בלאט 6 פון 23

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 7:23 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב דורכגעליינט מיט ישוב הדעת די אלע בריוון, ווי אויך די קונטרסים וואס זיי האבן פארשפרייט אין מאנרא.

חכמת שלמה איז ווארשיינליך דער טאלאנטפולער שרייבער וואס פארדעקט די שענדליכע מעשים און די אומאפיציעלע טויט פון דעם סולטאן שלמה ארז אלברנס ווי מען קען שמעקן פון צווישן די שורות.

די אנדערע פיר בריוון האבן מיר פאראורזאכט צו פארווישן עטליכע הייסע טרערן, מען שמעקט די אומשולדיגע נשמה'לעך וואס זענען מח געשווענקט און מיינען באמת אז זייער שוועסטער גייט אדורך גיהנם, ווען אין אמת'ן וועט איר לעבן זיך נאר יעצט אנהייבן.

ביידיוועי חכמת שלמה כ'האב הנאה אז דו האסט אנגענומען מיין מוסר און האסט אנגעהויבן שיקן אינטערסאנטע אינערליכע קרישקעלעך כדי מיר זאלן קענען כאפן א טיפערן בליק אריין אין אייער קולט.

האסט האפנטליך קיינעם נישט אפגעקויפט מיט דעם פאמפלעט, אפשר ישעי' יענקל כהן פון חרדים...

Re: די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 7:51 pm
דורך אלטער_איד
https://www.lapresse.ca/actualites/just ... s-unis.php
In the French news paper in montreal today....
Let's hope this puts more pressure on the Canadian government to do something..

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 10:20 pm
דורך סמבטיון
חכמת שלמה איז אויסדריקליך די שרייבער, איך האב עס פעסט געשטעלט מכח כמה טעמים.
קען איינער פליז אראפלייגן אויף א כראנאלאגישן סדר ווער איז וועמענס שוועסטער? איך בין אינגאנצן צימישט, אויף די בריוון חתמנ'ן אפאר אנדערע ווייבער און יעדער רופט איר טייערע שוועסטער, וויפיהל שוועסטער זענען זיי? איינע פון די בריווען קוקט אויס ווי א מאנספערזאן האט עס געשריבן.
בדר"א "מאך זיכער" דיינע מליצות און אויסדריקן זענען זיך צום באלעקן

Re: די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 10:24 pm
דורך אלטער_איד
לכאורה איז עס פון די מאן (רעפיסט)

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 11:27 pm
דורך [NAMELESS]
וויאזוי קען זיין עס איז דא אן עלטערע שוועסטער?
די מאמע איז 29, די פארכאפטע טאכטער/ ווייבל איז 14.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 11:33 pm
דורך איסר האטלקי
די פארכאפטע איז דאסמאל נישט די 14 יעריגס, איינס אינגער.

Re: די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 11:38 pm
דורך אלטער_איד
די מאמע האט חתונה געהאט ביי 14 יאר. די מיידעל וואס חיים יעקב בן מאיר יששכר רעיפט יעצט געווארן 14 און זי פעלט מיט איהר 12 יעריגע ברידער...

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 12:11 am
דורך [NAMELESS]
ווי אויך זענען די פיר בריוון נישט אלע מיט איין האנט שריפט. זענען די בריוון פאלש אדער איז עס געשריבן געווארן דורך איר מאן אדער איינער פון די הנהלה?

Re: די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 12:21 am
דורך אלטער_איד
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:ווי אויך זענען די פיר בריוון נישט אלע מיט איין האנט שריפט. זענען די בריוון פאלש אדער איז עס געשריבן געווארן דורך איר מאן אדער איינער פון די הנהלה?
איהר מאן. הנהלה. שווערס משפחה.....

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 1:34 am
דורך [NAMELESS]
אלטער_איד האט געשריבן:די מאמע האט חתונה געהאט ביי 14 יאר. די מיידעל וואס חיים יעקב בן מאיר יששכר רעיפט יעצט געווארן 14 און זי פעלט מיט איהר 12 יעריגע ברידער...

