וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

די פראבלעם איז אז אמעריקאנער בירגער זענען יעצט אין א גרעסערע סכנה, און פשוט פאר אונזער לעבען דארף מען זיך זארגען נישט אויפשטעלען א געפאר ביי מוזלעמינער בירגער אז מ׳באטראכט זיי ווי פרעמדער.

אז מ׳וויל באשיצען אמעריקא און די וועלט פון איזלאמישע טעראריסטען, דארף מען זע׳ען צו טוהן וואס מער אז זייער ווערטשאפט זאל צוזאם פאלען. דאס טוט מען דורך העלפען די וואס ווילען זיך נישט צושטעלען צום רעדזשים מיט׳ן אנטלויפען.

אז אמעריקא וויל הילף פון בירגער פון די לענדער וואס האבען אסאך טעראריסטען, דארפען זיי האלטען ווארט און באהעלפען די וואס העלפען זיי. אז נישט, האט מען אפגעהאקט סיי וואס פארא כח מיר האבען דארט.

נאר די וואס האבען אמעריקא׳ס זיכערהייט אינדערערד קענען גלייכגילטיג צוקוקען ווען מ׳גראבט אונטער יסודות פון איהר זעלבסט שיצונג. איך ווייס אז מאנכע דא און ביים רעגירונג האבען אנדערע ווירדען וואס זענען וויכטיגער ווי זיכערהייט און זעלבסט שיצונג, און זיי שטופען טאקע אזעלכע געזעצען. די וואס האלטען אזוי זאלען נאר זאגען דער אמת, און נישט באקען מעשה׳ס פון בויך ארויס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

גאנצל האט געשריבן:בקיצור איך ליין איין תגובה נאכ'ן צווייטן קיינער ברענגט נישט קיין פרוף לדבריו

י

אין כאן אכזריות אלא פראטעקשאן א גוטן טאג נחת און סיעתא דשמיא



פאר פארטעקשאן הייסט עס? פאר פארטעקשאן נוצט מען א פלעסטיק.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
אברעימל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך אברעימל »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאז מ׳וויל באשיצען אמעריקא און די וועלט פון איזלאמישע טעראריסטען, דארף מען זע׳ען צו טוהן וואס מער אז זייער ווערטשאפט זאל צוזאם פאלען. דאס טוט מען דורך העלפען די וואס ווילען זיך נישט צושטעלען צום רעדזשים מיט׳ן אנטלויפען.


אדרבא, אויב לאזט מען אריין אלע פליטים וועלן די עקסטרעמיסטן זיך נאך מער באפעסטיגן .
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום אברעימל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

גאנצל האט געשריבן:בקיצור איך ליין איין תגובה נאכ'ן צווייטן קיינער ברענגט נישט קיין פרוף לדבריו

אין כאן אכזריות אלא פראטעקשאן א גוטן טאג נחת און סיעתא דשמיא

ווייל ביז יעצט זענען מיר טאקע נישט געוועהן פּאָרטעקטעט, נאך א מזל אז דער חכם מכל אדם דער באַנאוועלאַנט טראמפּ האט זיך אריינגעמישט דא און מיט זיין חסד טוט ער היטן אויף אונז, ווייל ער איז דאך דער איינציגסטער וואס ווייסט וויאזוי צו פירן א ישיבה. רעב איד ווייקט דאך נאך אביסל אין די קאלטע בור אין קעי דזשעי און קום אויף מיט בעסערע ליצנות.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך געדענקט נאך די לעצטע מאל ריפובליקאנס האבן אונז געוואלט "פראטעקטן" פון סאדאם כוסעין וויאזוי ס'האט זיך אויסגעארבעט....
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

@גאנצל וואס וויל ער פון די מעקסיקאנער? אויך פארטעקשאן?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די פראבלעם איז אז אמעריקאנער בירגער זענען יעצט אין א גרעסערע סכנה, און פשוט פאר אונזער לעבען דארף מען זיך זארגען נישט אויפשטעלען א געפאר ביי מוזלעמינער בירגער אז מ׳באטראכט זיי ווי פרעמדער.

אז מ׳וויל באשיצען אמעריקא און די וועלט פון איזלאמישע טעראריסטען, דארף מען זע׳ען צו טוהן וואס מער אז זייער ווערטשאפט זאל צוזאם פאלען. דאס טוט מען דורך העלפען די וואס ווילען זיך נישט צושטעלען צום רעדזשים מיט׳ן אנטלויפען.

אז אמעריקא וויל הילף פון בירגער פון די לענדער וואס האבען אסאך טעראריסטען, דארפען זיי האלטען ווארט און באהעלפען די וואס העלפען זיי. אז נישט, האט מען אפגעהאקט סיי וואס פארא כח מיר האבען דארט.

