בלאט 6 פון 8

נשלח: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 4:37 pm
דורך קוקי
נקודת-אמת האט געשריבן:
נקודת-אמת האט געשריבן:אויף גוגל דרייוו:
S01E01:
א ב ג ד
S01E02:
א ב ג ד

S01E03:
480P: א ב ג
720P: ד ה ו ז
S01E04:
א ב ג ד
S01E05:
480P: א ב
720P: ג ד ה ו
קרעדיט

א גרויסן דאנק! אבער די זעקסטע האסטו נישט געלייגט נאך. ס'איז צוויי מאל די פינפטע.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 5:16 pm
דורך איסר האטלקי
די זעקסטע איז נאכנישט דא. דאנערשטאג וועט עס זיין.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 7:06 pm
דורך קאצקע ציקער
וואס פשט פון אזא קליינע עונה?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 9:12 pm
דורך איסר האטלקי
א תלמיד חכם איז נאר משבת לשבת....

נשלח: דינסטאג אקטאבער 09, 2018 10:42 pm
דורך מיימון
כיפת ברזל נומ. 2 איז אויך קליין זעט אויס די אטענשאן ספען איז געפאלן במשך די צייט..

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 12:22 am
דורך יואליש
דער פרייער פאטער פונעם קינד, וועלכער עסט נישט חכאזער, שפילט אין די איזרעעלי דראמא שאו אויף נעטפליקס Fauda.

דעם רבי'נס פארקנעפעלטע ארבעל גריצעלט.

דער פארקלעמטער יונה, ווארשיינליך הורתו ולידתו בכף הקלע, איז די נשמה פון די שאו. א ריכטיגער אדם לעמל יולד. דער קרייניצער רבי איז די פלעזשור פון די שאו. דברי חכמים בנחת.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 12:46 am
דורך איסר האטלקי
איך גלייך עפעס נישט יונה. דער רבי איז אייזן, איך וואלט אים געקוויטלט איינמאל א וואך.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 7:23 am
דורך יואליש
איסר האטלקי האט געשריבן:איך גלייך עפעס נישט יונה. דער רבי איז אייזן, איך וואלט אים געקוויטלט איינמאל א וואך.


מ'קען מאריך זיין. לכשאפנה. אבער בקיצור נמרץ, כ'בין מיט דיר אז הרבי מקרייניץ איז אןיסערליך כאריזמאטיש און קלוג, זיין באנעמונג און געדאנקען אוטענטיש. ס'איז ממש א תענוג אים צו זעהן. און דאס מערסטע קרעדיט פאר די שאו אלס א חרידישע שאו קומט זיך פארן רבין און זיין הויף.

אבער די חלק פון יונה ברודא, אזוי ווי עקיבא שטיסל, איז ענטערטעינינג ווייל ס' איז disturbing. ס'איז אן פסיכילאגישע געראנגל פון א פארוואגעלטע צודריקטע נשמה, ווארשיינליך פון קינדווייז אן. ס'גיט זיך אפ מיט די טעמע פון געפיל alienation און א געפיל פון א פרעמדער ביי זיך אינדערהיים, אן אומרואיגקייט אין די אייגענע גוף - אזא יונה הנביא וואס אין געפיל האלט ער אין איין אנטלויפן. ס' איז דא אסך פאטענציעל פאר אזא קערעקטער צו זיך אויפוויקלען מיט איר טיפקייט במשך פון א סעריע.

בשעת די ווילסט הרבי מקרייניץ זאל מצליח זיין, ווי טינקעל ער זאל נאר נישט זיין, וויל מען דעם יונה פשוט אויפשאקלן מיט א "מה לך נרדם" געשריי. אבער זיין עצם וועזן מצב איז בכלל נישט אזוי פשוט און גרינג.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 8:57 am
דורך איסר האטלקי
וואס איז די פארגלייך קיווע צו יונה. קיבע האסטו מיטגעהאלטן יעדן ריר פון לעבן, געקענט דורך און אדורך, טאלאנטן און וואקלנישן... יונה הייב איך נישט אן ארויסצוהאבן, אא פארנעפלטע פיגור, קיין פארגלייך צו קיווע...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 11:11 am
דורך אברך משי
אינטרעסאנט. איך האב זיך גראדע יא שטארק "מתחבר" געווען צום דמות פון אונזער יונה ברוידא, און כ'האלט אז ער עקט אייזן!!! זיין גאנצע הלוך ילך איז א שטיק פארווייטאגטע נשמה וואס האט אסאך מיטגעמאכט אלץ קינד און ער אליין ווייסט נישט ווי און וואס ער וויל זיין. מצד אחד איז ער א "חעברעמאן" און פייפט אויפ'ן וועלט, און מצד שני וויל ער זיך האלטן צו זיינע גבולות אז ער איז נאר א קליינע גנב און נישט קיין גרויסע. יעדעס מאל ער טוט א דבר אסור שרייט זיין פנים ארויס עגמת נפש און דאגה. ער איז קלוג און שארף, רעדט דברים של טעם אין יעדער סיטואציע. וויל האבן די בעסטע פון אלע וועלטן, און ס'ציפט עם די מצב פון זיין שווארצע נשמה.

