בלאט 6 פון 7
נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 7:25 pm
דורך [NAMELESS]
די חידוש'דיגע מפורסמ'דיגע שבת קרבתנו ווי אסאך סאטמערע געדעמידשטע קומען זיך דארט היילען, דוכט זיך איז אויך א בעלזא פראדוקט
נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 7:28 pm
דורך איך אויך
כ'ווייס נישט אויב עס איז מלכתחילה א בעלזער פראדוקט. אבער ווען ער האט כרגיל באקומען שטארקע פרעשור פון די נאובאדיס האט בעלזער רב עם שטארק מחזק געווען בעצה ובמעש.
טרעוולינג חסידים איז אויך א בעלזער יונגערמאן.
נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 7:33 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
טרעוועלינג חסידים איז א בעלזער אזוי ווי איך בין. יא, יעצט טראגען זיי בעלזער קליידער, פראביר רעדען מיט די צוויי ברידער דארט א ווארט אידיש.
נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 7:36 pm
דורך איש את רעהו
אסאך קירוב ארג. כדוגמת ליבאוויטש איז היינט דער מעודד דערפאר די בעלזע
פארוואס מעג איך נישט אמאל זוכה זיין צו א שטיקל קירוב פון די חסידי בעלזע
נאר אז מען גייט אין א אפגעגאלטע פנים און מען איז גענצליך א.ט.ד. נאר דעמאלטס איז מען זוכה ?
נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 7:39 pm
דורך איש את רעהו
איך אויך האט געשריבן:
טרעוולינג חסידים איז אויך א בעלזער יונגערמאן.
אלע 4 זענען בעלז ?
R' Aryeh Royde
Founder & Director
845-709-2879
aroyde@travelingchassidim.com
R' Eli Bineth
Coordinator
845-499-3465
elybineth@gmail.com
R' Eliezer Grossman
Rosh Hachevra
718-915-8349
eg@belz.org
R' Shimon Ostriecher
President
נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 7:42 pm
דורך [NAMELESS]
טעות
נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 8:53 pm
דורך סמבטיון
אלע פיר זענען בעלזע חסידים,
עמעזאן איך פארשטיי אז וואס סזאל נאר זיין אויב האט עס מיט בעלזא צו טוהן איז עס אפגעפרעגט, עם כל זה אלטס איינער וואס האט מיטגעהאלטן איין שבת ביי קרבתנו, וויל איך דיר אביסעל אויסבעסערן, מען רעד דא פון 400 קאפעלס פיינע חסידישע יונגעלייט, אין דעם איז ארייגערעכענט פון אלע חסידותער צוגלייך, גראדע האט בעלזע געהאט דארט א שוואכע עולם , אבער צו זאגן אזא ברייטע סטעיטמענט אז סעגעמאכט פאר א פאר געדעמעדזשטע סאטמערע, איז זייער ווייט פון אמת,
און צו איש את רעהו, א קליינע באמערקונג, איך ווייס נישט ווי ווייט די ביזט באקאנט מיט די פאקטן פון די אשכול וואס דו האסט געפענט איבער די רייזמאן פרוי וואס כלל ישראל האט געשאפט פאר איר די האלבע מיליאן דאלער, אויב האסטו געהערט זיין אינטערוויא פון דעם יונגערמאן, האט ער פארציילט ווי אין ארץ ישראל האבן איהם צוויי בעלזע עסקנים באגלייט אויף טריט אין שריט און זיי(מאטי פריעד פון עזרה ומרפא מיט דעם באקאנטן עסקן מיילך פירער) האבן צאםגעשלעפט די גרעסטע דוקטורים אין ארץ ישראל צו אויפקומען מיט א פלאן וויאזוי מקען ראטעווען איר לעבן, סא אלטס א ענפער צו דיין שאלה צו מען דארף האבן א אפגעגאלטן בארד צו קענען נהנה זיין פון בעלזא, דא האסטו דיין תשובה,
נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 8:59 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
בעלזער חסידים מיינט זיי האבען געלערנט אין בעלזער אנשטאלטען, זיי שטאמען פון א בעלזער חינוך, זיי פארשטייען די בעלזער היסטאריא און קולטור? ווייל ווען יא, ווייס איך נישט וואס די רייזעדיגע חסידים האבען מיט בעלז. ניטאמאל אידיש רעדן
נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 9:00 pm
דורך [NAMELESS]
@סמבטיון האסט מיר נישט גוט פארשטאנען.
איך האב געמיינט צו זאגן אז בעלז פאררעכט וואס סאטמר מאכט קאליע...
איך בין א חסיד פון קרבתנו
נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 9:10 pm
דורך איש את רעהו
סמבטיון האט געשריבן:צו איש את רעהו, א קליינע באמערקונג, איך ווייס נישט ווי ווייט די ביזט באקאנט מיט די פאקטן פון די אשכול וואס דו האסט געפענט איבער די רייזמאן פרוי וואס כלל ישראל האט געשאפט פאר איר די האלבע מיליאן דאלער, אויב האסטו געהערט זיין אינטערוויא פון דעם יונגערמאן, האט ער פארציילט ווי אין ארץ ישראל האבן איהם צוויי בעלזע עסקנים באגלייט אויף טריט אין שריט און זיי(מאטי פריעד פון עזרה ומרפא מיט דעם באקאנטן עסקן מיילך פירער) האבן צאםגעשלעפט די גרעסטע דוקטורים אין ארץ ישראל צו אויפקומען מיט א פלאן וויאזוי מקען ראטעווען איר לעבן
וואויל צו זיי, וואויל איז זייער חלק פארן ראטעווען א אידישע פרוי.