נאר די וואס האבען אמעריקא׳ס זיכערהייט אינדערערד קענען גלייכגילטיג צוקוקען ווען מ׳גראבט אונטער יסודות פון איהר זעלבסט שיצונג. איך ווייס אז מאנכע דא און ביים רעגירונג האבען אנדערע ווירדען וואס זענען וויכטיגער ווי זיכערהייט און זעלבסט שיצונג, און זיי שטופען טאקע אזעלכע געזעצען. די וואס האלטען אזוי זאלען נאר זאגען דער אמת, און נישט באקען מעשה׳ס פון בויך ארויס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


פרוף ? .........

נאך א דעמאקרטישע טאלקינג פוינט,, דעס איז א יסוד אויף וואס מ'מעג קריגן ? צו דעס איז א יסוד מונח און אז איינער זאגט אנדערש איז ער אויטעמאטיק א רעסיסט טאמער מעג מען קריגן וועל איך דיר מסביר זיין נאך א וויכטיגע פוינט אין דעם נושא
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

שבת אחים האט געשריבן:@גאנצל וואס וויל ער פון די מעקסיקאנער? אויך פארטעקשאן?


וויל גארנישט מער ווי פארזיכערטע באורדערס
אברעימל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך אברעימל »

שבת אחים האט געשריבן:@גאנצל וואס וויל ער פון די מעקסיקאנער? אויך פארטעקשאן?


איך האב לכתחלה נישט געוואלט אריינגיין אין דעם אבער אז די ברענגסט עס אויף צום צווייטן מאל וועל איך פרובירן צי ענטפערן בקיצור.

איינס - זיי נעמען צי ארבעט פון אמעריקאנער בירגער, און אפילו דו טענה'סט אז אמעריקאנער זענען נישט גרייט צי ארבעטן פאר אזוי ביליג, שתי תשובות בדבר 1 - ווען ס'וואלט נישט געווען קיין מעקסיקאנער וואס זענען גרייט צי ארבעטן פאר אזוי ביליג אפשר וואלט מען געצאלט מער אדער וואלט מען צום סוף יא אנגענומען די ארבעט. 2 - איינער פון די סיבות פארוואס זיי ארבעטן פאר ביליג איז ווייל בדרך כלל ארבעטן זיי נישט אויף די ביכער, ממילא זענען זיי מסכים צי א קלענערע געהאלט.

צווייטנס - א גרויס חלק פון די געלט וואס זיי פארדינען שיקן זיי אהיים צי זייער משפחות אין מעקסיקא, ממילא נעמען זיי ארויס שווערע ביליאנען פון די אמעריקאנער עקענאמיע (און דאס איז פשטות די סיבה פארוואס מעקסיקא איז אזוי קעגן בויען א וואנט).
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

א. ווען אבאמא איז געווארען פרעזידענט, האט מען קיין שום אהנונג נישט געהאט וואס ער גייט טוהן. מ'האט מחליט געווען אז ווייל ער איז א דעמאקראט און ער האט געהערט די דרשות פון זיין גלח מוז ער זיין א ראדיקאלע לינקע, און פאר דעם האט מען מחליט געווען אז מ'גייט ניטאמאל הערען וואס ער האט צו זאגען. מ'האט שוין נישט געזוכט קיין מיטל וועג זיך אויסצוקומען מיט איהם, מ'האט לכתחלה אויסגערופען אז מצד די רעפובליקאנער איז דער רעגירונג אויף אייז ביז זיי קומען צוריק. אלע זייער וויילער'ס דארפען ווארטען ביז עפעס ניי קומט צו גייען. דאס איז, אויף ענגליש, bigotry. נאר וועגען זיין פריינד און אפשטאם, איז ער נישט קיין מענטש צום טיש און מ'קען איהם באיקאטירען. אין א סאך פלעצער וואלט מען געקענט טרעפען א וועג צו האנדלען מיט איהם, אבער דער אויבער ווירדע פון געווינען די נעקסטע וואלען האט אפגעהאלטען יעדען גוטע שריט. מ'וואלט געקענט פאררעכטען דער אבאמא קעיר אין א וועג אז ס'זאל זיך אויסארבעטען בעסער, מ'וואלט געקענט עפעס טוהן וועגען אימיגראציע. אבער אכט יאר האבען די רעכטער געשמאכטעט צוליעב דעם אז זייער פארטרעטער האבען געשפיגען אויף זיי.
לעומת זה, דער טראמפ האט לכתחלה אויסגערופען וואס ער גייט טוהן. אלע נישט עקסטרעם רעכטער מענטשען האבען פארשטאנען אז דאס איז נישט אויסגעהאלטען און זיי ווילען נישט קיין חלק דערין. דעריבער איז די היינטיגע התנגדות אין גאנצען אנדעריש ווי דער אמאליגע. די התנגדות איז נישט צוליעב זיין ליגענט וואס ער האט אלס געזאגט, נישט ווייל זיין טאטע איז געווען א מיטגעליד פון דער KKK, נישט ווייל ער האט געפעלשט א דאקטאר'ס בריוו אויף זיין געזונט, נישט ווייל ער פיהרט זיך אויף ווי א חזיר אין זיין פריוואטע לעבען, נישט ווייל ער האט באגנב'ט אן א שיעור מענטשען אין ביזנעס. ווען דאס זיינען די סבות, וואלטען די רעכטער געהאט א טענה אז מ'זאל פראבירען עפעס אויסצוארבעטען מיט איהם. אבער ווען ער טוט אזעלכע שריטען וואס מ'קען נישט טרעפען קיין מיטעל וועג, מוז מען מוחה זיין און כאטש ווייזען פאר די וועלט און פאר אונז אז אמעריקא איז בעסער ווי דעם.