בפועל שפיגלט עס אפ דעם שרייבער און יוצר הסידרה יונתן אינדורסקי וואס ער אליין איז אזא געמיש פון חרדי מיט חילוני צוזאמען, א שנה ופירש'ניק וואס איז שטארק צוגעבינדן צו זיין חרדישען עבר און פירט זיך נאכאלץ היבש יודישלעך און איז ווארשיינליך א שטיקל יונה ברוידא מיט א אינערליכע קאנפליקט אין זיין טאג טעגליכע לעבן
זע דא א אינטערוויו מיט עם

און דער רבי זאל זיין געזונט, איי איי דער רבי מקרייניץ, האט אויך די ריכטיגע אויסדריקן אין יעדן פאל, למשל ווען ער שרייט צען מאל "געלט געלט געלט געלט געלט" מיט א מוסר ניגון. ער ווייסט ווען מ'דארף האקן אויפ'ן טיש און ווען מ'דארף צומאכן די אויגן מיט א דביקות. זיין כאראקטער איז געבויט מיט כאריזמע כאילו ער קען איבערנעמען מענטשענס געפילן אין איין מינוט, מיט א ניגון, אדער מיט א כינוי של חיבה, אדער א שטיל-בייסיגע קאמענט, און יעדער וואס קומט נאר אין זיינע ד' אמות ווערט צוגאנגען פאר עם (אויסער עלקע).
כ'האב אזוי געלאכט ווען ער איז געווען אין פאליציי סטאנציע פאר אויספארשונג און ער זינגט דארט עפעס א נארישע תנועהלע וואס מ'קען אפילו נישט הערן און דער שוטר ווערט ממש היפנעטייזד און באגלייט עם ארויס מיט יראת הכבוד און קוקט נאך יעדע באוועגונג. ס'ברענגט ארויס וואס די שרייבערס האבן געהאט אין מיינד ביים דיזיינען דעם קרייניצער רבי זז"ג יאריך ימים על ממלכתו.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 12:58 pm
דורך יואליש
א גיטע שאו שיינט א ליכט אויפן קאראקטער מער און מער במשך די סעריע. כ'האף אז דאס וועט געשעהן דא. אבער די premise פון די קאראקטער קען מען קלאר זעהן במה דברים אמורים.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:10 pm
דורך נעגעל וואסער
די רבי שליט"א איז ארויסגעקומען מיט א פרישן היט אלבום.
א לינק דא.

קרעדיט: JmusicAlbums

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 2:45 pm
דורך יואליש
אברך משי האט געשריבן:כ'האב אזוי געלאכט ווען ער איז געווען אין פאליציי סטאנציע פאר אויספארשונג און ער זינגט דארט עפעס א נארישע תנועהלע וואס מ'קען אפילו נישט הערן און דער שוטר ווערט ממש היפנעטייזד און באגלייט עם ארויס מיט יראת הכבוד און קוקט נאך יעדע באוועגונג. ס'ברענגט ארויס וואס די שרייבערס האבן געהאט אין מיינד ביים דיזיינען דעם קרייניצער רבי זז"ג יאריך ימים על ממלכתו.


מיר האט זיך געדאכט אז דער רבי זינגט זיך אונטער דעם רוסישן ניגון חבד'סקע ריפן ניגן שאמיל.

https://youtu.be/ywPTbhvbUVs

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 6:19 pm
דורך קאצקע ציקער
וואס האלטס עטס דער קרייניצער ווען ער עקט ווען אלטס שלום שטיסל וואלט ער בעסער געווען ווי שלום אדער שלום שטיסל איז דא נאר איינער

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 7:54 pm
דורך איסר האטלקי
שלום בלייבט שלום, אויך א מייסטער עקטער.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 7:58 pm
דורך אדונינו
שלום איז זיכער בעסער, איך קען נישט דערליידן דעם רבין׳ס פאלשע ריש, שלום׳ס הברה איז מער ארגינעל.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 9:28 pm
דורך קאצקע ציקער
איסר האטלקי האט געשריבן:שלום בלייבט שלום, אויך א מייסטער עקטער.

אמת . שלומ'ס מעלה איז אז ער איז זייער ארגינאל און נאטירלעך. שלום האט מיר ממש דערמאנט פון א פאר טשאלמעס וואס איך קען פערזענליך . משא"כ קרייניצער רבי איז מער א נאוועל כאראקטער וואס עקזעסטירט נישט

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 9:56 pm
דורך לבי ובשרי
דער יונה איז נאך אלעם גאר ווינדערליך.
מיר וואונדערט נאר: ווי אזוי האט מען טרענירט דעם קליינעם גוני'לה, אלע דעטאלן וכדומה וכיוצא.
איז זי נישט טראמאטאזירט געווארן?!...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 6:01 pm
דורך מיימון
נתי מדיה האט שוין ארויפגעלייגט אויף טעלעגראם דעם לעצטן פרק! רבותי לאמיר זען ווער עס זיין דער ערשטער צו ענדיגן...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 6:14 pm
דורך קאווע קריטיק
לינק ביטע?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 6:16 pm
דורך נחום הסופר
נקודת-אמת האט געשריבן:
נקודת-אמת האט געשריבן:אויף גוגל דרייוו:
S01E01:
א ב ג ד
S01E02:
א ב ג ד

S01E03:
480P: א ב ג
720P: ד ה ו ז
S01E04:
א ב ג ד
S01E05:
480P: א ב
720P: ג ד ה ו
קרעדיט


נקודת האמת דיין געזיכט געפעלט מיר... א גרויסן דאנק פאר די לינקס!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 6:18 pm
דורך נעגעל וואסער
גוגל דרייו לינק פון פרק 6

ביטע נישט ארום שיקן.

מ'ברויך איגנארירן די ערשטע פאר מינוט. צו עפענען דארף מען לכאורה ניצן VLC Player וכדומה.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2018 6:21 pm
דורך אישתישבי
ווי איז א לינק צו דער טשענעל?