ר׳ יצחק פרעגט אין די שיעור, אז דער רמב״ם שרייבט אין זיין הקדמה לפרקי אבות אז ער גייט צוברענגען דיעות מהפילוסופים ושמע את האמת ממי שאמרה. און הגם דאס זעהט אויס ווי א שכל׳דיגע זאך, ווארום אויב איז עס אמת דאן איז דאך נישט קיין נפק״מ ווער עס איז דער וואס האט דאס געזאגט, איז דאס אבער נישט פשוט. דאס איז ווייל כמובן גייט קיינער נישט טענה׳ן אז אויב א גוי האט געזאגט עפעס וואס איז טאקע אמת, אז מ׳זאל דאס נישט מקבל זיין. עס איז נאר אז וויבאלד שכל האנושי איז דאך מוגבל, דאן זייענדיג אז עס קומט פון אַן איש מושחת וכו׳, איז אפילו אז עס זעהט אויס אמת, מוז אבער זיין אז עפעס פראבלעמאטיש איז טמון בתוכה וואס איך קען נישט זעהן. און דאס איז בפרט ביי עניני מדות ומס׳ אבות, וואס איז ממש וויאזוי א מענטש זאל פירן זיין לעבן ונוגע לה״איש״ ממש: טאמער איז דער בעל המאמר א מושחת וכדומה, דאן ווי איז שייך מקבל צו זיין פון אים עפעס בעניני מדות, הגם עס זעהט אויס אמת? ״אמת״ אין די נושא איז מקושר צו וואס דער מענטש איז. עס איז כעין נעמען פינאנציעלע הדרכה, וואס זעהט טאקע אויס אמת, פון איינער וואס האלט אבער אין איין אָנזעצן. און ׳מילא ווען דער רמב״ם זאגט אז זאלסט מקבל זיין די אמת וואס ער זאגט אויף זיין אטאריטעט, זייענדיג אז ער האט דאס דורכגעטוהן און מנפה געווען, דאן איז די מאמר ״אמת״ וואס ער זאגט מקושר צו אים יעצט. אבער נישט דאס זאגט ער - ער זאגט אז דאס קומט פון די פילוסוף און מ׳זאל דאס מקבל זיין מפני אמתת עצמו.
ולכן ווערט עס אביסל סירקיולאר שווער: מ׳דארף אָנהייבן לערנען ״אמת״ בעניני מדות פון א גוטע מענטש נישט קיין חילוק א איד צי א גוי, און דאס איז וואס ״שמע את האמת ממי שאמרה״ אין די קאנטעקסט. אבער וויאזוי ווייסט מען אז יענער איז א ״גוטע מענטש״? ווייל מ׳הייבט אָן פון אַן אמת בזה איבער וואס איז ״גוט״/עטיש און וויאזוי יענער פירט זיך. אבער דאן איז דאך נישט שייך זיך צו לערנען עטיקס פונעם גוטן מענטש, ולישמע את האמת ממנו כנ״ל, זייענדיג אז איך דארף שוין צוקומען פון פריער צו דעפינירן ״גוט״/עטיש.
ואולי קען מען קלערן אז דער רמב״ם, זייענדיג אַן אריסטאטעליען, איז געגאנגען בעקבות אריסטו׳ס מהלך פון ווירטוּ עטיקס. והיינו, אז עס איז טאקע נישטא קיין סיסטעם בעטיקס לפרטותיה, רק אדם מאראלי על הכלל. (ובפרט אז להרמב״ם איז נישט זיכער אז ס׳איז בכלל שייך ״אמת״ על דבר עטיקס.) אין אנדערע ווערטער, עס איז נישט מעגליך און שייך אראפצושטעלן עטישע פּריסעפּטס פון וויאזוי מ׳זאל טוהן אין ״אזא-און-אזא״ פאל און אזוי אין ״אזי-און-אזי״ פאל. דער סעידזש ואדם המושלם בתכונתו וחכמתו בכלל גייט טוהן וואס איז עטיש ריכטיג אין א פרטיות׳דיגן פאל, מחמת שלימות נפשו על הכלל; נישט ווייל ער האט סעט ארויס וואס פונקטליך צו טוהן אין די-און-די פאל פרטי.
ועכ״פ נמצא מזה אז לאריסטו (ולהרמב״ם) וואו איך הייב אָן בעניני עטיקס, איז יא אלעמאל ביי דעם איש מושלם וחכם. און וויאזוי ווייס איך אז ער איז אַן איש מושלם בעניני עטיקס ומדות? דאס איז נישט פון דעם אז איך זעה אז ער איז מושלם בעניני מדות אויף וויאזוי זיך עטיש אומצוגיין אין פרטיות׳דיגע פעלער, נאר פון זיין זיין אַן איש חכם על הכלל. (ועיין במו״נ ח״ג פנ״ד אז להרמב״ם איז נישט שייך אַן איש חכם בעניני מעטאפיזיקס וכדומה, וואס איז נישט מושלם שוין מקודם בעניני מדות. אבל עיין בדברי דר. מנחם קעלנער, וג״כ כאן בענין עטיקס פּראפעסארס בזמנינו.)
