בלאט 6 פון 11

נשלח: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 11:04 pm
דורך איש את רעהו
ווען מען האט ווען א צד ספק או ספק ספיקא צו די קאב און ראסס קאמפעני וועלן אריינמישן א דבר הממית רח"ל,
וואלט מען זיי אויך געלאזט בעתיד האבן די פילע קאנטראל אהן א יכולת פון זיי נאכגיין וואס זיי טוען.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 1:29 am
דורך [NAMELESS]
איש את רעהו האט געשריבן:ווען מען האט ווען א צד ספק או ספק ספיקא צו די קאב און ראסס קאמפעני וועלן אריינמישן א דבר הממית רח"ל,
וואלט מען זיי אויך געלאזט בעתיד האבן די פילע קאנטראל אהן א יכולת פון זיי נאכגיין וואס זיי טוען.

חמירא סכנתא מאסירא :lol:

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 5:20 am
דורך אישתישבי
פארוואס מאכט נישט איינער אויף א שחיטה פין ווייט ראק עופות פאר מחמירים? פארוואס מוז מען קריכען ביז בראקעל וואס האט פראבלעמען?

עס פארגייט דער אפעטיט פון עסען די עופות, דער חשש עוף טמא און דער חשש טריפות.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 1:01 pm
דורך גאנצל
פשטות ווייל קיינער האט ניט אינוועסטירט געלט דערין

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 1:15 pm
דורך [NAMELESS]
שווער צו גלייבן אז איינער וועט נאך אינוועסטירן, אין ארץ ישראל קוקט אויס האבן זיי גערעכנט אז צוביסלעך וועט מען אלעס (עכ"פ פון עדה החרדית) טוישן אויף בראקל, אויף אזא אופן וואלט זיך געלוינט די אינוועסטמענט, אבער ס'בלייבט נאר ביי די מחמירים אין בני ברק, איז שווער צו גלייבן אז די אינוועסטמענט וועט זיך לוינען, און נאר די וואס מיינען עס אמת'דיג וועלן באצאלן די טייערע פרייזן, אבער "הגאון הגדול" יחזקאל קפלן וחבריו, וועלן מוזן אויפהערן צו עסן טשיקען.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 1:49 pm
דורך newkave
איש את רעהו האט געשריבן:די רב אין תוניס:

מכתב שנשלח לרבה של תוניס הרב חיים ביתאן, על ידי הרב הגאון רבי שלמה הירש מ'העדה החרדית', שביקש להתייעץ איתו על סוגיית 'עוף הברקאל' שעלה לסדר היום ומסעיר את הציבור החרדי.

הרב שלמה יהודה הירש הוא פוסק של העדה החרדית וראש כולל של חסידות סאטמר (מהפלג רבי זלמן לייב) בירושלים ויושב ראש ועד השחיטה של העדה החרדית.

רבה של תוניס הרב חיים ביתאן השיב לו בתשובה: "כי השם "הבראקל" לא מוכר להם, וכי זן העופות מוכר בשם "מערבי", אולם על פי התמונות שקיבלו "העוף אכן מוכר", ואנו שוחטים אותו ואוכלים אותו מימים קדמוניות בעצת רבותינו", הוא כותב במכתב לשאלתו.

עוד הוא מוסיף ומציין כי "עד לפני 50 שנה לא אכלו שם עוף אחר ורק בשנים האחרונות החלו לשחוט עוד סוגי עופות, וכי העוף המדובר הוא כשר למהדרין".

כזכור בשבועות האחרונים מתרחשת סערה סביב כשרות אכילת העופות בעולם היהודי. קבוצה מבני ברק בשם ״חזון איש״ החלו להפיץ את עוף הבראקל אותו אכלו כהידור, אלא שרוב הרבנים והחסידויות הגדולות בישראל יצאו נגד שיווקו.

רבה של בני ברק הרב לנדאו אסר את אכילתו כך גם הגאון הרב ר' משה שטרנבוך, גם האדמו"ר מסאטמר הורה שלא להכניס את העופות למשחטות ששייכים לחסידות. אתמול פסק הרב מאזוז כי אין כל חשש לאכול את העוף.


ס'איז אמת ויציב. כ'האב יעצט געגעסן בראקל,
און גראדע טעיסט עס גוט. א נקמה אין די ציונים

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 2:09 pm
דורך diff
גראדע טעיסט עס גוט. א נקמה אין די ציונים
בילד

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 3:09 pm
דורך איש את רעהו
אישתישבי האט געשריבן:פארוואס מאכט נישט איינער אויף א שחיטה פין ווייט ראק עופות פאר מחמירים? פארוואס מוז מען קריכען ביז בראקעל וואס האט פראבלעמען?