ב. דער טראמפ טענה'ט אז ער האט געמוזט זאפארט מאכען דער פאדערונג אפצושטעלען דאס אימיגארציע פון די לענדער, ווייל אנדעריש וואלטען זיי זיך שנעל אריינגעשטופט קיין אמעריקא. ווען מענטעשן טענה'ן אז אנדערע לענדער זענען ערגער, ענטפערט ער אז דאס איז אבאמא'ס ליסט, און מ'קוקט אריין אין די לענדער. מ'קוקט אריין? געוואלד! ס'איז א סכנה יעדער מינוט! קודם דארף מען אסר'ן און נאך דעם דארף מען געוואויער ווערען. נאר די ליגענט איז בולט פאר זיך.

ג. דאס מושג sleeper cells איז ביי איהר דעפיניציע א ראסיסטישע טערמין. ווען מ'קען אריינלייגען ביי מענטשען אין געוויסען אז זיין שכן, א פיינער אנשטעטיגע מענטש, וואס שיקט קינדער אין פובליק סקול און ארבעט יעדען טאג און פארברענגט מיט די שכנים און האט נאר אביסל א טינקעלער הויט און אן אקצענט אין זיין אויסשפראך, איז באמת א טעראריסט וואס וויל דיר און דיין משפחה אונטער ברענגען, האט מען אריינגעלייגט א געפאר פון דער פרעמדע, א טיילונג צווישען מענטשען וואס דאס איז דער שרש פון פיהל צרות אין דער וועלט. מ'קען און מ'דארף לעבען מיט אנדערע, און דאס אליינס אז יוראפ זעט אויס אנדעריש ווי אמעריקא איז צוליעב דעם אז אמעריקא איז פיהל אפענער צו פרעמדע ווי יוראפ. ווען א חסידישע יונגערמאן קען זיין א סעילזמאן צו א גויישע פירמע, איז עס צוליעב אט דער ברייטקייט. אין ענגלאנד, און כ"ש אין פראנקרייך און שווייץ, איז עס פיהל שווערער. דאס ארומ שפילען מיט די שלום פון די גאנצע לאנד, מוז נאר זיין אין א מצב חירום, אין אן עמערדזשענצי סיטואציע, וואס קיין ברירה איז נישט דא. ביזערווייל האט עס קיינער נישט אויפגעוויזען.

