בלאט 6 פון 9

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 11:47 am
דורך פריש וואסער
די בעסטע זייטל צו זעען אלע פרקים:
http://zira.online/watch/3084-כיפת-ברזל-kipat-barzel/season/1/episode/8

איך האב מיר געחלומט באנאכט ווי איך ברעך אריין אין די פיילס פון די ארויסגעבער, און איך זעה פרק 9. גור אריה ווערט דארט טאקע געשאסן און מען מאכט אים א לויה.
עס קומט נאך א גרעסערע שאק אין פרק 9. איך וויל אבער נישט זיין קיין ספוילער.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 5:28 pm
דורך קאוריג
אויערבאך האט געשריבן:יא דער עמרם איז א פינסטערער פארשוין , כציטער יעדע עפיזאד עקסטער פאר יעקב , עמרם איז נישט סתם אזוי גוט מיט אים . גור אריה ווייטער איז א ביטער רחמנות געווארן מאלעסטעד אלס קינד ,ער האט אונטערגעשטעלט די בענזין אלץ נקמה.


ער האט עס נישט אונטערגעשטעלט

דער רב האט אים געכאפט ווען ער האט געוואלט אונטערצינדן זיין צימער, און דער רב האט עס גענומען פון אים, שפעטער איז אים בייגעפאלן צו נוצן די בענזין ביים רב אין שאפע אלס א שטעקן אנקעגן אים

Re: נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 5:33 pm
דורך יהושע חיים
די חלק מיט די פעקל האב איך נישט פארשטאנען
וואס ליגט דארט?
ווער האט עהם משחט געווען?
ווער האט עס עהם געשיקט? אביגדור אדער שימי?
ווער קען אויסקלארן

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2017 5:45 pm
דורך קאצקע ציקער
מסתם איז עס דראגס וואס ער האט געדארפט באקימען פון אביגדור צו פארקויפן און מאכן געלט און אויב נישט האט ער עים געסטראשעט מיטן פארכאפן זיין גירלפרענד

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:05 am
דורך ראוונע
קאצקע ציקער האט געשריבן:מסתם איז עס דראגס וואס ער האט געדארפט באקימען פון אביגדור צו פארקויפן און מאכן געלט און אויב נישט האט ער עים געסטראשעט מיטן פארכאפן זיין גירלפרענד

סאיז דראגס
שפעטער ווען יעקב האלט אים פאר היתכן ער האט עס באהאלטען אין א צווייטענס זעקל רעדט ער עפעס וועגן סמים

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 5:17 pm
דורך סקרן
@טרויבן?????????????????

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 6:22 pm
דורך נעגעל וואסער
במקום שאין איש וכו'
דא איז פרק 9

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 06, 2017 11:30 pm
דורך ראוונע
נורא נוראות וואס קומט נישט אלץ פאר אין דעם פרק
עמרם
גור אריה
יעקב
תמר
אלישבע
אין שימי גאר

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 12:22 am
דורך אויערבאך
זייער עמאצינעל די גאנצע פרק , כהאב מיך נישט געראכטן אויף אזא טראגישע ענדע מיט גור אריה , אביסל האט מיך נערוועז געמאכט די אויסגעצויגענע דראמא מיט הרב מנשה .אויכעט איז נישט קלאר ווער שיסט למעשה גור אריה? .כהאף אז יעקב און עמרם גייען אונטערנעמען שריט קעגן דעם רב , עניוועיס נחום האט שוין שטאף די וואך.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 2:22 am
דורך קאצקע ציקער
וואס איז פשט פון דעם ווער שיסט גור אריה?
עקעלדיגע פרק

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 7:26 am
דורך אפטעמיסט
זעלבסמארד.

זייער עמאציענאל. נאכדערצו מיט די ווארעמע ניגון פון אביתר בנאי :(

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 7:59 am
דורך פריש וואסער
נישט קיין זעלבסמארד.
די צילשיסערס פון דרויסן האבן אים געשאסן, נאכן באקומען א באפעל פונים קאמאנדיר, וועלכער איז שוין געווען זייער אנגעצויגן איבער וואס גייט פאר אינווייניג. און נישט וויסנדיג אז גור-אריה האט שוין אראפגעלייגט זיין געווער, האבן זיי אים געשאסן.
אזוי האב איך געזען בחלומי הנזכר לעיל, וועלכער האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין ריכטיג.
פריש וואסער האט געשריבן:איך האב מיר געחלומט באנאכט ווי איך ברעך אריין אין די פיילס פון די ארויסגעבער, און איך זעה פרק 9. גור אריה ווערט דארט טאקע געשאסן און מען מאכט אים א לויה.
עס קומט נאך א גרעסערע שאק אין פרק 9. איך וויל אבער נישט זיין קיין ספוילער.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 8:01 am
דורך ראוונע
ווען קומט פאר די לויה פון גור אריה ע״ה

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 8:32 am
דורך פריש וואסער
קומענדיגע פרק, עס גייט דארט זיין לעבעדיג מיט רב מנשה.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 8:57 am
דורך אויערבאך
די רחמנות איז אויף יעקב און עמרם , זיי גייען זיך נעבעך ארומטראגן מיט שילד געפילן פאר די רעסט אף דעיר לייפס .

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 8:18 pm
דורך טראכט גוט
די בעסטע אקטיאר דיזע מאל איז יענקי. די פארלוירנקייט אויף זיין פנים ביים ארויסקומען פונעם אראבישן מגדל נאכן טראגעדיע. מען קען 'זען' אויף זיין פנים אז ער איז נישט דאהי... דערנאך ווי ער פלאצט אויס.

