בלאט 6 פון 8

נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 4:00 pm
דורך berlbalaguleh
קומזיץ האט געשריבן:וואס מיינט קוואליטי שוואכער?? זיי האבן די זעלבע גאלדען פלא מילך , די זעלבע אייער , טונא , די זעלבע snacks ,פעפער גאדס, און אלעס איז ביליגער , די פרוכט און גרינצייג איז יא שוואכע סחורה און די סערוויס איז חארא קענסט רעדן צום וואנט דארטן ,און זיי האבן נישט די גרעסטע אויסוואל פון אלעס ווייל מ'קויפט דארט ווי מ'האט א גיטע דיעל

קומזיץ: ביטע רעד קלארע דיבורים. ביי וועמען זענען די אלע גוטע זאכן וואס דו האסט דא אויסגערעכנט...?! ראזנער'ס בינגאו...?! ווען דו באקומסט פרישע סחורה פאר חצי בחינם האסטו סערוויס אין די ערד. וואסי...? מ'קען זיך נישט נעמען אליינס?!. איך דארף נישט אז די מעקסיקאנער שיקסע מיט איהר ארענדזשע יוניפארם זאלל שמייכלען צו מיר און איך זאלל באצאלן כפל. און ארבעה וחמישה...!

נשלח: מיטוואך מערץ 15, 2017 12:10 pm
דורך אישתישבי
ער רעדט וועגן ראזנערס.

בינגא האט בעסערע קוואליטעט פרוכט און וועגעס.

נשלח: מיטוואך מערץ 15, 2017 6:11 pm
דורך קומזיץ
אישתישבי האט געשריבן:ער רעדט וועגן ראזנערס.

בינגא האט בעסערע קוואליטעט פרוכט און וועגעס.

יא איך האב גערעדט פון ראזנערס , און בנוגע די פרוכט און ירקות , וואס איך האב געזעהן ביי בינגא איז די זעלבע קוואליטי ווי ראזנערס אדער ווי דעיע וואס די פרוכט סטאר'ס לייגן אונדרויסן ווייל ס'איז שוואכע סחורה

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2017 11:39 pm
דורך איש את רעהו
11.50 פאר א פונט מצה
1150.jpg
1150.jpg (16.24 KiB) געזען געווארן 1970 מאל

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2017 11:40 pm
דורך ליפא
מסתם נישט ווערד מער

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2017 11:47 pm
דורך קורקלענד
ס'איז א בעיט אייטעם. מענטשן וועלן קומען פאר די מצות און דערנאך נעמען דארט די גאנצע פסח ארדער. לאו דוקא פאר א גוטע פרייז.

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2017 11:49 pm
דורך איש את רעהו
ליפא האט געשריבן:מסתם נישט ווערד מער


אז די עולם וועט זיך צוגעוויינען צו מצות פאר דעם פרייז
וועט מען זיך נישט דערזען אין א קורצע תקופה צאלענדיג איבער $30 פער פונט.

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2017 11:55 pm
דורך ליפא
כולל גראסערי האט שוין יארן מצות פאר די פרייזן, זיי האבן מצות אנגעהויבן פון 8.99 א פונט. גארנישט טוישט זיך נישט יעצט מיט בינגא

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2017 11:59 pm
דורך איש את רעהו
ליפא האט געשריבן:כולל גראסערי האט שוין יארן מצות פאר די פרייזן

כולל גראסערי איז שוין יארן אפען
און האט דערווייל נאכנישט באקומען 5 בלעטער אין ק"ש

נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2017 12:03 am
דורך קורקלענד
ק/פ
א שאד בינגאו פארקויפט נישט קיין דירות.

נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2017 12:05 am
דורך איש את רעהו
געב עס צייט...

נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2017 1:29 am
דורך אישתישבי
ליפא האט געשריבן:כולל גראסערי האט שוין יארן מצות פאר די פרייזן, זיי האבן מצות אנגעהויבן פון 8.99 א פונט. גארנישט טוישט זיך נישט יעצט מיט בינגא


נישט מיט א היימישער הכשר.

נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2017 3:25 am
דורך berlbalaguleh
קורקלענד האט געשריבן:ק/פ
א שאד בינגאו פארקויפט נישט קיין דירות.

קיין דירות פארקויפן זיי טאקע נישט. אבער אנדערע זאכן ווי סי.עף.על. עלעקטריק באלבס פארקויפן זיי יא. און זיי זענען א סאך טייערער ווי האום דיפאו אדער לאו'ס...!

נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2017 7:30 am
דורך אישתישבי
למשל?

נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2017 7:49 am
דורך איש את רעהו
אישתישבי האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:כולל גראסערי האט שוין יארן מצות פאר די פרייזן, זיי האבן מצות אנגעהויבן פון 8.99 א פונט. גארנישט טוישט זיך נישט יעצט מיט בינגא

נישט מיט א היימישער הכשר.


וויפיל קאסט יענע אריגינעל

נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2017 8:25 am
דורך איש את רעהו
ליפא האט געשריבן:כולל גראסערי האט שוין יארן

גארנישט טוישט זיך נישט יעצט מיט בינגא


בינגא האט חידושים
פארקינג
parking.png



צווייטענס האבן זיי א פאוערפול מעסעדזש, אינזער קויפן פאר -נאנט צו א האלב מיליאן חרדים- אסאך ברענגט אייך פראפיט, כולל זיצט שוין יארן אויף זייער פלאץ און גייט נישט ארויס ווייטער

בלויז '59' $$$$

נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2017 10:08 pm
דורך איש את רעהו
איז די פרייז פאר פלעסטיק געשיר גענוג צו האלטן אויף ביז ווינטער תשע"ח

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2017 12:23 am
דורך שמעון וואלף
.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 1:24 am
דורך קאווע טרינקער
כ'הער זיי נעמען "שיימעס" פאר משוגע ביליג, ס'אמת?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 1:30 am
דורך אישתישבי
ניין

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 1:30 am
דורך אישתישבי
מצות זענען אלע שוין צוכאפט געווארען

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 1:33 am
דורך [NAMELESS]
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'הער זיי נעמען "שיימעס" פאר משוגע ביליג, ס'אמת?

די ביליגסטע איז אינעם באלעמער אין שול

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2017 1:37 am
דורך קאווע טרינקער
פונקט זאגט מיר די קמחא דפסחא גבאי אז היי יאר טיילט מען ווייניגער פון פאראיאר, צוליב וואס "בינגאו" האט זיי געהאלפן שפארן וועכענטליך שווערע געלטער, און פון די געלט קען מען שיין פסח'ן.