ד. ס'איז דא אין די לאנד מומחים וואס שטודירען טעראריזם שוין פופציג יאר. זיי זוכען די סבות דערצו, די וועגען דאס צו פארמיידען און וואס ווילען די טעראריסטען כדי זיי נאכצוגייעןאון אפצושטעלען. ווען דער אומוויסענדע פרעזידענט (וואס האט דאס נישט שטודירט, האט קיינמאל נישט געוויזען קיין שום קענטעניס אין די נושא און מאכט אוועק די געלעגענהייט וואס ער האט צו באקומען בעסערע אינפארמאציע) גייט עפעס טוהן אין דער געביט, איז דאס נישט מער ווי שכל'דיג צוערשט פרעגען די מומחים. דאס אז ער איז גרייט זיך נישט וויסענדיג צו מאכען פון זיי אלע, און סתם טוהן ווי ס'גרעפסט זיך, איז א געפערליכע סכנה פאר אונז אלע. ער איז דאך דער מעכטיגסטע מענטש אין דער וועלט, און ער גייט נאך טוהן אזעלכע שריטען אן די מומחים? וואס קומט ווייטער? ווער ווייסט וואס ער קען טוהן, ווען קיין שום זאך האלט איהם נישט צוריק? ווי קען דער עם חכם ונבון שטיצען די היפך פון חכמה? חכמה הייסט נאכפארשען, איבערקלערען און דורכטראכטען, און דא שטיצט מען וואס ווייניגער וויסענשאפט, וואס ווייניגער פארשטאנד און וואס ווייניגער מיינונגען. ווען ער נעמט א קאבינעט, נעמט ער די מומחים צו די וואס ס'שמעקט איהם? ער האט קיינמאל נישט געוויזען אז ער זוכט מומחים (דער מענטש וואס ער וויל מאכען סעקרעטאר פון קאמער"ס, וויל ראסס, איז איינער פון זיי. ער האט געהאט א ביזנעס פון קויפען שוואכער שטאל קאמפאניס און זיי איבערדרייען. מ'איז געוואויר געווארען וויאזוי ער האט עס געטוהן און רייך געווארען. ער האט איבערגענומען מיט אונטער פונדירטע פענציע קאנטע'ס און ער האט באקומען דער געלט פון דער רעגירונג. ער האט געקראגען 17.5 ביליאן דאללאר פון דער רעגירונג, פיהל מער ווי דער פ.ס. פון גאנץ ווסמב"ג, און געבויט די ביזנעסער. וויפיהל איז ער היינט ווערט? 2.5 ביליאן דאללאר לויט גוגל/ דאס הייסט אז פארלירען 15 ביליאן דאללאר איז זיין מומחיות אין ביזנעס!)

ה. דאס בלינדעהייט נאכגייען א פרעזידענט איז די סכנה פון פאשיזם. ער דארף אויפווייזען זיינס נישט די קעגענער. ער דארף אויפווייזען וואס ער וויל דא אויפטוהן, און פארוואס ס'גייט געלונגען. אז די לאנדס בירגער זענען גרייט צו זאגען 'איך פארלאז זיך אויף איהם', נאר צוליעב דעם אז ער איז דער פרעזידענט, נישט ווייל ער איז א מומחה אין דעם, הייסט זיך אפזאגען פון די אחריות פון פיהרען א לעבען אין א דעמאקראטיע.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=N5PK-SK0h9o[/youtube]
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליפא: ייש"כ. אבער גיי רעד צו די אלע אומוויסנדע. אדער די וועלכע מאכן זיך נישט וויסנדיג פו די פאקטן. און זיי רופן זיך נאך חכמי לב. און יעצט איז דער ליטוואק פון בודאפעסט אויכעט געווארן א מעמבער אין זייער קלאב. ער איז מסביר בטוב טעם ודעת פארוואס אונז דארפן זיך לאזן אז אין אונזער לאנד זאללן אריינקומען כל צרוע וכל זב וכל רוצח ומחבל. און ווען איינער האט דעם קוראזש זיי אפצושטעללן. שטאטס זאגן איהם א יישר כח. שפייט מען איהם אין פנים אריין. מ'פארגעסט אבער (די קלוגערע פון צווישן די ליבעראלן) דעם מאמר חז"ל..."כל המרחם על האכזרים, סופו להתאכזר על הרחמנין"...!

ס'איז מיר איינגעפאללן א גוט ווארט (ביי מיר איז עס זיכער גוט.). אין חומש וואו ס'שטייט אז די אייבישטער האט געהייסן אז ער זאלל נעמען בצלאל און די אנדערע חכמי לב (כ'האב מורא אז מ'מיינט נישט אונזער חכם לב צווישן זיי.) צו די מלאכת המשכן. שטייט דארט אין פסוק..."אשר נתן חכמה בהמה"... דאס זענען די זעלבע אויתיות ווי א בהמה כפשוטו...! לכאורה וואס איז די חילוק...?! די חילוק איז אין די נקודות. אויב ס'איז מיט א קמץ, מיינט עס קלוג. און אויב ס'איז מיט א שווא, מיינט עס א בהמה כפשוטו...! די חילוק פון א קלוגער ביז א נישט קלוגער איז איין קליין פינטעלע...!
(לקיים מאמר חז"ל..."האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם...בערל בעל עגלה...!)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וואס האט קלינטאן וועלען פארזיכערען דער געזעץ צוטוהן מיט נישט אריינלאזען לעגאלע אימיגראנטען?

און דער עיקר שאלה, איינער וואס זיין קאפ קען שפרינגען פון נושא צו נושא אן א טראפ שייכות, זאל דען נישט חושד זיין זיין אייגענע מיינונג? אפשטעמפלען א ריזיגע ציבור אלס אכזרים בלויז ווייל זיי האבען געוואוינט אין (און אנטלאפען פון) א לאנד וואו מ׳האט זיך מתאכזר געווען מיט זיי איז גאר די רחמנות׳דיגע בליק?!

