נשלח: דינסטאג יולי 18, 2023 9:22 pm
איז דא רעקארדינגס פון הרב קוק?
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=11902
https://youtu.be/QKWLGFbOXCkגבר בין הגברים האט געשריבן:איז דא רעקארדינגס פון הרב קוק?
דאס האב איך שוין געזעןסקעפטיקער האט געשריבן:https://youtu.be/QKWLGFbOXCkגבר בין הגברים האט געשריבן:איז דא רעקארדינגס פון הרב קוק?
ר' בערל זעה דא צוגעצייכנט דברים מחוכמים וואס הרב ר' בערל שרייבט דא:berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: מיין מיינונג איבער דעם צדיק, ירא שמים און גאון הרב קוק זצ"ל איז, אז ער האט צומאל גערעדט שטותים און נארישקייטן. אבער זיין צידקות און גאונות קענמען נישט אוועקנעמען פון איהם...!
און אויך דא:berlbalaguleh האט געשריבן: נאר פאר אלעם. בעפאר איך לאז מיך אפילו אריין אין אן אינטעלעקטואלער דעבאטע איבער די רעלעוואנס און אנגעהעריגקייט פון ישו (יעזוס קריסטוס) צום אידישן פאלק, פאלג איך נאר נאך מיינע געפיהלן. א מענטש וואס אין זיין נאמען האט מען אויסגעהרג'עט מיליאנען אידן. און זיינע נאכפאלגערס האבן אויסגעדרוקט אן אורשפרונגליכע שנאה צו דעם אידישן פאלק. אריינגערעכנט , פאסיליטירן דעם האלאקאוסט און העלפן און שטיצן די נאצי'שע מערדערס אויף א יעדן שטאפל. און די שנאה גייט נאכאלץ אן. צו אזא אידעאלאגיע קען איך מיך בשום אופן נישט צו פאסן.
ווען די קאטוילישע טשוירטש אלס אן אינסטיטושן וועט אויסדרוקן אמת'ע חרטה אויף זייערע זינד און פארגיטיגן דאס אידישע פאלק פאר די אלע שאדנס וואס זייערע שטיצערס האבן אפגעטון. וועט מען ערשט קענען אנהייבן דעבאטירן אויב דאס קריסטענטום האט עפעס א שייכות אדער אנגעהעריגקייט צו אידן און אידנטום. ביז דאמאלס האבן זיי דעם סטאטוס פון איינפאכע און בייזוויליגע מאסן מערדערס...! וועלכע פארדינען א גאנצע און טאטאלע פארטיליגונג...!
די זעלבע איז ביי אסאך אידן וואס קוקן אן ציונות אלס די וואס זענען שולדיג אין טויזנטער, צענדליגער טויזנטער, הונדערטער טויזנטער אידן וואס זענען אפגעפארן און זיך אוועקגעקערט פון אונזער טאטן אין הימל, און זיי האלטן אז הרב קוק האט אויך געהאט א האנט אינדעם מיטן געבן א גושפנקא פאר די באוועגונג וכו', און וועגן דעם ווערן זיי אזוי ווילד ווען מ'רעדט פון עם, ווי דו שרייבסט "קען איך מיך נישט באפרייען פון די (נעגאטיווע) עמאציעס וכו'" והבן.berlbalaguleh האט געשריבן:מי אני: מיט דעם גאנצן רעספעקט פאר אינטעלעקטואלע מיינונגען און עסייס, קען איך מיך נישט באפרייען פון די (נעגאטיווע) עמאציעס וועלכע שווימען ארויף ביי מיר נאר מיט דערמאנען דעם נאמען קריסטנטום. איך בין אינגאנצן איבערגענומען פן די היסטארישע פאקטן וועלכע פארציילן איבער דעם אומגעהויערן שאדן וואס די קאטוילישע (און פראטעסטאנטישע) טשוירטש האט אנגעטון במשך פון 2,000 יאר צו מיין פאלק.
ס'איז פונקט אזוי ווי אז א איד וועלכער איז אן אפשטאמיגער פון האלאקאוסט איבערלעבער זאלל זיך נעמען (אויף סיי וואספארא שטאפל) לויבן די ווירדן און בענעפיטן פון די נאצישע אידעאלאגיע. און די וועלכע האבן עס אדורכגעפיהרט. ארויסהייבנדיג די גוטע זייט פון נאציזם. אזוי ווי אויפבויע די עקאנאציע און מיליטער פון דייטשלאנד.
נישטאגבר בין הגברים האט געשריבן:איז דא רעקארדינגס פון הרב קוק?
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן:ווי צום ביישפיל??אייניקעל האט געשריבן: איך וויל נאר צולייגן איין כלל (לדעתי) וועגן קודש קדשים הצדיק הראי"ה קוק זצ"ל, ווער עס האט נישט אדורכגעלערנט זיינע בריוון אין איגרות הראי"ה וואס האלט היינט שוין ביי 6 בענדער, פאנגט נישט אן צו באגרייפן דעם מענטש!
א גרויסן שכוחאייניקעל האט געשריבן:סוף טוב הכל טוב האט געשריבן:ווי צום ביישפיל??אייניקעל האט געשריבן: איך וויל נאר צולייגן איין כלל (לדעתי) וועגן קודש קדשים הצדיק הראי"ה קוק זצ"ל, ווער עס האט נישט אדורכגעלערנט זיינע בריוון אין איגרות הראי"ה וואס האלט היינט שוין ביי 6 בענדער, פאנגט נישט אן צו באגרייפן דעם מענטש!
הוא אשר דיברתי, מען קען נישט קענען א מענטש פון ליינען איין ביישפיל
וועסט באמת דארפן אסאך לערנען און ליינען זיינע בריוון כדי צו פארשטיין אז די אלע זאכן וואס מען האט אויף איהם פארקויפט זענען שקרים וכזבים
איין ביישפיל קען מען אלץ נעמען און פארענטפערן אז ער האט געמיינט דאס געמיינט יענטס, אבער ווען מען לערנט אסאך און מען הייבט אן צובאקומען א בילד ווער דער צדיק איז געווען און וואס ער האט געוואלט, גייט אוועק די SMOKE SCREEN און דער אמת שווימט ארויף צום אויבערפלאך מיט א שטוינענדע קלארקייט
אבער מיט דעם אלעם וועל איך צוצייכענען צוויי בריוון וואס וועט געבן אביסל ליכטיקייט
די בריוון האט הרב קוק זצ"ל געשריבן צום רידב"ז זיך צו פארענטפערן אויף די טענות וואס ער האט געהאט אויף איהם בענין היתר המכירה
https://www.daat.ac.il/daat/shmita/tshuvot/vikuah.htm
https://www.kosharot.co.il/index2.php?id=64780&lang=HEB
ועיין גם פה: https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=2555