בלאט 6 פון 8

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:23 am
דורך זר זהב
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס הייסט? די גאנצע 50 אלפים פון די חתונה גייט אין מיסט!

און טאקע אפשר דערפאר איז דא לעצטענס מער גיטין.. ווייל גאר אסאך מאכן חתונה אין די אלע תקנה זאלן, און ווען ס'מאכט זיך פראבלעמען ביים אינג קאפל טראכט מען אה נאר 10 אלפים האט דאס אפגעקאסט, נישט געפערליך... גיב א גט.. -- ס'צייט צו אסר'ן די תקנות
------
דער איין און איינציגסטער האט שוין דאס פריער ערווענט די נקודה טאקע.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:27 am
דורך אביגדור
זר,
יתוש קדמך...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:29 am
דורך זר זהב
אוי וואו ??? באמת כ'בין אנגעקומען דא פריער און געלייגט מיין קאממענט נאך'ן ליינען שמעקעדי'גס תגובה, און כאב ניטאמאל געליינט ווייטער , איים סארי!! אבער קוק אהער ווי טינק אלייק!

יעצט זעה איך עס, זייער טערעסאנט גלייב מיר. כ'גיי דיר געבן קרעדיט

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 12:56 pm
דורך מאראנצןזאפט
לעיקוואד האט געשריבן:וואס איז אזוי שלעכט אז סדא גיטין?


די זאך איז אביסל טיפער, צומאל גט מען זיך ווייל ס'איז נישט אויסצוהאלטן פון איר\אים אזש מ'מוז פשוט נעמען אזא אומווילנדע שריט ווי זיך גט'ן.
דאס אליין, אזא מענטש זאל זיין אזוי געשלאגן, אזוי ווייט אז ס'שווער צו וואוינען מיט אים\איר אונטער איין דאך בבחי' אין אדם דר וכו', איז א גרויסער ווייטאג, און אויף דעם איז די מזבח מוריד דמעות!

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 1:09 pm
דורך לעיקוואד
אלס תירוצים אהער אהין אמאל איז אזוי אמאל איז אזוי אפשר איז אזוי אפשר איז אזוי, א נארמאלער תשובה אויף מיין שאלה האב איך נאכנישט געהערט דא.

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 1:38 pm
דורך קינות גירושין
לענ"ד איז בעסער צו חתונה ווי שפעטער, צום ווייניגסטענס זאל שוין דער בחור האבן א סאורס אף אינקאם, דאס פארמיידט אסאך פראבלעמען.
און די קאפעל זאל אויסצאלן מער ווייניגער זייער חתונה (ס'איז א שיינע זאך אויב די עלטערן קענען אביסל ארויסהעלפן). פאר העווענס סעיק קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס אין די וועלט מ'דארף קויפן טייערע פוירניטשער פאר די 2 בעביס? עניוועיס, ס'איז א גזירה מן השמים ואין לך רשות להרהר אחריה).

Town 1 איז גערעכט, מ'זארגט זיך אזוי פאר די נסיונות, ס'איז א חומרא וואס איז אתי לידי קולא ,וד"ל 

זר זהב, איך וואלט דיר געבעטן זאלסט אראפנעמען דעם לייק פון מאראנצןזאפט פאר די חוצפה וואס ער האט אנצורופן גרושים "א קעיס",
ביותר מזה, איך קען פערזענליך בערך 200 היימישע גרושים, אלע פון זיי זענען געלונגענע יונגעלייט (די גרושים קומען זיך כסדר צוזאם...), סך הכל האבן זיי געהאט די שטארקייט, די self esteem און די confidence וואס אנדערע האבן נישט, און געטון וואס איז גוט פאר זיי, און זיך נישט גערעכנט מיט אזעלכע פאררוקטע און קראנקע מענטשן, מענטשן ווי דיר וואס לעבן נעבעך פאר די גאס, peer preasure.