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk

לויט ווי איך געדענק בשנת תשס"ג ווען די טעלער פארפאלק האבן חתונה געהאט, האט מען געשמועסט אז זי איז זעכצן און ער איז אכט און דרייסיג. דאכצעמער אויף די קול קורא פון רבנים דעמאלטס אנטקעגן העלבראנץ איז אויך אזוי געשטאנען די אינפארמאציע (די קול קורא געדענק איך מן הזכרון, איך טרעף עס נישט אנליין, אפשר קען דאס איינער אפירברענגען?).

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 2:59 am
דורך [NAMELESS]
בדרך צחות, איינער זאגט מיר אז ער האט געזוכט א שידוך פאר זיין טאכטער, ער איז אנגעקומען אין קטילת לב טחות און ער האט געזאגט פאר דעם ראש ישיבה דארטן אז ער זוכט א בחור, נישט קיין חילוק ווי אלט אבער ער מוז האבן היתר הוראה, זאגט אים דער ראש ישיבה אז אונז האמיר נישט פונקט א בחור מיט היתר הוראה אבער א דרייצן יעריגס מיט אן היתר מאה רבנים האמיר...

א געלעכטער אין א זייט, איך האב שטודירט די בריוון און דאסמאל האב איך געוויינט פארוואס כ'האב פריער געוויינט אויף די פאלשע בריוון... די זענען געשריבן געווארן דורך מענער, מען קען עס אנזען אויף די פאראגראפן, אויסשטעל, און פארשטייט זיך אויף די אינהאלט פון די בריוון.

נארישער טיפשות שלמה, איך וועל זיך ענדערש לאזן פארנארן פון די עסקנים ווי פון דיר... שיק נעקסט טיים עפעס מער רעלעוואנטיש..

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 4:09 am
דורך טאמבל סאס
אז איינער האט צייט צו אפשרייבן 172 בלעטער נשים שפראך, קען זייער מצב נישט זיין צו שלעכט.. אויף עימיצן האלט ער זיך אויס.

דער קונטרס איז סתם אזא ספין צו קריגן סאטמאר שטיצע.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 11:00 am
דורך סמבטיון
ודבר פשוט הוא, ווי קומט צו א ווייבל זאל אפשרייבן שטיקלעך זוהר מיט גאנצע פסוקים, דאס האט ראזנער/חכמת שלמה פארגעשריבן און זיין ווייב האט עס איבערגעשריבן

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 3:51 pm
דורך חכמת שלמה
באגראבט די קעפ טיפער אין די זאמד. חזר'ט עס איבער נאכאמאל און נאכאמאל, ביז ענק וועלן זיך אליינס גלייבן... אבי נישט צו דארפן פעיסן די פאקטן!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 4:15 pm
דורך קאך_לעפל
חכמת שלמה האט געשריבן:באגראבט די קעפ טיפער אין די זאמד. חזר'ט עס איבער נאכאמאל און נאכאמאל, ביז ענק וועלן זיך אליינס גלייבן... אבי נישט צו דארפן פעיסן די פאקטן!


זאג וואס ווילסטו?

די פארפירסט די מענטשהייט דא. די בריוו איז נישט דא דער טאפיק.

לעזט אויף אייער פארשאלטענער קולט, זאפארט! עטס זענטס פשוטע זעלבסטמערדער! ענק רייצן זיך מיט די גוים, גענוי ווי די ציוניסטן. ענקער נידעריגע טראציקייט און רחמנות-וויינערייען לייגט דאס גאנץ כלל ישראל צו שאנדע און צו שפאט. יעדער ווייסט אז ענק זענען פאלנע קרימאנאלן. יעדע איד וואס לויפט נישט צו די עף. בי. איי. ענק צו מסר'ען איז עובר יעדע ליאדע רגע אויף לא תעמוד על דם רעך. מיר זענען נישט קיין קעלבער, פראבירט נישט צו פארטושן די מוחות. לעזט אויף אייער פארשאלטענער קולט, און זייטס ענק מגייר. און לאמיר לייגן דעם ווייטאגליכער טפיק פון לב טמא שלאפן אויף שטענדיג...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 4:40 pm
דורך חכמת שלמה
דער בריוו איז יא דער טאפיק דא. איר זענט געקומען ארויפשטעלן אהער א צוטאט פון א בריוו, מאכנדיג א פאלשן רושם אויף די קהילה מיט די שרייבער פון די בריוו. בין איך געקומען און ארויפגעלייגט די גאנצע בריוו, לעיני כל הקהל, למען ישמעו ויראו, מען זאל זיך נישט פארלאזן אויף די פארפירערישע עסקנים וואס פארקויפן אייך לאקשן. אדרבה, זעט די בריוו, קוקט ווי אזוי קליינע מיידלעך זענען דורכגענעצט מיט אמונה, מסודר'דיגקייט און תוכן, אזאנס וואס מען זעט נישט אין די אמעריקאנע בתי-חינוך. קומסטו זאגן אז די בריוו איז פאלש

