בלאט 6 פון 7

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 11:10 pm
דורך געדאנקן
ווייסט איינער אויב די ארטיקל האט אויפגעטון? איז דא אסאך היימישע וואס האבן אנגעהויבן לאזן וואקסן די האר?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 11:33 pm
דורך Nanach
געדאנקן האט געשריבן:ווייסט איינער אויב די ארטיקל האט אויפגעטון? איז דא אסאך היימישע וואס האבן אנגעהויבן לאזן וואקסן די האר?

נאך פאר די ארטיקעל האבן שוין אסאך אויפגעהערט זיך שערן, איך ווייס נישט צו עס איז דא א וועג צו וויסן צו די ארטיקעל דירעקט האט עס געמאכט, עס איז זיכער אז געוויסע האט עס געגעבן די ענגילטיגע שטופ, און געוויסע האט עס געפענט צו די געדאנק. אבער וואס ווען ווי און וויפיל מיין איך קען מען נישט וויסן.
מיין אייגענע מיינונג: עס איז א פראגע פון צייט ביז מען וועט זאגן אז עס איז דא געוויסע משפחות וואס האבן אזא מנהג, נאך ווייניגער ווי טיכלעך היינט (דאס האט א מקור אין הלכה און דאס נישט)

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 11:39 pm
דורך Nanach
נאך אזאך וואס מאכט זייער שווער צו וויסן איז אז עס איז דא זייער אסאך אנוסים

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 6:37 pm
דורך געדאנקן
אזוי ווי מהאלט שוין איבער צוויי יאר פון די ארטיקל, אפשר קען מען עס אהערברענגן לזיכו הרבים?

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 8:49 pm
דורך תרמב
קויף עס אויף אמאזאן, איך זאג דיר אז דו וועסט נישט חרטה האבן, חוץ די ארטיקל פון די האר איז דא דארט נאך אסאך הערליכע ארטיקלען.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 13, 2021 9:12 pm
דורך געדאנקן
תרמב האט געשריבן:קויף עס אויף אמאזאן, איך זאג דיר אז דו וועסט נישט חרטה האבן, חוץ די ארטיקל פון די האר איז דא דארט נאך אסאך הערליכע ארטיקלען.

משום מעשה שלא יהי' קען איך עס לע"ע נישט קויפן אויף עמעזאן

נשלח: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 4:49 am
דורך Nanach
נאך די צווי תגובות וואס איך האב געשריבן
Nanach האט געשריבן:
געדאנקן האט געשריבן:ווייסט איינער אויב די ארטיקל האט אויפגעטון? איז דא אסאך היימישע וואס האבן אנגעהויבן לאזן וואקסן די האר?

נאך פאר די ארטיקעל האבן שוין אסאך אויפגעהערט זיך שערן, איך ווייס נישט צו עס איז דא א וועג צו וויסן צו די ארטיקעל דירעקט האט עס געמאכט, עס איז זיכער אז געוויסע האט עס געגעבן די ענגילטיגע שטופ, און געוויסע האט עס געפענט צו די געדאנק. אבער וואס ווען ווי און וויפיל מיין איך קען מען נישט וויסן.
מיין אייגענע מיינונג: עס איז א פראגע פון צייט ביז מען וועט זאגן אז עס איז דא געוויסע משפחות וואס האבן אזא מנהג, נאך ווייניגער ווי טיכלעך היינט (דאס האט א מקור אין הלכה און דאס נישט)


Nanach האט געשריבן:נאך אזאך וואס מאכט זייער שווער צו וויסן איז אז עס איז דא זייער אסאך אנוסים


האב איך באקומען אין אישי שאלות לגבי הילף פאר אזעלכע וואס ווילן זיך אויפהערן שערן, היות איך בין נישט די געלאנגעסטע שרייבער וואלט געווען שיין אויב די געלאנגענע וואלטן געקענט אריין קומען מיט עצות סיי וויאזוי עס צו עפראעטשן צו די ווייב\מאן
און סיי טעכנישע עצות וויאזוי עס צו באהאלטן אין א סביבה ווי זיך אויפהערן שערן איז ערגער ווי שמד. וויאזוי מען קען עס באהאלטן אינטערן שייטל\שפיצל\טיכל וכו’

נשלח: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 1:32 pm
דורך 1111
my wife stopped shaving for a while, and to honest, its a waste of energy.

It dose not add anything to the relationship, a bountiful wig is much nicer then the hair that cant be bowed and taken care of normally

It also adds so much pressure that the Chisorio"n is largely grater then the Malla"H

נשלח: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 5:39 pm
דורך געדאנקן
1111 האט געשריבן:my wife stopped shaving for a while, and to honest, its a waste of energy.