מאראנצן: וועלכע גרוש וויל אפי' א מיידל , מ'דארף זיי מחנך זיין פון א', איך וויל נאר א גרושה מיט לייף עקספיריענס! און וואס הייסט ס'איז נישטא קיין געזעלשאפט? גלייב מיר ס'איז שוין איין מאל דא, איך האב שוין געשריבן וועגן דעם אויף א אנדערע פלאץ, ס'איז דא פיינע צוגעשטעלטע זאכן פאר סינגעלס (איך קען דיר אזויפיל זאגן, אז ווען חתונה געהאטע אינגעלייט הערן וואס אונז האבן אלס, גייען זיי אויס פאר קנאה...)

ס'איז אמת אז אמאל האבן עלטערן נישט געלאזט די קינדער אהיים קומען, איך ווייס נישט אויב דאס איז דווקא וועגן די געלט, ס'איז מער געווען אזוי די מיינד סעט, און נעבעך וויפיל קראנקע קינדער זענען ארויסגעקומען פון אזעלכע שטובער.
וואס איז שלעכט אז מ'גייט צו א טערעפיסט? וואס דען מיינט דער פסוק עשה לך רב? א רבי וואס האט אסאך לעלאס און ער קען פרעסן קוגל? וואס איז דען שענער ווי אז א מענטש גייט צו א פערזענליכע טערעפיסט וואס פארשטייט תורת נפשות און העלפט דיך שטייגן אין מידות? ס'איז לאו דוקא אז נאר ווען מ'האט פראבלעמען נאר דעמאלס זאל מען גיין פאר הילף, ועוד, רוב מאל וועלן זיי העלפן ביידע אייניג, פארוואס זאל ער זיך אננעמען פאר איינעם?

איך וועל מסיים זיין און נאכאמאל אראפ ברענגען מתוך חיבה, דברי חברי היקר לעיקוואד:

לעיקוואד האט געשריבן:
מאראנצןזאפט האט געשריבן:בקיצור, מיט אלל דא רעספעקט פאר קינות זיי זענען צווייטער קלאס בירגער ליידער.


זיי משים לב אז מיט יעדע מאל וואס דו חזר'סט איבער דער טענה, אפילו אז דו זאגט עס אזוי מיט א ווייטאג און אין א קאנטעקסט פון טענה'ן אז ס'נישט ריכטיג און וועלט איז נישט וועלט וכו', דינסטו נאר ווייטער ממשיך זיין דער נארישער סטיגמה וואס איז שולדיג פאר רוב פראבלעמען וואס גרושים האבן. אויב האלטסטו טאקע אז וועלט איז נישט וועלט און אז מיר מעגן אנהייבן קוקן אויף אלע מיני יוצאי דופן וואס זייער לייף סטארי איז נישט פונקט א קאט ענד פעיסט פון די סעריע קינדער ביכער "יענקי גייט שוין אין חדר", "יענקי האט שוין בר מצווה", "יענקי האט שוין חתונה", "יענקי מאכט שוין חתונה אייניקלאך", אזויווי יומען בייגס ווי ס'קומט זיך זיי, זאלסטו קיין איין מאל נישט דערמאנען די אלע נארישע סטיגמעס. וועסט זעהן ממש בדרך נס, אז אויב מיר וועלן אויפהערן זאגן, "טאקע ס'נישט ריכטיג, אבער אין די גאנצע גאס איז אזוי.." , און אזוי ממשיך זיין צו perpetuate די אלע נארישקייטן, וועט מען זיך מיטאמאל טרעפן אין מצב אז דער מיסטעריעזער "ר' גאס" וועט אויפהערן אזוי צו זאגן און אנקוקן, און ס'וועט זיין בעסער פאר יעדן איינעם.