עס פארגייט דער אפעטיט פון עסען די עופות, דער חשש עוף טמא און דער חשש טריפות.


ביסט גערעכט מען דארף טאקע אזוי טון, און מען ארבעט עס צו ברענגן פארן ציבור המחמירים, עס איז דערווייל דא אזעלכע וואס לייגן שטיינער אין וועג, פארוואס איז נישט באקאנט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 3:23 pm
דורך [NAMELESS]
איש את רעהו האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:פארוואס מאכט נישט איינער אויף א שחיטה פין ווייט ראק עופות פאר מחמירים? פארוואס מוז מען קריכען ביז בראקעל וואס האט פראבלעמען?

עס פארגייט דער אפעטיט פון עסען די עופות, דער חשש עוף טמא און דער חשש טריפות.


ביסט גערעכט מען דארף טאקע אזוי טון, און מען ארבעט עס צו ברענגן פארן ציבור המחמירים, עס איז דערווייל דא אזעלכע וואס לייגן שטיינער אין וועג, פארוואס איז נישט באקאנט.


איך מיין אז די פראבלעם ביי די אלע זאכן איז, אז די "מחמירים" קומען מיט א גרויסע ווינט, אז די אלטע ביז אהער איז געפערליך!!!! רחמנא ליצלן!!! נאר אזוי קלערן זיי אז די "חומרא" וועט זיך איינגעבן, ממילא וועלן זיין פילע אנדערע וועלכע זענען נישט מסכים, און וועלן צוריק קעמפן אז די חומרא איז נישט קיין חומרא, נאר ס'איז גאר פארקערט. עיין ערך אריזאנע ווייץ, שחיטה מונחת, צומת הגידין וכו' וכו'.

און אזוי איז דא אויך געשעהן, קוק נאר אויף די צעטלעך וועלכע זענען געהאנגען אין ארץ ישראל מיט בילדער פון מייז, מיט די לאנגע פיוט "להתענג בחתולים ....", איז דאס א חומרא???? קוקט נישט אזוי אויס, נאר אין א נוסח פון א נעגאטיווע פאליטישע געפעכט, דערפאר וועלן זיי גענוג וועלכע וועלן טוהן כל מה שבידם צוריק צו קעמפן.

צו זיי זענען גערעכט? דאס האב איך נישט געזאגט, אבער שולדיג אין דעם זענען די מחמירים, וועלכע ברענגן ארויף די צארן פון די אלגעמיינע ציבור, און נאכדעם איז מען שוין גרייט צו הערן אז פונקט פארקערט!!! די חומרא איז גאר א קולא!!!! וכו' וכו'.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 3:30 pm
דורך גאנצל
א שטארקע פוינט

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 3:50 pm
דורך איש את רעהו
פורים קטן האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:פארוואס מאכט נישט איינער אויף א שחיטה פין ווייט ראק עופות פאר מחמירים? פארוואס מוז מען קריכען ביז בראקעל וואס האט פראבלעמען?

עס פארגייט דער אפעטיט פון עסען די עופות, דער חשש עוף טמא און דער חשש טריפות.


ביסט גערעכט מען דארף טאקע אזוי טון, און מען ארבעט עס צו ברענגן פארן ציבור המחמירים, עס איז דערווייל דא אזעלכע וואס לייגן שטיינער אין וועג, פארוואס איז נישט באקאנט.


איך מיין אז די פראבלעם ביי די אלע זאכן איז, אז די "מחמירים" קומען מיט א גרויסע ווינט, אז די אלטע ביז אהער איז געפערליך!!!! רחמנא ליצלן!!! נאר אזוי קלערן זיי אז די "חומרא" וועט זיך איינגעבן,




די בעל שבט הלוי איז נישט געגאנגען מיט א ווינט בכלל, עס איז שוין עטליכע יאר אנגעגאנגען די הכנה לתקן בקול נמוך אהן א רעש,
די רעש יעצט איז געקומען פון א אנדערע ריכטונג, [@גאנצל איז נישט ניחא מיט דעם, וועט מען עס א אנדערע מאל דיסקוסירן פון וועלכע ריכטונג מען האט געמאכט א רעש]

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 4:51 pm
דורך diff
ווי קומט שבט הלוי צו דע עדה

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 5:05 pm
דורך איש את רעהו
diff האט געשריבן:ווי קומט שבט הלוי צו דע עדה

העד קומ צי שלוי

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 5:25 pm
דורך berlbalaguleh
איש את רעהו: ניין. דו וועסט נישט אפקומען מיט ליצנות. מיט חוזק מאכן פון יענעם. זאג קלאר ארויס וואס דו ווילסט זאגן...אנישט גייסטו אויף די נערוון...(נישט אויף מיינע..)