איך בין נישט קיין לינקע פון רחמנות, נאר פון שכל. ס׳איז כמעט בהכרח אז רעכט מיינט פארמאכען די אויגען פון רוב פאקטען און נישט זיין גרייט פאר נייע אינפארמאציע. דאס איז נישט דער גאנג פון אן עם חכם ונבון.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך חכם-לב »

@berlbalaguleh

אפילו די קריטיקירסט מיך דאך געפעלט מיר דיין ווארט פון ''בהמה''. ענליכס האב איך אמאל געהערט נאכזאגן דאכט זיך פון ר' שאול בראך ז''ל אז די חילוק פון קדש ביז קדוש (קדש מיט א צירי - קדוש חסר מיט א חולם) איז נאר איין פינטל.

איך האב שוין קלארגעשטעלט אז איך גלייב נישט אז איך קען טוישן די מיינונגען פון די וואס שטימען מיט מיט טראמפ אפילו ער שיסט מענטשן אויף די פיפטע עוועניו...

און כדאי נישט צו שולדיג בלייבן... וואס פארשטייט דען א בעל-עגלה?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

חכם לב: זיי מיר מוחל. איך האב דיך נישט געמיינט פערזענליך צו באליידיגן, ח"ו. נאר איך קען בשום פנים ואופן נישט מסכים זיין מיט דיינע מיינונגען און עצות. ווייל איך האב צו פיעל געליינט איבער די ברוטאלע און אכזריות'דיגע געשיכטע פון דעם אידישן פאלק. און די אלע זכותים פון יושר און צדק, וואו זיי זענען געשטאנען אין שפיץ האט זיי גארנישט געהאלפן. זיי זענען געווען איינזאם און אליין אין די גורל'דיגע שעות...! אבער דיין אונטערשטע שורה האט מיך געמאכט שמייכלען...ייש"כ...!
באניצער אוואטאר
דער שכן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:17 am
געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
האט שוין געלייקט: 635 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

שליחה דורך דער שכן »

שבת אחים האט געשריבן:
לשיטתך ושיטת כל הבהמות שכמותך


ר׳ בערל פארוואס איז ער א בהמה???

ער שרייבט גראדע זייער קלאר, זייער גיט, און צום פונקט! ווייסט ווער סאיז א בהמה?, דיין פרעזידענט אויף וועם דו שרייבסט נאך יר״ה! ער איז א בהמה! צוזאמען מיט דעם צוריקטן מארמאן גלען בעק.

די גאנצע סיבה פארוואס דו מיט אלע בהמות ווי דו נעמען זיך אן פאר אים ווייל ענק האבן א בלינדע שנאה פאר מוסלימענער, און איינרעדענישן אז יעדע מוסלימענער האקט קעפ פון אידן, אלע דיינע פאביעס מעטשן נישט קיין נומבערס!
דיין לעצטע תגובה קלעבט נישט איין ווארט מיט צווייטן, און ס׳קומט נישט אריין דא, דיינע פלפלים מיטן אפהאקן קעפ קומט אויך נישט אריין דא! סענדער דער דייטש איז שוין לאנג געשטארבן...


אונזער דערוועלטער פרעזידענט די דזשעי טראָמפּ ה' ירום הודו איז שוין איינמאהל גוט און פיין. גלען בעק איז א צוריקטער (משוגענער בלע"ז)