 

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 2:03 pm
דורך זר זהב
קינות גירושין האט געשריבן:זר זהב, איך וואלט דיר געבעטן זאלסט אראפנעמען דעם לייק פון מעראנצעןזאפט פאר די חוצפה וואס ער האט אונצורופען גרושים ״א קעיס״

מאראנצאןזאפט האט עס נישט קאנדאונט, ער האט עס באוויינט

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 2:09 pm
דורך קינות גירושין
איינער דא אין שטיבעל האט דאס געשריבען איך מיין סאיז זייער פאסיג דא:

דאס איז דער מענטש וואס גייט מיט גרויסע אפענע אויגן אויפן גאס, גראסערי, שול,
באמערקט אלעס, זעהט אלעס, האט ארויס די היסטאריע נאטורן, מצבים, פון יעדן מענטש העובר תחת השבט
טאג און נאכט איז ער נאר ביזי מיט יענעם,
האט שרעקליך רחמנות אויף יעדן איינעם'ס צרות,
קייעט דורך אלע פריוואטע ענינים פון שכנים, זייערע משפחה היסטארי ביז 10 דורות, קינדער איידימער זיידעס באבעס,
ביים שבת טיש ווועט ער/זי שטענדיג רעדן ווער ס'האט זיך גע'גט, ווער ס'האט "באמישע" קינדער,
פארשטייט זיך יעדע דריטע ווארט איז "נעבעך",
"נעבעך" איז די מעדשיק ווארט וואס כשר'ט אלעס,
"נעבעך" אהער "נעבעך" אהין,
וואס מאכט "נעבעך" פרידמאנס דריטע טאכטער "נעבעך" זיי האבן געהאט "נעבעך" שווערע שלום בית "נעבעך"
איר שוואגערס פרנסה איז "נעבעך" נישט אזוי איי איי איי "נעבעך" מהאט "נעבעך" געמאכט א טיי אווענט "נעבעך"
יוי!!! "נעבעך" וויפיל אידישע צרות "נעבעך"
"נעבעך" "נעבעך" "נעבעך" "נעבעך" "נעבעך"
און ווען איינער פרעגט זיי הלמאי וואס גייט דיך אן וואס טוט זיך ביי יענעם'ס קישקעס,
קומט גראד א אויספלאץ, מיט די תנועה
"נעעעעעעבעעעעעך" "איך שוין זיי אזוי שטארק",
פארשטייסט ער איז גאר דער בעל רחמנות,

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 2:16 pm
דורך זר זהב
איך וואלט פארגעשלאגן א גאר ראדיקאל אויסזעהענד טויש אין די גאנצע חתונה נאכט סיסטעם. וויזוי האט מען חתונה געהאט אינדערהיים? אדער אפילו דא אין אמעריקע גלייך ווען מ'איז אהערגעקומען. איך וואלט מסכים געווען צו זיין דער ערשטער חתונה צו מאכן אין א קליינעם ביהמ"ד! מיט נישט מער ווי 20 געסט! געפילטע פיש וואס מ'האט געקאכט אינדערהיים! מיט אביסל פלייש טשיקן היימישע, און א טעיפ רעקארדער צוגעטשעפעט צו א ספיקער פאר די מוזיק. וואס וואלט געפעלט פון אזא קאפל נאך די חתונה?!?! די חתונה נאכט וואלט אפגעקאסט 500 דאללער און יעדער קען זיין העפי.. איך וואלט עס געטון אבער ווי טרעפט מען א מחותן וואס איז אויך ווי מיר?

זאל איינער אויסרעכענען וויפיל א מחותן האט געצאלט חתונה צו מאכן א קינד 100 יאר צוריק, לייג צו אינפלאציע און כ'ווייס וואס נאך. ס'וועט נישט אויסקומען מער ווי 500 דאלער כ'גלייב. אבער היינט איז א וועלט פון חבירים און פרענדס און שפילן פאר די גאס און 'יעדער' טוט אזוי, דארף מען ספענדן 15000 אין איין נאכט און נאך טאנצן כאילו מ'איז פרייליך, און צוקוקן וויזוי די קרובים טעקסטן א גאנצן סעודה איבער זייערע איבערגעפילטע טעלערס וואס גייט אקארשט אריין פילערהייט אין גארבעדזש.

א פאריקטע וועלט. יעדער איז משוגע, קיינער קען זיך נישט ארויסדרייען און זאגן ער איז נארמאל, ער איז נישט! והא ראיה ער ספענט געלט וואס ער האט נישט ווען ס'פעלט נישט אויס. מ'דארף מאכן א וועד וואו מ'זאל זיך קענען איינשרייבן מענטשן וואס זענען מסכים חתונה צומאכן די קינדער אין 500 בעדפארד שול אדער אין טענקע שול אד"ג, נאכדעם זאלן שדכנים אנהויבן ארבעטן ארום די משפחות.