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 5:40 pm
דורך איש את רעהו
berlbalaguleh האט געשריבן:איש את רעהו: ניין. דו וועסט נישט אפקומען מיט ליצנות. מיט חוזק מאכן


אז ער שרייבט אומקלארע האלבע רייד קומט נישט בעסער צו ענטפערן

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 6:45 pm
דורך אישתישבי
וואס איז פשט אז די מתקנים ווילען דער בראקעל? וואס איז דער מעלה מיט דער עוף אפילו אויב עס איז כשר? די פלייש איז נישט ספעציעל, עס וואקסט נישט שנעל, עס וואקסט נישט גרויס, איז וואס איז דער מעלה פין דער עוף דוקא? פארוואס האבן זיי נישט גענומען דער בארעד ראק, אדער דער ווייסע ראק וואס איז שטארק מצוי און וואקסט גאנץ שנעל און איז גוט אין טעם?

קען איינער דא פותר חלום זיין?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 6:46 pm
דורך diff
ווען משרייבט קלאר בלייבטר דאך מיט דע צונג אינדרוסן. אזוי קען ער כאטש אנחזרן

בארקלי שטופער מה הוא אומר. גם אני קוקוריקא

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 7:57 pm
דורך berlbalaguleh
רבותיי: ס'איז מיר איינגעפאללן א מורא'דיגע עצה. וואס האמיר זיך ארומ צו טענה'ן. לאמיר גיין פאר א שפאציר קיין פוירידיו פארמס. דער בעה"ב. נישט קיין גרויסער חכם. טענה'ט אז זיינע טשיקנס זענען די בעסטע. און זיי באקומען די נאטורליכסטע שפייז. לאמיר טאקע זעהן אויב ער האט בראקקאלי טשיקנס אדער נאר ווייסע הענער. און לאמיר הערן וואס ער האט צוזאגן. ווייל זיין טאטע (ע"ה) האט אויכעט געהאנדלט מיט טשיקנס. און מ'קען זאגן אז ער איז געבוירן און אויפגעוואקסן מיט די טשיקנס...ס'איז מיר נאר א פלא פארוואס די חב"ד'סקער חסידים זענען נאכנישט אנגעקומען צו איהם. און איהם צוגערעדט אז ער זאלל איינפיהרן כשר'ע שחיטה אין זיינע פלענטס און פארמס...!

או.קעי. די לעיקוואודער צדיקי הדור ווי הרב מתתי' סאלאמאן און הרב מלכיאל קאטלער שליט"א מוזן נישט עסן פון די שחיטה. זיי האבן דאך די זאליס...!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 9:40 pm
דורך איש את רעהו
א שטארקע תמיכה לתומכי הבראקל איז געקומען היינט פון א שמועס וואס א רב מ'תוניס האט געגעבן אויף סקופים
ער זאגט מען האט ביי זיי אלץ דאס געגעסן און ער וועט עס ווייטער שעכטן און ער ווייסט נישט וואס די מערערים ווילן.

הרב י"י פישער זצ"ל

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 10:01 pm
דורך איש את רעהו
אבן ישראל.jpg

נשלח: מיטוואך אוגוסט 30, 2017 10:06 pm
דורך תנחום
כלל ישראל איז געשפאנט וואס איז דעתו הברורה פונעם קאסאני-פארשעי׳ר אויפן גאר סענסיטיווע נושא פון "בראקל".

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 1:13 am
דורך berlbalaguleh
תנחום: ער האט נאכנישט ארויסגעזאעגט דעתו הקדושה איבער דעם ענין פון די בראקקאלי עופות. ווייל ער איז נאך ביזי מיט'ן פראבלעים פון גיוס בחורי הישיבות הקדושות. ער איז אין טעגליכע פארבינדונג מיט הרב שמואל אויערבאך שליט"א. ווען ער וועט פארטיג ווערן מיט דעם ערנסטן פראבלעם וועט ער זיך נעמען צו די בראקקאלי טשיקנס. אויב ס'וועט ח"ו נישט אונטערקומען א צווייטער נארישער פראבלעם וואס וועט האלטן כלל ישראל געשפאנט. אדער לכה"פ די ליינערס או שרייבערס אויף קאווע שטיבל...!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:26 am
דורך diff
בילד