מ'נעמט זיך נישט אָן פאר דאנאלד טארמפּ דאָ. מיר נעמען זיך אן פאר זיך אונז די "וויִ די פּיעפּעל". טראמפ איז אונז,
ער טוט פאר אונז,
ער איז איינער פון אונז,
ער ארבעט פאר אונז,
און טאקע נאר פאר דעם האט ער געוואוּנען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דער שכן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א. ווען אבאמא איז געווארען פרעזידענט, האט מען קיין שום אהנונג נישט געהאט וואס ער גייט טוהן. מ'האט מחליט געווען אז ווייל ער איז א דעמאקראט און ער האט געהערט די דרשות פון זיין גלח מוז ער זיין א ראדיקאלע לינקע, און פאר דעם האט מען מחליט געווען אז מ'גייט ניטאמאל הערען וואס ער האט צו זאגען. מ'האט שוין נישט געזוכט קיין מיטל וועג זיך אויסצוקומען מיט איהם, מ'האט לכתחלה אויסגערופען אז מצד די רעפובליקאנער איז דער רעגירונג אויף אייז ביז זיי קומען צוריק. אלע זייער וויילער'ס דארפען ווארטען ביז עפעס ניי קומט צו גייען. דאס איז, אויף ענגליש, bigotry. נאר וועגען זיין פריינד און אפשטאם, איז ער נישט קיין מענטש צום טיש און מ'קען איהם באיקאטירען. אין א סאך פלעצער וואלט מען געקענט טרעפען א וועג צו האנדלען מיט איהם, אבער דער אויבער ווירדע פון געווינען די נעקסטע וואלען האט אפגעהאלטען יעדען גוטע שריט. מ'וואלט געקענט פאררעכטען דער אבאמא קעיר אין א וועג אז ס'זאל זיך אויסארבעטען בעסער, מ'וואלט געקענט עפעס טוהן וועגען אימיגראציע. אבער אכט יאר האבען די רעכטער געשמאכטעט צוליעב דעם אז זייער פארטרעטער האבען געשפיגען אויף זיי.
לעומת זה, דער טראמפ האט לכתחלה אויסגערופען וואס ער גייט טוהן. אלע נישט עקסטרעם רעכטער מענטשען האבען פארשטאנען אז דאס איז נישט אויסגעהאלטען און זיי ווילען נישט קיין חלק דערין. דעריבער איז די היינטיגע התנגדות אין גאנצען אנדעריש ווי דער אמאליגע. די התנגדות איז נישט צוליעב זיין ליגענט וואס ער האט אלס געזאגט, נישט ווייל זיין טאטע איז געווען א מיטגעליד פון דער KKK, נישט ווייל ער האט געפעלשט א דאקטאר'ס בריוו אויף זיין געזונט, נישט ווייל ער פיהרט זיך אויף ווי א חזיר אין זיין פריוואטע לעבען, נישט ווייל ער האט באגנב'ט אן א שיעור מענטשען אין ביזנעס. ווען דאס זיינען די סבות, וואלטען די רעכטער געהאט א טענה אז מ'זאל פראבירען עפעס אויסצוארבעטען מיט איהם. אבער ווען ער טוט אזעלכע שריטען וואס מ'קען נישט טרעפען קיין מיטעל וועג, מוז מען מוחה זיין און כאטש ווייזען פאר די וועלט און פאר אונז אז אמעריקא איז בעסער ווי דעם.

זייער א שיינע חזרה פונעם גאנצן קאמפיין פון 2 יאר צוריק ביז היינט קיין שום חידוש סתם געמאלן וואסער ועוד דו אליין האסט באשטעטיגט די שריט האסט נאר געבעטן פרוף אויף די מצב כנ"ל

ב. דער טראמפ טענה'ט אז ער האט געמוזט זאפארט מאכען דער פאדערונג אפצושטעלען דאס אימיגארציע פון די לענדער, ווייל אנדעריש וואלטען זיי זיך שנעל אריינגעשטופט קיין אמעריקא. ווען מענטעשן טענה'ן אז אנדערע לענדער זענען ערגער, ענטפערט ער אז דאס איז אבאמא'ס ליסט, און מ'קוקט אריין אין די לענדער. מ'קוקט אריין? געוואלד! ס'איז א סכנה יעדער מינוט! קודם דארף מען אסר'ן און נאך דעם דארף מען געוואויער ווערען. נאר די ליגענט איז בולט פאר זיך.

וואס פעילט אויס די חזרה מ'האט שוין געהערט דעס איינמאל און צוויי מאל ,, ועדיין לא זכיתי איך זעי נאך אלס נישט די 'ליגענט' דא

ג. דאס מושג sleeper cells איז ביי איהר דעפיניציע א ראסיסטישע טערמין. ווען מ'קען אריינלייגען ביי מענטשען אין געוויסען אז זיין שכן, א פיינער אנשטעטיגע מענטש, וואס שיקט קינדער אין פובליק סקול און ארבעט יעדען טאג און פארברענגט מיט די שכנים און האט נאר אביסל א טינקעלער הויט און אן אקצענט אין זיין אויסשפראך, איז באמת א טעראריסט וואס וויל דיר און דיין משפחה אונטער ברענגען, האט מען אריינגעלייגט א געפאר פון דער פרעמדע, א טיילונג צווישען מענטשען וואס דאס איז דער שרש פון פיהל צרות אין דער וועלט. מ'קען און מ'דארף לעבען מיט אנדערע, און דאס אליינס אז יוראפ זעט אויס אנדעריש ווי אמעריקא איז צוליעב דעם אז אמעריקא איז פיהל אפענער צו פרעמדע ווי יוראפ. ווען א חסידישע יונגערמאן קען זיין א סעילזמאן צו א גויישע פירמע, איז עס צוליעב אט דער ברייטקייט. אין ענגלאנד, און כ"ש אין פראנקרייך און שווייץ, איז עס פיהל שווערער. דאס ארומ שפילען מיט די שלום פון די גאנצע לאנד, מוז נאר זיין אין א מצב חירום, אין אן עמערדזשענצי סיטואציע, וואס קיין ברירה איז נישט דא. ביזערווייל האט עס קיינער נישט אויפגעוויזען.