יענע פינסטערע פארנאכט דארטן אין לאגער, דער עולם לויפט ארום שיכור, שאטענעס און געשטאלטן...

ווייטער עמרם בלעים איך נישט, זינט ער איז א פארשוין מיט ווייניג געפילן בכלל, אבער אז ער האט זיך גענומען דאווענען און וויינען מיינט דאס אז די גילטי פיליניגס האבן אים פארט געכאפט. מען קען וויינען...

וואס איז די מעשה מיט שימי פארשטיי איך נישט? וואסערע געים שפילט ער אויף עמרם?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 8:25 pm
דורך טראכט גוט
פריש וואסער האט געשריבן:נישט קיין זעלבסמארד.
די צילשיסערס פון דרויסן האבן אים געשאסן, נאכן באקומען א באפעל פונים קאמאנדיר, וועלכער איז שוין געווען זייער אנגעצויגן איבער וואס גייט פאר אינווייניג. און נישט וויסנדיג אז גור-אריה האט שוין אראפגעלייגט זיין געווער, האבן זיי אים געשאסן.
אזוי האב איך געזען בחלומי הנזכר לעיל, וועלכער האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין ריכטיג.
פריש וואסער האט געשריבן:איך האב מיר געחלומט באנאכט ווי איך ברעך אריין אין די פיילס פון די ארויסגעבער, און איך זעה פרק 9. גור אריה ווערט דארט טאקע געשאסן און מען מאכט אים א לויה.
עס קומט נאך א גרעסערע שאק אין פרק 9. איך וויל אבער נישט זיין קיין ספוילער.

ווארשיינליך יא זעלבסטמארד.
ווען די שיסער קניידלען ווען אים אראפ וואלט די ווידיא עדיטער זיכער געצייגט די סעקונדע וואס זיי דרוקן אויפ'ן צינגל. ועוד, ער איז דאך געווען אין זייטיגע שטיבל, נישט דארט ווי זיי האבן פריער געצילט.
עוד יש לומר, אויב האבן זיי אים אליין אראפגענומען, דאן פארוואס האבן זיי אריינגעשטורעמט שאקירטערהייט?

Re: נייע טעלעוויזיע סעריע איבער חרדי'שע אידן: כיפת ברזל

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 10:10 pm
דורך נעגעל וואסער
איך מיש מיך נישט אין מחלוקת.. בכל מקרה איז עס טאקע נישט גענוג קלאר פונקטליך וואס איז דארט פארגעקומען. ונסתרים דרכי ה'.

ועל הכלל כולו יצא, אסאך פרטים זענען זייער פארנעפעלט. מ' דארף צו לאנג האלטן קאפ און פרובירן צו כאפן די המשך פונעם מעשה.

לאור דברינו אלה, קומט אויס אז דיזע מאווי איז אויס געהאלטן אפילו לפי @ליטוואק פון פעסט, ס'נישט סתם צייט פארברענגעניש, ס'שארפט אויס די קאפ אויך...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 10:55 pm
דורך אויערבאך
טראכט גוט האט געשריבן:די בעסטע אקטיאר דיזע מאל איז יענקי. די פארלוירנקייט אויף זיין פנים ביים ארויסקומען פונעם אראבישן מגדל נאכן טראגעדיע. מען קען 'זען' אויף זיין פנים אז ער איז נישט דאהי... דערנאך ווי ער פלאצט אויס.

יענע פינסטערע פארנאכט דארטן אין לאגער, דער עולם לויפט ארום שיכור, שאטענעס און געשטאלטן...

ווייטער עמרם בלעים איך נישט, זינט ער איז א פארשוין מיט ווייניג געפילן בכלל, אבער אז ער האט זיך גענומען דאווענען און וויינען מיינט דאס אז די גילטי פיליניגס האבן אים פארט געכאפט. מען קען וויינען...

וואס איז די מעשה מיט שימי פארשטיי איך נישט? וואסערע געים שפילט ער אויף עמרם?

זייער פשוט פרובירט צו מאנופעליטן עמרם זאל אנגיין מיטן מלחמה קעגן אביגדור , און ווי מזעהט געלונגט אים עס

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 10:56 pm
דורך אויערבאך
פריש וואסער האט געשריבן:נישט קיין זעלבסמארד.
די צילשיסערס פון דרויסן האבן אים געשאסן, נאכן באקומען א באפעל פונים קאמאנדיר, וועלכער איז שוין געווען זייער אנגעצויגן איבער וואס גייט פאר אינווייניג. און נישט וויסנדיג אז גור-אריה האט שוין אראפגעלייגט זיין געווער, האבן זיי אים געשאסן.
אזוי האב איך געזען בחלומי הנזכר לעיל, וועלכער האט זיך אויסגעשטעלט צו זיין ריכטיג.
פריש וואסער האט געשריבן:איך האב מיר געחלומט באנאכט ווי איך ברעך אריין אין די פיילס פון די ארויסגעבער, און איך זעה פרק 9. גור אריה ווערט דארט טאקע געשאסן און מען מאכט אים א לויה.
עס קומט נאך א גרעסערע שאק אין פרק 9. איך וויל אבער נישט זיין קיין ספוילער.

דו שלאפסט פיין

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 10:58 pm
דורך קאצקע ציקער
אלישבע לעבט?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 11:13 pm
דורך אפטעמיסט
ס'איז א פארגעניגן צו זען ווי דער עולם אייסערט זיך מיט'ן פילם ווי מיט א שטיקל תוספות. ס'דערמאנט מיר פון דרשו, נאר אן אפיסאט א וואך. זינטאג איז די בחינה אין הופער. הייבסט אן חזר'ן.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 11:23 pm
דורך טראכט גוט
די דריי חברים אין אנדערע צייטן...