בלאט 6 פון 8
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 9:30 pm
דורך אויס מענטש
נאכאמאל נישט פארגעסן צום גדלי' צופרי אנצטוהן דעם נייעם היט
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 9:35 pm
דורך חאצקל
אויס מענטש, אויב דו געסט מיר חתומות פון הונדערט געזעצטע מענטשן אז זיי גייען טוישן דעם הוט נאך ראש השנה, טראכט איך ערנסט פון טוישן מיין הוט
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 9:41 pm
דורך חכם מחוכם
חאצקל האט געשריבן:אויס מענטש, אויב דו געסט מיר חתומות פון הונדערט געזעצטע מענטשן אז זיי גייען טוישן דעם הוט נאך ראש השנה, טראכט איך ערנסט פון טוישן מיין הוט
ברענג אונז ענדערש חתימות מענטשן אז מ‘גייט זיך אויסזעהן די הוט און רעקל ווען מ‘גייט אויפן גאס, וואס וואלט פאסירט ווען עס וואלט געווען לאקערס אין אלע בתי מדרשים, און יעדער וואלט אריין געלייגט זיין הוט און רעקל דארט, און גענוצט נאר ביים דאווענען. והסר ממנו מכת ההיט והרעקל הזה!!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 9:46 pm
דורך חאצקל
פארשטייט זיך אז דאס וואלט געווען די בעסטע, (איך ווייס נאר נישט וויאזוי מיר וואלטן געגאנגען ביי א שמחה), אבער ליידער איז דער מצב אז מ'מוז גיין א הוט אויפן גאס (אויב וויל מען נישט זיין קיל), אלזא, אז די מצב איז שוין אזוי אז איך מוז גיין מיטן הוט זאל עס שוין זיין אזיינס וואס מיר שמעקט לויט ווי איך וויל זיך אינדענטיפיצירן
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:12 pm
דורך elter-zeide
אויב מעטוישט שוין דעם היט זאל עס שוין א שטרויענע היט, עס איז גרינגער לייכטער ליפטיגער ביליגער,י
נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:13 pm
דורך משה געציל
אויס מענטש האט געשריבן:רבותי ברעקינג נויס
לכ' ראש השנה תשע"ג טוישט מען הוט כל מר כדאית ליה
אויב טוישן זאל מען טוישן דאס וואס ליגט אינטערן היט, ארויס נעמען דעם ראש הכבש פון זיך מען וועט אסאך מער אויפטון...
נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 12:13 pm
דורך דולה ומשקה
הרב אברהם שטיינווארצל שליט"א רב דביהמ"ד מטה אפרים פלעגט טראגען א קורצע רעקל מיט א קראך היט, בערך צעהן יאר צוריק האט ער זיך געטויש, אנגעטוהן א לאנגע רעקל (א ריבטס) מיט א מלאכים היטל, דעאס מיינט א ביבע היט אבער אנשטאט פלאך פון אויבן איז עס מיט א באבל. (אזוי ווי דער בלאזוב רבי, טענקא רב, וכדומה).
נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 8:58 pm
דורך איך אויך
קיינמאל נישט געהערט דעם טערמין, עכטע מלאכים גייען אויך דערמיט?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 10:52 pm
דורך שמעקעדיג
שוין לאנג געטראכט דערוועגן, היתכן אונזערע רבנים און דיינים האבן נישט קיין מורה דרך...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 11:10 pm
דורך berlbalaguleh
elter-zeide האט געשריבן:אויב מעטוישט שוין דעם היט זאל עס שוין א שטרויענע היט, עס איז גרינגער לייכטער ליפטיגער ביליגער,י
אבער שטעל דיר (אנטשולדיגט, אייך) פאר אז דער רב וועט אריינקומען צו מנחה-מעריב אין א שטרויענעם הוט. איך ווייס נישט וועגן אנדערע. אבער איך וועל זיכער אויספלאצן אין א געלעכטער.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 12:00 pm
דורך דולה ומשקה
כידוע האט רבי חנניא יום טוב טייטלבוים אבד"ק סיגוט ובעמח"ס קדושת יום טוב געטראגען א פלאכע הוט מיט א שמאלע ראם, אזוי אויך איז געגאנגען זיין זוהן רבי חיים צבי ט"ב בעמח"ס עצי חיים, דער סאטמאר רב האט ערשט אנגעטוהן דער גאר ברייטע ראם הוט, ווען ער איז אנגעקומען קיין ארשיווא.