די געדאנק האט אין זיך אמת אבער וואס האט עס לענינינו און דערפאר זאל איך לאזן אמעריקאס בלוט הפקר ?? מ'דארף שוקל זיין יעדע זאך שכרו כנגד הפסדו

ד. ס'איז דא אין די לאנד מומחים וואס שטודירען טעראריזם שוין פופציג יאר. זיי זוכען די סבות דערצו, די וועגען דאס צו פארמיידען און וואס ווילען די טעראריסטען כדי זיי נאכצוגייעןאון אפצושטעלען. ווען דער אומוויסענדע פרעזידענט (וואס האט דאס נישט שטודירט, האט קיינמאל נישט געוויזען קיין שום קענטעניס אין די נושא און מאכט אוועק די געלעגענהייט וואס ער האט צו באקומען בעסערע אינפארמאציע) גייט עפעס טוהן אין דער געביט, איז דאס נישט מער ווי שכל'דיג צוערשט פרעגען די מומחים. דאס אז ער איז גרייט זיך נישט וויסענדיג צו מאכען פון זיי אלע, און סתם טוהן ווי ס'גרעפסט זיך, איז א געפערליכע סכנה פאר אונז אלע. ער איז דאך דער מעכטיגסטע מענטש אין דער וועלט, און ער גייט נאך טוהן אזעלכע שריטען אן די מומחים? וואס קומט ווייטער? ווער ווייסט וואס ער קען טוהן, ווען קיין שום זאך האלט איהם נישט צוריק? ווי קען דער עם חכם ונבון שטיצען די היפך פון חכמה? חכמה הייסט נאכפארשען, איבערקלערען און דורכטראכטען, און דא שטיצט מען וואס ווייניגער וויסענשאפט, וואס ווייניגער פארשטאנד און וואס ווייניגער מיינונגען. ווען ער נעמט א קאבינעט, נעמט ער די מומחים צו די וואס ס'שמעקט איהם? ער האט קיינמאל נישט געוויזען אז ער זוכט מומחים (דער מענטש וואס ער וויל מאכען סעקרעטאר פון קאמער"ס, וויל ראסס, איז איינער פון זיי. ער האט געהאט א ביזנעס פון קויפען שוואכער שטאל קאמפאניס און זיי איבערדרייען. מ'איז געוואויר געווארען וויאזוי ער האט עס געטוהן און רייך געווארען. ער האט איבערגענומען מיט אונטער פונדירטע פענציע קאנטע'ס און ער האט באקומען דער געלט פון דער רעגירונג. ער האט געקראגען 17.5 ביליאן דאללאר פון דער רעגירונג, פיהל מער ווי דער פ.ס. פון גאנץ ווסמב"ג, און געבויט די ביזנעסער. וויפיהל איז ער היינט ווערט? 2.5 ביליאן דאללאר לויט גוגל/ דאס הייסט אז פארלירען 15 ביליאן דאללאר איז זיין מומחיות אין ביזנעס!)

אין 'חכמה' כבעל נסיון די אלע מומחים ווייס איך נישט ווער זיי זענען צו זענען זיי נישט איינזייטיג צו א געוויסע שיטה איין זאך ווייס איך אין יוראפ ווי דייטשלאנד בריסל פראנקרייך די אלע לענדער זענען בעלי נסיון ווי די ביטערע פאקט האט באוויזן זיי האבן געהאט אפענע טויערן און זיי האבן באצאלט טייער דערפאר

ה. דאס בלינדעהייט נאכגייען א פרעזידענט איז די סכנה פון פאשיזם. ער דארף אויפווייזען זיינס נישט די קעגענער. ער דארף אויפווייזען וואס ער וויל דא אויפטוהן, און פארוואס ס'גייט געלונגען. אז די לאנדס בירגער זענען גרייט צו זאגען 'איך פארלאז זיך אויף איהם', נאר צוליעב דעם אז ער איז דער פרעזידענט, נישט ווייל ער איז א מומחה אין דעם, הייסט זיך אפזאגען פון די אחריות פון פיהרען א לעבען אין א דעמאקראטיע.