It dose not add anything to the relationship, a bountiful wig is much nicer then the hair that cant be bowed and taken care of normally

It also adds so much pressure that the Chisorio"n is largely grater then the Malla"H

You mean it really???
I wish my wife should go.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 1:02 am
דורך געדאנקן
תרמב האט געשריבן:קויף עס אויף אמאזאן, איך זאג דיר אז דו וועסט נישט חרטה האבן, חוץ די ארטיקל פון די האר איז דא דארט נאך אסאך הערליכע ארטיקלען.

Link for #16

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 1:10 pm
דורך תרמב

נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2022 1:09 pm
דורך סאנטיאגא
.

נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2022 1:09 pm
דורך סאנטיאגא
ציניקער רעאגירן צו די וויל סמיט אויסבראך זונטאג ביי די אסקערס...

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2022 11:47 pm
דורך שמן למאור
איז דא צו באקומען די "תגלחת נשים" ארטיקל אויף pdf?
אפשר אישי?

Re: תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)

נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2023 2:22 am
דורך שערי יושר
גערעדט מיט איינעם איבער דעים ענין זאגט ער אז עס איז א תקנה פון די ועד ארבע ארצות, איז עס טאקע פון זיי? און אויב נישט פארוואס לייגט מען עס ארויף אויף זיי?

Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2023 2:29 am
דורך מתבודד
די שאלה האט מען שוין דורכגעטון 10 יאר צוריק אין דעם אשכול און דא

Re: תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)

נשלח: מאנטאג מערץ 27, 2023 2:30 am
דורך שערי יושר
מתבודד האט געשריבן:די שאלה האט מען שוין דורכגעטון 10 יאר צוריק אין דעם אשכול און דא
יישר כח

Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk

Re: תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)

נשלח: פרייטאג אפריל 21, 2023 6:46 pm
דורך כרם זית
דערציילט מיר א פראמעדיק פון פלעטבוש אז ער איז אמאל געריפן געווארן מיט זיין שותף, א גוי, צו א היימישע ווייבל פון וויליאמסבורג וואס האט געהאט הארץ פראבלעמען. בשעת'ן ארבייטן אויף איר האט זיך די שפיצל אוועקגעריקט. ריפט זיך דער גוי אן מיט א גערעגטקייט: " היתכן מען זאגט אז זי האט הארץ פראבלעמען, ווען זי ליידט פון קענסער?"

א ביטערע געלעכטער.

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 12:39 am
דורך מחונך
איך האב לעצטנס געשמועסט מיט אן עלטערע קרובה גיבט זי מיר א זאג אז נאכן מלחמה איז כמעט קיינער נישט געגאנגען מיט א פולע שייטל. זי האט מסביר געווען אז מען פלעגט האבן א שייטל נאר האלב אדער א פערטל און דאס אויסמישן מיט די האר. זי טענהט אז ווען סאטמאר רב האט געהאקט קעגן ביי האר ער דאס געמיינט און נישט די היינטיקע דעפינישן פון נישט שערן די האר פון קאפ. וואס יא, זי זאגט אז כדי דאס אויסצורייסן האבן די כלה טיטשערס פון די חסידישע קהילות אנגעהויבן האקן אז שערן. זי אליינס שערט גראדע. זי און אירע קינדער גייען אויך אפענע שייטלעך. זי זאגט
I never changed, but some of these people who won't look at my children's side in shiduchim, I remember their mother and her half sheitel.
איז דא איינער וואס קען דאס באשטעטיגן?

Re: תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 1:02 am
דורך כרם זית
איך האב אייביג געוויסט אז ביי האר מיינט ארגינעל צו גיין מיט אביסל אפענע האר, כ'האב אבער נישט געוויסט אז ס'איז געווען אן אפיציעלע שייטל פאר דעם.

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 1:07 am
דורך מחונך
די קרובה טענהט אז מען האט כמעט נישט געקענט באקומען א פולע שייטל ד"ה אז ביי האר איז געווען די אפיציעלע שייטל

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 1:57 am
דורך berlbalaguleh
מחונך: איך ווייס נישט אויב ס'איז געגאנגען אזוי ווייט ווי דיין קרובה זאגט. אמת, צו האבן ביי האר איז געווען זייער א פאפולערע זאך. און דער סאטמאר'ע רב האט טאקע שטארק געהאקט אקעגן דעם. אבער ס'זענען יא געווען א סאך פרויען וועלכע זענען געגאנגען פולע שייטלעך. ווי מ'קען זעהן אויף די אלטע פיקטשערס. פון יענע צייט.

אויך. סאטמאר רב האט געהאקט אקעגן ביי האר. אבער ער האט אויך פארלאנגט אז די פרויען פון זיינע חסידים זאללן זיך שערן אינגאנצן...!

נשלח: זונטאג אפריל 23, 2023 2:05 am
דורך מחונך
איך האב פארשטאנען אז זי האט גערעדט פון די תקופה פון תש"ה תשט"ו.