היינט איז דאס שוין גכעווארען אפציעל דער רבי'שע לבוש.
נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2013 1:30 pm
דורך בעל הבית
איך דריי מיך שון זייער לאנג ארום מיט די שאלה צו מען מעג טוישן אדער אויסטהון א פארשטינקע לבוש למשל אויסטהון ווייסע זאקן שבת ביטע שרייבט חוזק ווי למשל כיבוד אב אישוי ווי אזוי וועלן מענטשן מיר אנקוקן וועלן זיי בכלל במערקען ? וועל איך לעולם ועד תולה זיין אויב ח"ו אפעס גייט מיט פוטים אראפ בלעמין אויף דעם? ביטע שרייבט מיר אייער מיינונג מיט עקספירונס
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 6:47 am
דורך יואב
זאגן זאגט מען אז א הוט פלעגט מען גיין אנדערשט ווי די גלחים,
(יאנקל, עפעס ברייטערע פארשט ארבעט),
צוליב דעם האט זיך געשאפט א פארשידענארטיגקייט און די וועלט פון הוטן צווישן חסידים,
יעדער האט קאפויערירט מיט די גלחים פון זיין מקום,
און צוליב דעם טראגט דער אונגארישער אזא סארט, דער פולישער אן אנדערע, אא''וו,
ואי משום הא,
ווען וועלן מיר שוין אנהייבן צו טוהן אנדערש ווי די היינטצייטיגע גוים ,
און נישט קאנקערורן מיט די ערלים פון אונזער זיידעס צייטן???? (וה"ה, גלעזער-שיך-רעקל-אא''וו,),
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 11:49 am
דורך למדן
דולה ומשקה האט געשריבן:כידוע האט רבי חנניא יום טוב טייטלבוים אבד"ק סיגוט ובעמח"ס קדושת יום טוב געטראגען א פלאכע הוט מיט א שמאלע ראם, אזוי אויך איז געגאנגען זיין זוהן רבי חיים צבי ט"ב בעמח"ס עצי חיים, דער סאטמאר רב האט ערשט אנגעטוהן דער גאר ברייטע ראם הוט, ווען ער איז אנגעקומען קיין ארשיווא.
היינט איז דאס שוין גכעווארען אפציעל דער רבי'שע לבוש.
אין די משפחה איז ער געווען די ערשטע, ווי באקאנט האט ער געזאגט אז ער דארף מאכן א גרענד אפענינג
אבער אלגעמיינע רבנים און רביס זענען אייביג געגאנגען שמאלע רימס?
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 12:39 pm
דורך קאך_לעפל
אזוי רעדנדיג וועגן היטן,
דער באבוב'ער רב המהר''ש השני, איז פאר די קריג געגאנגען מיט א פלאכע ביבער היט, וואו אלע קינדער און אייניקליך פונעם הייליגן דברי חיים, און נאך די קריג האט ער זיך אנגעטאן א הויעכע היט, פארוואס? האט דאס אפשר געהאט צו טאן מיט די רעבצין פ.???????
דער מנחת אלעזר זי''ע איז געגאנגען מיט א פלאכע ביבער היט, וואו אויך זיין איידעם ר' ברוך ע''ה איז אויך געגאנגען מיט א פלאכע היט, דאן פארוואס גייט דער היינטיגער מינקאטשער רבי מיט א הויעכע היט?
עס איז כמעט זיכער אז דער לעצטער בעלזער רב זי''ע איז פאר די מלחמה געגאנגען מיט א פלאכע ביבער היט, ווען ער איז נישט געגאנגען מיטן קאלפיק, פארוואס נאך דער קריג, האט דער היט צובאקימען א שטאק? און פארוואנדעלט געווארן פאר א הויעכע ביבער היט? אתמה?
