען די זאך צום נעקסטן שטאפל.
Re: ארי אויסטערליץ טראגעדיע
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 11:34 am
דורך קל וחומר
ס'גרוילט מיר די פאקט אז מושב לאזט דא זיין צואה און די עולם באשעפטיגט זיך דערמיט.
ביטע פארן טובה פונעם שטיבל לאמיר אים גענצליך איגנארירן ווען ער רעדט פון די סארט נושאים. ס'איז א סגולה בדוק ומנוסה!
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 12:35 pm
דורך איך אויך
פון די אנדערע זייט, אזוי ווי יעדער האט שוין אנגעצייכענט מאכט דער טיפש מופלג די בעסטע סערוויס פאר די או.טי. די'ס וואס עס איז נאר שיך. מען דארף נישט מער ווי געבן א בליק אויף עם פאר א רגע און אלע גאלדענע גליקן תאוות ווערן נעלם לעולם.
נשלח: מיטוואך פעברואר 01, 2017 12:46 pm
דורך ישראל גלויבער
לדעתי איז ער סתם פארווייטאגט, און אפאר דאלער צו א גוטע דזשאב, אפשר פשוט א גוט ווארט, וועט עהם מאכן זיך איבערבעטן מיטן באשעפער.