איי העוו עי דריעם

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 2:25 pm
דורך זר זהב
קינות, דאס האט 'גאלד' ערגעץ געשריבן

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 2:52 pm
דורך קינות גירושין
זר איך בין מסכם!
Can i propose?
קען מען דא שליסען א קישור חיתון? איך האב א הערליך קלוג מיידעל פון 7 יאר, זייט איך האב לעצט געטשעקט איז עס בידי איר צו מאכען פאר א כלה, געב נאך איין שלעפ דעם בענדעל, און זי איז דיין שנור! (פארשטייט זיך אויב די האסט א בחור)
דאס גייט זיין די ערשטע ״קאאוע שטיבעל״ שידוך!!!!!!
 

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 3:08 pm
דורך קאווע טרינקער
מזל טוב.
קינות'ל ס'איז נישט קיין צוזאמענשטעל. זר'ל בחור'ל האט אן אויסלאנדישער רבי, א זאך וואס דיין טאכטער האט נישט געהערט אינדערהיים. ווער ווייסט וואסערע מלחמה ס'קען נאך אויסקלאפען. ועוד, זר'ל האט אויך א מיידלעלע.. כידוע. זי קען שיין מאהלען.
זר'ל ברענג א לינק צו די 6000 סומאטוכע והמסתעף..
@ זר'ל דיין פלאן איז נישט מוצא חן בעיני, ווייל אויב א חתונה קאסט גארנישט וועט מען נישט טראכטען צוויי מאל פארדעם אדער נאכדעם.
א חתונה דארף זיין א major event כולי האי ואולי וועט מען טראכטען און איבערטראכטען פאר מטוט אזא שריט.

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 3:10 pm
דורך זר זהב
איז געווען מער גיטין אין יענע צייטן?

אויב ס'ארבעט זיך אויס גט מען זיך נישט, און אויב נישט טאר נישט א 'מעידזשער איווענט' צוריקהאלטן א גט. האטס גוט ארויסגעברענגט נאך א שלעכטע תוצאה פונעם היינטיגן 'גוט (גוט רשעעות'דיג) אויסגערעכעטן' סיסטעם.

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 3:26 pm
דורך קאווע טרינקער
אמאל, לויט די עדות פון גדולי ישראל, איז געווען 80 פראצענט גיטין ווייניגער..... בפרט אין די שטעטעלאך וואס האבן געהאט שוואכע אינטערנעטסערוויס.

וואסי נפק''מ וואסי געווען אמאל?
סך הכל זאג איך אז אויב שידוך שליסען און חתונה האבן וועט זיין אזוי גרינג און שנעל ווי צו טרעפן א חברותא פאר א אלול זמן.. וועלען זיך דרייען אין די גאסען שתוקי און אסופו 'ס אין די מאסען

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 3:27 pm
דורך זר זהב
אויב א שידוך טאן וועט צוגיין אזוי ווי אמאל וועט אויך זיין ווייניגער גיטין לכאורה. וויזוי איז עס געווען אמאל? גאר אסאך יארן צוריק איז דאך געווען א חמשה עשר באב

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 4:12 pm
דורך מאראנצןזאפט
אלס והייתם נקיים וויל איך מודיע זיין פאר אלע וואס האבן זיך געשפורט געטראפן פון מיין תגובה ובראש וראשון ידידי האהוב אביר הלב, חן הוצק על לשונו, הרב קינות: אז איך בין בטבע א רך הלבב און איך האב געשריבן מיין תגובה מיט טרערן אין די אויגן.

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 4:15 pm
דורך מאראנצןזאפט
לעיקוואד האט געשריבן:וואס איז אזוי שלעכט אז סדא גיטין?


איך וועל פרובירן נאך איין מאל.
אפשר ווייל דער וואס גט זיך קומט אויס אויטאמאטיש אז ער בלייבט אן א פרוי?