זעט אויס אז רבי'ס האבן א ספעציעלע ליגענטמאציע צו טוישען דעם לבוש פון זייערע עלטערן, נאר מיר פשוטע יודן מיר טארן נישט! היש שתי תורות? אתמה?
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 12:46 pm
דורך למדן
נאך די קריג איז געווען א אפענינג און ווער עס האט געוואלט האט געטוישט הוט פון רבנים ביז פשוטע יודן, כ'שטעל מיך פאר אז ס' מסתמא געווען ווער עס האט געהויבן ברעמען דעמאלטס אויך, היינט וועסטו שוין כמעט נישט זעהן אז איינער זאל טוישן צו א שענער מלבוש.
אגב איך גידענק נישט ווער אבער איינער פון אונזערע חברים דא (לאנג צוריק) שרייבט אז ער ווארט שוין אויף א דריטע וועלט מלחמה וועגן די סיבה
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 12:50 pm
דורך אביגדור
ממש.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 12:58 pm
דורך בעל הבית
קאך לעפיל טייערע בעלזער רב איז נישט גענגען א מיט א פלאכע ביבער היט נאר אין אונגארין (פעסט) ווען ער איז אנטלופן פון געליצע
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 12:58 pm
דורך אביגדור
זיכער.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 1:07 pm
דורך קאך_לעפל
אויף רוב בילדער פון דער אלטערהיים זעט מען דעם מהר''ש השני מיט א פלאכע היט!
און דאס וואס דו שרייבסט אז איך זאל דיר נישט דרייען דעם קאפ, פארשטיי איך גראדע גאנץ פיין!
ווייל ווען איר וועט אנפאנגען רעדן צו א באבובער חסיד איבער די טאכטער פון רבי לייבוש טאמאשאווער ז''ל, וואס האט זוכה געווען צו זיין דער זו''ש פון מהר''ש השני, ווען אים אנפאנגען רינען הייסע לאווע פון די נאז לעכער
אלזא, לאמיר זיך האלטן צו די הוטן.
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 1:11 pm
דורך קאך_לעפל
בעל הבית האט געשריבן:קאך לעפיל טייערע בעלזער רב איז נישט גענגען א מיט א פלאכע ביבער היט נאר אין אונגארין (פעסט) ווען ער איז אנטלופן פון געליצע
און אונגארן איז דא איין בילד פונעם רב ז''ל, גראדע מיט א הויעכע היט! איך האב אבער געהערט פון אלטע בעלזע חסידים, אז דער רב ז''ל איז פאר די קריג געגאנגען מיט א פלאכע היט,
אלעפאלס איך בין מסופק, אדרבה זאל איינער קלאר שטעלן מיט וואס פאר א סארט היטען די הייליגע אדמור''י בית בעלזא זענען געגאנגען!
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 1:34 pm
דורך בעל הבית
only in hungrain he went with a platchika otherwise only kolpik
נשלח: מיטוואך מערץ 13, 2013 1:36 pm
דורך [NAMELESS]
רבותי, פלצות אחזתני, טוישן די היט? איר שפילט מיט פייער!
אט דאס איז די לשונו הזהב פון א מדרש טמיר ונעלם, איבער די קדושת הכובע:
כובעו של אדם, מאימתי קבוע לו בראשו? אמרו חכמים, בשעה שאדם נוצר מלאכי השרת לוקחים את נשמתו של אדם להיכל הכובעים ואומרים לו בן אדם, בחר לך כובע ולך. והנשמה מסתכלת על הכובעים מהם שחור מהם ירוק מהם נמוך מהם ארוך, ויצר טוב אומר לו קח לך שחור וארוך ויצר הרע מסיתו ואומר מה לך שחור קח לך ירוק, באותו שעה מתגבר הנשמה ולוקח את השחור והנמוך. ובשעה שאדם מגיע ליג שנה מקבל את כובעו, היינו דאמרן לטטפת בעיניך, דכובע זו על מצחו של תינוק מגיע? לא, הוי אומר על עיניו ועפעפיו, חוטמו ושפתיו, עד מקום הגעת המלאך שסוטר להשכיח תורה. ואם אדם מישראל משנה את הכובע בת קול יוצאת ואומרת אוי להם לבריות מעלבונה של כובע