זאג איך - באגראב ווייטער די קעפ.

פארפיר נישט פון די נושא. האלט דיך שטארק צום ענין!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 4:44 pm
דורך קאך_לעפל
שפארט אפ אייער פארשאלטענער קולט! און קריכס אנידער פונעם כלל ישראל!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 4:48 pm
דורך טאמבל סאס
איך האב שוין געזאגט אמאל און איך זאג נאכאמאל. (און די פאקט אז אזעלכע לייבן האבן זיך געלאזט פארנארן איז ערשטוינענד) אין כאן לא חכמת שלמה ולא דובר לב טהור אלא יש כאן לץ גדול, אזאנס וואס נאר דולה ומשקה קען.

וואס איז די ציהל פרעגסטו?

די ציהל איז צו ווייזן ווי נישט ווייט לב טהור איז פון די אלעגמיינע חסידישע און חרדישע השקפות. (די ציטאטן פון ספרים אין דעם קונטרס, די טאן גיבענדער השקפה אין דער קונטרס איז וואס מען לערנט אין אלע חסידישע חבורות. מיר זענען אלע באקאנט מיט זיי. ס'איז נישט גאר פרעמדע זאכן.)

אינאיינוועגס אויך אויסנוצן לב טהור'ס שוואכקייט און רעדן בשמם ווען זיי האבן נישט עמיצער וואס רעדט בשמם.

ווי עקשולי, לב טהור זענען מער אמת'דיג במעשה צו וואס זיי גלייבן, ווי די סאטמערע וכדומה.

צו טאקע דרך אגב בעצם דאס אליין דערגרייכן, ארויסהויבן א קהילה וואס נאך אלעם קומט זיך זיי קרעדיט פארן גרייט זיין צו זיין דער שעיר המשתלח, דער יונגאטש דער רעבעל, אנטקעגן די אנדערע גוט-עסטאביליזירטע חסידותער.

Re: די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 5:57 pm
דורך אלטער_איד
חכמת שלמה האט געשריבן:דער בריוו איז יא דער טאפיק דא. איר זענט געקומען ארויפשטעלן אהער א צוטאט פון א בריוו, מאכנדיג א פאלשן רושם אויף די קהילה מיט די שרייבער פון די בריוו. בין איך געקומען און ארויפגעלייגט די גאנצע בריוו, לעיני כל הקהל, למען ישמעו ויראו, מען זאל זיך נישט פארלאזן אויף די פארפירערישע עסקנים וואס פארקויפן אייך לאקשן. אדרבה, זעט די בריוו, קוקט ווי אזוי קליינע מיידלעך זענען דורכגענעצט מיט אמונה, מסודר'דיגקייט און תוכן, אזאנס וואס מען זעט נישט אין די אמעריקאנע בתי-חינוך. קומסטו זאגן אז די בריוו איז פאלש

זאג איך - באגראב ווייטער די קעפ.

פארפיר נישט פון די נושא. האלט דיך שטארק צום ענין!
Sorry I'll write in English, as I'm not next to a computer and have limited time..
The letters where given over to the askunim to give to the big girl/woman/rape victim. And it was not written by any of the sisters, since all sisters are together.... So who wrote it? It's all written in codes or as they call it in Lev tumahרמזים so what are we suppose to see from the letters? What is it changing from the abuse, no talmid, no torah sh'ball pah.. No food, malkis, sending children to other families. And all the facts that are know that was written over and over here and in the mispacah, which was by the way censored 4 times. By us. By the writer. By the child protective services. And the mispacah rabonim and board... you are a cult, that uses religious things as a base.. You have nothing to do with our torah that we received from Moshe rabanu... and what we write is only half of what we know.. And what we know is probably only half of what's really going on...