מיר איז שוין אויך אויסגעקומען עטליכע מאל נהנה צו זיין פון גיטע מקוואות ובתי קאווע וואס בעלזע אינגעלייט האבן צוגעשטעלט,
א בחור'ל מיט וועם איך האב א שטיק צייט מטפל געווען איז אסאך געהאלפן געווארן דורך א בעלזע געלערנטער, עס האט מיר דעמאלטס אסאך פארגרינגערט.
עס איז נאר א שאד אז ווען עס קומט אויס אמאל דא א שמועס און איך רעד ווי א בעלזער יושב אינדערהיים, און די היינטיגע בעלזע רעדן ווי די בעלזע מתקדמים באקום איך עפעס זייער אנטי-קירוב אויפנאמעס.
נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 9:13 pm
דורך סמבטיון
ליטוואק , סעאיז ממש עמעיזינג וויפיהל שטותים דו קענסט צאם רעדן אין איין שאס מיט אזא סעלפ קאנפעדענס,
איז אזוי, אליעזר גראסמאן איז דורךגעווייקטע חסידישע יוד וואס איז אלע יארן געוווען א מלמד אין קראסנע און אין זיין פרייע צייט האט ער זיך אפגעגעבן מיט נויטבארדערפיגע מענטשן, ער דינט צימאל אלטס א טשעירמאן ביי דינערס אדג, גאר א ציגעלאזענע מענטש.
אלי בינעטה איז א זון פון משה שמעון בינעטה די בעלזע דיין אין מאנסי, גאר א בעטאמטע געשמאקע הארציגע באליבטע יונגערמאן,
רויד איז אויך א חסידישע יונגערמאן מיט אלע פרושים, ער קומט פון א בעלזע משפחה אין מאנטשעסטער,
אלע פון זיי רעדן א בעסערן יודיש ווי דו, סא טו מיר א טובה , ווען דו ווייסט וואס דו רעדסט קענסטו פירקלן ביז ווען דו ווערסט הייזעריג, אבער ווען דו האסט נישט דעם מינדעסטן השגה איבער די יונגעלייט, פארמאכט אייער מויל.
נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 9:22 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איינער פון זיי, קען איך זאגען 100% אז ער קען נישט קיין אידיש. און זיין ברודער, וואס קען אויך נישט, פלעגט מיט רייזען
נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 9:26 pm
דורך איך אויך
מיין באבעס קאץ קען אויך נישט פוליש, אבער וואסערע שייכות האט עס אהער?
נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 9:36 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אז ער איז גאר א שוואכער חניך בעלזא.
נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 10:07 pm
דורך איש את רעהו
די פארדאמונג אשכול ביי די לאנדאנע באזיך איז אפגעשפארט,
אין צייטונגען האב'ך אויך נישט געזען ערגעצווי באריכטעט איבערדעם
דא האב איך געפינען ערגעצווי באריכטעט וועגן די באזיך און פארדאמונגען אין לאנדאן
PAGE ל"א
https://drive.google.com/open?id=0B3ueQ ... dCWklzUUc4
נשלח: זונטאג מאי 28, 2017 11:17 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
א צודרייטע אשכול. מ׳טענעט זיך דא אויף ספעציפישע יונגערלייט צו זיי רעדן יודיש צו נישט??? וואט די העק!!! שוין נישט דא וואס צו רעדן???
Re: בעלזער רב שליט"א - פארדאמונג, אויפבלי, קאנאניזאציע
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 12:46 pm
דורך יעלה ויבא
יא יא

lead, follow, or get out of the way!
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 12:57 pm
דורך איש חזון
עס איז אלטע נייעס, אז די משכילים ימ"ש, נישט גענוג זיי זענען אליינס משכילים, האבן זיי נאך חתונה צו משכילות. היל''ת שייגעץ ארויס פעסער אהבה טרערן.
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 8:31 pm
דורך איש את רעהו
Re: בעלזער רב שליט"א - פארדאמונג, אויפבלי, קאנאניזאציע
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 9:21 pm
דורך נעגעל וואסער
קוקט אויס אינטערעסאנט! שאף מיר א פי. די. עף. פון די גאנצע מעשה. פליז.
מתנה ביי שמחת בעלז
נשלח: דאנערשטאג יוני 29, 2017 8:26 pm
דורך איש את רעהו
נשלח: דאנערשטאג יוני 29, 2017 8:51 pm
דורך איך אויך
דער ס''ח ווייסט גאנץ גוט אז ''לא הופץ באלפי עותקים בחתונה'' ואפילו לא בעותק אחד אבער כדי ווייטער צו באמסיטיגן ק''ש איז עפעס א מזרוחניק אויך א מקור.
נשלח: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:04 pm
דורך סמבטיון
איך האב עס געזעהן די ערשטע מאל און די לעצטע מאל דא אויף ק"ש