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 4:16 pm
דורך קאווע טרינקער
פאר א קורצע תקופה (נאך ווייניגער ווי פון די 13 ביז די 20) בלבד, און נאכדעם האט ער שוין א (בעסערע) פרוי.

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 4:37 pm
דורך קינות גירושין
מעראנצעןזאפט, מחול לך (ג״פ ?)
ברוך תיהיה מעסעשם ביי ענק אויף שמחות
קאווע טרינקער, פונקט פארקערט איך האב יעצט צייט א פאר יאר צו זען, אז מיין טאכטער׳ס השקפה זאל זיין ענדליך מיט זרס בחור, איך וועל עם נאכקוקען פון דער נאנט, איך וועל מאכען זיכער אז זיי זענען ביידע אויף די סעים פעדזש, למשל אז איך זעה אז דער בחור וויל גיין מיט זשינס הויזען און מיט א שטיקעל טשאפ, וועל איך מאכען זיכער אז מיין טאכטער קוקט דאס ארויף (מרעדט דאך דא פון תלמידי ק״ש וואס קוקען נאר לטובת פון די קינדער) אנלייק די ביז היינטיגע סיסטעם ואס מיט א אויגענבליק דארף אלעס שטימען, ועוד, איך מיט זר האבען שוין ג׳אישי׳ט זייער אסאך וועגען די פלענער פאר די קאפל און מיר מאכען זיכער אז אלעס גייט עפ״י תקנות הק״ש, עני קאנפליקט צווישען אונז וועט א קאמיטע פון 3 מעמברס פון די שטיבעל מחליט זיין.
און צו דיר זר טייערע מחותן, וויל איך זאגען אלס דרשה געשאנק פאר דיר, איז מהיום והלאה וואס די גייסט שרייבען גייסטו אטאמעטקלי באקומען א לייק.

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 4:46 pm
דורך קאווע טרינקער
אהא, ווען די אטאמאטישע לייקס וועלן זיך אפשטעלן וועט יעדער וויסען אז "עפעס גייט דארט פאר".... זעהסט, כ'האב דיר געזאגט, די אלע חברה, ס'האלט נישט אן לאנג... זיי מאכן זיך אזוי... (און נאך אזעלכע משפטים און לחשים וואס מ'מוז זאגן ווען ס'גייט איינעם גוט)

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 5:15 pm
דורך זר זהב
האהא, קאווע היינט ביזטע גוט.. פערפילינו!!

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 10:05 am
דורך אביגדור
יש להאריך בזה.

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 10:30 am
דורך מאן דאמר
איך זעה נאכנישט די גרויסע סוקסעסן פון די נישט אראנדזשירטע מערידשזעס, נישט די אראנזשירונג איז די אורזאך פון די געשיידעריי לדעתי. עס איז דא א רייע מיט פראבלעמען, אנגעפאנגען פון די מח געוואשעריי ביי די דאמע שולען, און ווייטער ביי די אויבערפלעכליכער השקפה וואס דער 18 יעריק'ער צדיק'ל האט זיך איינגעקויפט אין די ישיבה ביי דעם בנש"ק וואס האט אים מחנך געווען פאר בלויז $850 א מאנאט.
ווען דער בחור'ל זאל ווען האבן א שטיקל פערספעקטיו וואס דאס לעבן בעפאר אים ברענגט מיט, און ער וואלט געווען מיט א דרייסיג מאנאט עלטער, און ער וואלט געקענט ווען רעדן שטיל, און עפענען א טיהר ביים קלאמקע, און צובינדן אפאר שיך פערטלעך, און די בתולה המהוללה וואלט נישט געלעכטצט אזוי שטארק דעם בערבערי טאש, און זי וואלט פארשטאנען וואס הייראטן מיינט, וואס א מאן ברויך פון א ווייב, וואס קינדער ברויכען פון א מאמע'ן, און אז די עלטערן מוזן נישט וואוינען אין א הונדערט פוס רעדיוס, וכו' לכו' איז נישט קיין אינטערשייד צו זיי זענען געווען ארנדזשירט צו נישט.