בית מדרש עיון למחשבה
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 385
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל
Re: בית מדרש עיון למחשבה
@מי אני @לעיקוואד בפשטות איז די פשט אזוי ווי יראת שמים גייט נישט אן תורה, און תורה גייט נישט אן יראת שמים, מיט וועלכע מ'הייבט נאר אן וועט זיין א נידריגע מדריגה, און איינס ברענגט צו די העכערע מדריגה פון תורה צו יראת שמים און פון יראת שמים צו תורה כידוע. די זעלבע איז שייך ביי אמונה מיט חכמה, אמונה אן חכמה איז פתי יאמין לכל דבר, און חכמה אן אמונה האט נישט קיין גבולות פון רע, ווי הייבט מען אן? איינס ברענגט די אנדערע - יעדע שלב צו א העכערע מדרידגה כנלע"ד פשוט.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אין די שיעור רירט ר׳ יצחק א משהו אָן צו דעם סקעפּטיקעל פראבלעם פון די קרייטעריאן. א וועג פון באטראכטן די פראבלעם איז אז אין עפיסטעמאלאגיע איז דא צוויי פראגעס:
1). וואס ווייסן מיר?
2). וויאזוי ווייסן מיר?
די פראבלעם איז אז כדי צו ענטפערן 1 דארף מען שוין פון פריער האבן א תירוץ אויף/צו 2, און כדי צו ענטפערן 2 דארף מען שוין פון פריער האבן א תירוץ אויף/צו 1.
דאס איז אביסל ענליך צו סעיר׳ס פּאראדאקס אין קאמפיוטער סייענס. דאס זאגט אז כדי א קאמפיוטער זאל קענען דערקענען אותיות געשריבן אין כתב יד, וואו איין אות גייט אריין אינעם צווייטן, פעהלט אויס פאר עס עס צום ערשט צו צוטיילן די אותיות אינעם ווארט. אבער עס קען נישט ווערן צוטיילט אָנעם דאס האבן דערקענט די אותיות פון פארדעם.
ער רירט אויך אָן צו די געדאנק פון שׁעיפּינג בתוך בּיהעיוויאריזם. דאס איז ווען מ׳הייבט אָן מיט עפעס א קליינע בּיהעיוויאר, און צוביסלעך טוהט מען דאס פארעמען נענטער און נענטער (דורך ריענפאָרסמענט און נאר מחזק זיין נענטערע און נענטערע בּיהעיווארס) צום ענדגילטיגן בּיהעיוויאר וואס מ׳וויל. דאס ארבעט בעסער ווען דער מדובר האט עפעס א קליינע בּיהעיוויאר מעיקרא וועלכע מ׳קען ארבעטן מיט און האט עפעס עפעס א קשר מיט׳ן ענדגילטיגן בּיהעיוויאר; עס איז שייך עווענטועל אָנצוקומען אהין. משא״כ ווען דער מענטש האט בכלל נישט א סארט בּיהעיוויאר במקצת וועלכע קען געפארעמט ווערן צו דעם ענדגילטיגן בּיהעיוויאר וואס מ׳זוכט.
(ועיין קצת כעי״ז, אין א נעגאטיוון DRA אדער DRL פארמאט, לגבי קרבנות במו״נ ח״ג פל״ב. דאס קען זיין נאך א דוגמא פון ABA בהרמב״ם.)
וכן הוא הכא לגבי דעם אז עס איז אסאך שווערער צו טוישן פלוצלינג פון איין זאך צו א צווייטע, ווי איידער טוישן צוביסלעך פון אַן עקזיסטירינדע קאנצעפּט און בּיהעיוויאר וואס דער מענטש פארמאגט שוין, צו עפעס אביסל אנדערש.
ולגבי דעם מעכאניזם וויאזוי און פארוואס א טעקסט ווערט ״הייליג״ און ״אָנגענומען״ בכלל ישראל, צי דורך די פּעדיגרי פונעם מחבר צי דורך די מחשבה וכו׳ דערין, איז דאס טעקניקעלי די געדאנק פון אם בקשת ליחנק היתלה באילן גדול. דהיינו, ווייל בעצם פעהלט אויס קבלת הכלל אז עפעס זאל ווערן גערעכענט ״הייליג״ אצלה. ולכן, איז די הצעה אז אפילו מ׳האט באמת גאר גוטע רעיונות פאר זיך, פעהלט אבער אויס דאס תולה צו זיין באדם גדול כדי דאס זאל זיין א פאקטאר אין נתקבל ווערן בהציבור.