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 6:11 pm
דורך טאמבל סאס
Old yid, can you please write in Yiddish as I'm finding it difficult to understand you.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 16, 2018 4:50 pm
דורך דאכצעכמער
טאמבל סאס האט געשריבן:Old yid, can you please write in Yiddish as I'm finding it difficult to understand you.


איך האף אז לשון קודש איז בעסער פאר דיר
איך האב עס גוגל טרענסטלעיטעט
וזה לשון קדשם:
מצטער אני אכתוב באנגלית, כי אני לא ליד המחשב יש זמן מוגבל ..
המכתבים שאליהם נמסרו השניים אל הנערה הגדולה / האשה / קורבן האונס. וזה לא נכתב על ידי אף אחת האחיות, שכן כל האחיות הן ביחד .... אז מי כתב את זה? הכל כתוב בקודים או כפי שהם מכנים זאת בלב רמזים, אז מה אנחנו מניחים לראות מהמכתבים? מה זה משנה מן ההתעללות, אין תלמיד, לא תלמיד שבעל פה .. אין אוכל, מלקות, לשלוח ילדים למשפחות אחרות. ואת כל העובדות שידועות שנכתב פה ושם ובמיספקה, שדרך הצנזורה 4 פעמים. מאתנו. על ידי הסופר. על ידי שירותי מגן הילד. ואת משפחה רבנים ואת הוועד... אתה כת, כי משתמש בדתות כבסיס .. אין לך מה לעשות עם התורה שלנו שקיבלנו משה רבנו ... ומה שאנחנו כותבים הוא רק חצי ממה שאנחנו יודע .. ומה שאנחנו יודעים הוא כנראה רק חצי ממה שבאמת קורה ...

איך האב אביסל אויסגעבעסערט

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 12:22 am
דורך רביה''ק זי''ע
חכמת שלמה האט געשריבן:באגראבט די קעפ טיפער אין די זאמד. חזר'ט עס איבער נאכאמאל און נאכאמאל, ביז ענק וועלן זיך אליינס גלייבן... אבי נישט צו דארפן פעיסן די פאקטן!

מום שבך אל תאמר לחברך.

Re: די לעצטיגע מהפיכות אין "לב טהור"

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 17, 2018 3:44 am
דורך אלטער_איד
דאכצעכמער האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:Old yid, can you please write in Yiddish as I'm finding it difficult to understand you.


איך האף אז לשון קודש איז בעסער פאר דיר
איך האב עס גוגל טרענסטלעיטעט
וזה לשון קדשם:
מצטער אני אכתוב באנגלית, כי אני לא ליד המחשב יש זמן מוגבל ..
המכתבים שאליהם נמסרו השניים אל הנערה הגדולה / האשה / קורבן האונס. וזה לא נכתב על ידי אף אחת האחיות, שכן כל האחיות הן ביחד .... אז מי כתב את זה? הכל כתוב בקודים או כפי שהם מכנים זאת בלב רמזים, אז מה אנחנו מניחים לראות מהמכתבים? מה זה משנה מן ההתעללות, אין תלמיד, לא תלמיד שבעל פה .. אין אוכל, מלקות, לשלוח ילדים למשפחות אחרות. ואת כל העובדות שידועות שנכתב פה ושם ובמיספקה, שדרך הצנזורה 4 פעמים. מאתנו. על ידי הסופר. על ידי שירותי מגן הילד. ואת משפחה רבנים ואת הוועד... אתה כת, כי משתמש בדתות כבסיס .. אין לך מה לעשות עם התורה שלנו שקיבלנו משה רבנו ... ומה שאנחנו כותבים הוא רק חצי ממה שאנחנו יודע .. ומה שאנחנו יודעים הוא כנראה רק חצי ממה שבאמת קורה ...

איך האב אביסל אויסגעבעסערט
וואס איז געווען געשריבן אין די משפחה מאגאזין

Sent from my BBB100-1 using Tapatalk