די פאלק האט געזען ווי די לאנד פארט זיי האבן געזען אז דאס לאנד איז הפקר זענען זיי געגאנגען זוכן איינעם צו מאכן א שליח ער זאל פירן די לאנד איינער וואס וועט זיך זארגן פאר זייער זארג און דאס האבן זיי געטראפן אין דאנעלד טראמפ און דערפאר האבן זיי אים 'אויסגעוועלט' צו זיין דער שליח און זיי האבן פרייוויליג 'אויסגעוועלט' אז ער גייט זיין דער מאן אויף וועם מ'גייט זיך פארלאזן זיי זעהן אין אים א מענטש אויף וועם מ'קען זיך פארלאזן זיי האבן דאס געזען מיט אפענע אויגן זיי האבן געזען אז ער הערט וואס זיי זארגן וואס זיי ווייטאגט און ווי געזאגט די אפהאלט איז נישט נתחדש געווארן היינט די פאלק איז געווען איבערצייגט פון 'בעפאר' אז דאס דארף זיין דאס פאלק האט געזען וואס ער טוט זיך ערגעף אנדערש און זיי האבן זיך נישט געשפירט זיכער און דערפאר האבן זיי אריינגעוועילט א מענטש מיט וועם זיי שפירן זיך זיכערער

גלייבן יעדע ווארט פון די פארפירישע מידיע מיט זייער טאג טעגליכע אפענע ליגענט און פאלשע אינפאו און דירעקטע נייעס קלויבן און קאנטעלירן וואס יא און וואס נישט זיין פארגלייבט און לינקע ליבעראלע העצער און מוח וואשערס דעס איז א גרעסערע סכנה ווען מ'קוקט יעצט צוריק וואס אלס די מידיע האט באהאלטן אבאמאס שריט האבן זיי דען פאר איינעם געזאגט אז אבאמא האט געמאכט א בען אויף אומשולדיגע איראקע....... האבן זיי דען אונז אויסגעזאגט אז אבאמא האט זיך ארויפגעלייגט אויף די מוסולמענישע גלויבן דורך דעם וואס ער האט שווערער געמאכט פאר די זיבן לענדער אריין צו קומען......... ווערט אלס מער גוט אויפ'ן הארץ אז די גרעסטע פארעטרישע פעמילי עווער אין פאבליק דינסט די קלינטאנ'ס האבן פארלוירן זיי וואלטן אוועק געלייגט אמעריקא פאר גאאד
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

בקיצור, טראמפ איז גוט און גערעכט ווייל קלינטאן און אבאמא טויגען נישט.

זייער גלייך

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

ליטוואק צו דיין סעיף ד' טו איך גראדע איינשטימען
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

בקיצור, טראמפ איז גוט און גערעכט ווייל קלינטאן און אבאמא טויגען נישט.

זייער גלייך




בקיצור דאונט קאנפיוז מי, מיי מיינט עבאוט טראמפ האב איך שוין אפגעמאכט איבריג אינטערסירט מיר נישט

זייער גלייך
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

ליפא האט געשריבן:ליטוואק צו דיין סעיף ד' טו איך גראדע איינשטימען


דו האסט אריינגעטראכט איין מינוט צו אבאמא האט יא געהאט טעראריזים מומחים מיט וועם ער האט זיך דורך גערעדט און צו וועלגע מומחים בוש האט גערעדט וואס האט לויט די לינקע געווען די ארגסטע אין פארשטיין טעראריזעם
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

גאנצל האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:ליטוואק צו דיין סעיף ד' טו איך גראדע איינשטימען


דו האסט אריינגעטראכט איין מינוט צו אבאמא האט יא געהאט טעראריזים מומחים מיט וועם ער האט זיך דורך גערעדט און צו וועלגע מומחים בוש האט גערעדט וואס האט לויט די לינקע געווען די ארגסטע אין פארשטיין טעראריזעם

כ'בין נישט אזוי אויסגעקאכט. אבער דאס וואס טראמפ נעמט אזעלכע וואס זענען קיינמאל נישט געווען אין גאווערמענט טוט מיר זייער נישט געפעלן. איך האב געהאפט ער וועט זיך ארומנעמען מיט seasoned עקספיריענסט מענטשן, בוש און אבאמא האבן געהאט אזעלכע ארום זיך אפילו האסט נישט געמוזט אגריען האבן זיי אבער אלע געהאט א רעזומעי. טראמפ נעמט דעם רעקס טילערסאן פאר סעקרעטערי אף סטעיט מאכט מיר עפעס נישט קאנפידענט אז ער זוכט דאס בעסטע פארן לאנד, און זיין אינגן אידישן איידעם צו זיין א שלום מאכער אין מיטל מזרח, ביטע
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ער טוט ווי ער האט געסטראשעט. און ער האט דאך אלס געזאגט אז ער האט נישט קיין צוטרוי צו די עקספערטן. וואס דארף מען מער פון דעם?

אין מיין לעבן האב איך שטארק געליטן פון די פארשוינען וואס קומען מיט אזא צוגאנג, ועי' מש"כ אין די חינוך אפטיילונג
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט