בלאט 6 פון 16
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2020 12:02 am
דורך בר בי רב
בראתי שלשים לגיון...
א רוימישע לגיון באשטייט פון ארום פיר טויזנט מאן
א רהטון ווייסעך נישט וואס איז. אפשר מלשון רהט, ריטער, פרשים. די אוקזיליערי צו די געווענטליגע מארשירנדע סאלדאטן. אבער נישט מסתבר.
אפאר צענדליגע קרטון, קאהארט, אין א לגיון.
גסטרא איז מסתמא קאסטרו, דאס הייסט א פעסטונג. א מיליטערישע איינריכטונג, נישט קיין איינהייט. א גסטרא קען קווארטירן א לגיון אדער א קלענערע אפטיילונג. קען זיין אז בימי ר"ל זענען די גסטראות ארום ארץ ישראל געווען די באראקן פאר די חיל המצב, נישט קיין גאנצע מיליטער, ממילא איז דאס א ווארט פאר ארום הונדערט מאן.
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2020 12:05 am
דורך בר בי רב
אזויווי ביי הבננו איז מערקבאר א נטיה פון שפעטערע דורות צו מצמצם זיין די די פעלער ווען הביננו איז אננעמבאר, איז דא ביי לא יפסיק. ס'זעט זיך ארויס אז די משנה האט באמת געמיינט כפשוטה, אפילו עד כדי מסירת נפש. וזו משנת חסידים.
משנת חסידים איז די מסורה מימי החשמונאים. יוסיפון דערציילט אז בימי מתתיה האבן זיך די חסידים געלאזט אויסשעכטן אבי נישט צו לוחם זיין אום שבת. זיי האבן נישט געלערנט עד רדתה אפילו בשבת, אדער אז פיקוח נפש דוחה שבת.
הגע בעצמך, רב יוסף זאגט לא שנו אלא במלכי ישראל אבל במלכי עכום פוסק. פארוואס, ווייל מלכי ישראל פארשטיין אז ער דאווענט דאך. נו איז מאי קמ"ל, אז מפני הכבוד אין פוסקין? השתא בק"ש באמצע הפרק אינו פוסק מפני הכבוד, כ"ש ביי שמו"ע. אלא רב יוסף זאגט ווי די הלכה איז היינט, נישט וואס די משנה מיינט צוזאגן. ווייל מיינען מיינט זי אפילו מלכי עכום
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2020 5:55 am
דורך רביה''ק זי''ע
בר בי רב האט געשריבן:אלמלא שלש מקראות הללו
איך וויל זיך האלטן צו קורצע הערות, נישט אריינגיין אין טיפע טעאלאגישע דיסקוסיעס. ס'קען ארבייטן צוזאמען מיט הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים. משל צו א געים פראגראם. איינער שפילט גאר א שווערע לעוועל. אדמין קען אלעמאל אריינקומען פון א הינטער טירל און רוקן די מענטשעלעך, אבער שפילן שפילט דער שפילער.
viewtopic.php?p=438502#p438502
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2020 6:07 am
דורך רביה''ק זי''ע
בר בי רב האט געשריבן:אזויווי ביי הבננו איז מערקבאר א נטיה פון שפעטערע דורות צו מצמצם זיין די די פעלער ווען הביננו איז אננעמבאר, איז דא ביי לא יפסיק. ס'זעט זיך ארויס אז די משנה האט באמת געמיינט כפשוטה, אפילו עד כדי מסירת נפש. וזו משנת חסידים.
וז"ל רבינו יונה: ואע"פ שאין לו להפסיק ולדבר אפילו הכי יכול ללכת כדי שישליכנו מעליו שלא מצינו הליכה שנקראת הפסק בשום מקום, מובא בתוספות יו"ט ומלאכת שלמה על המשנה. און כאטש וואס פון רש"י זעהט מען קלאר נישט אזוי איז עס אבער זייער שטארק מסתבר, און ס'קומט אסאך צונוץ...
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2020 7:29 am
דורך בר בי רב
ברכות לג
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2020 8:01 am
דורך chosen people
בר בי רב האט געשריבן:הגע בעצמך, רב יוסף זאגט לא שנו אלא במלכי ישראל אבל במלכי עכום פוסק. פארוואס, ווייל מלכי ישראל פארשטיין אז ער דאווענט דאך. נו איז מאי קמ"ל, אז מפני הכבוד אין פוסקין? השתא בק"ש באמצע הפרק אינו פוסק מפני הכבוד, כ"ש ביי שמו"ע. אלא רב יוסף זאגט ווי די הלכה איז היינט, נישט וואס די משנה מיינט צוזאגן. ווייל מיינען מיינט זי אפילו מלכי עכום
אסאך ראשונים לערנען אויבן ביי קרי''ש אז מפני היראה מיינט איינעם וואס מען איז מחוייב מיט מורא כגון אביו או רבו. לויט זיי איז א מלך ישראל דארף מען מפסיק לגבי קרי''ש אויב אזוי פארשטייט מען זייער גוט וואס די חידוש איז.
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2020 9:14 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די גמרא זאגט אונז
אמר רבי חייא בר אבא אמר רבי יוחנן כל הנביאים כולן לא נתנבאו אלא למשיא בתו לתלמיד חכם ולעושה פרקמטיא לתלמיד חכם ולמהנה תלמיד חכם מנכסיו אבל תלמידי חכמים עצמן עין לא ראתה אלהים זולתך יעשה למחכה לו ואמר רבי חייא בר אבא אמר רבי יוחנן כל הנביאים כולן לא נתנבאו אלא לימות המשיח אבל לעולם הבא עין לא ראתה אלהים זולתך וכו' ואמר רבי חייא בר אבא אמר רבי יוחנן כל הנביאים כולן לא נתנבאו אלא לבעלי תשובה אבל צדיקים גמורים עין לא ראתה אלהים זולתך
די זעלבע אמורא זאגט דריי מימרות אויף די נבואת הנביאים לעתיד לבא. אז מ'לייגט זיי אלע צוזאם זעט מען אז א תלמיד חכם עצמו, אפילו ער איז א בעל תשובה און אפילו לימות המשיח, וועט זיין א בחינה פון 'עין לא ראתה'. א צדיק מעיקרא, אפילו ווען ער איז נישט קיין ת"ח, איז אויך אזוי. און דער וואס איז א בעל תשובה וואס איז נישט קיין ת"ח נאר א מהנה ת"ח מנכסיו וכו', וועט אויך האבען די בחינה פון 'עין לא ראתה' לעתיד לבא.
די איינציגסטע וואס וועלען זיך מוזען נעביך מוטשען לעתיד לבא מיט 'נאר' די הבטחות פון די נביאים, דער 'קומי אורי כי בא אורך וכבוד הוי"ה עליך זרח',דער 'לא יהיה לך עוד השמש לאור יומם ולנגה הירח לא יאיר לך', דער 'והיית עטרת תפארת ביד הוי"ה', דער 'לפקח עינים עורות להוציא ממסגר אסיר מבית כלא ישבי חשך', דער 'והיה אחרי כן אשפוך את רוחי על כל בשר ונבאו בניכם ובנתיכם זקניכם חלמות יחלמון בחוריכם חזינות יראו', דער 'ובנו ערים נשמות וישבו ונטעו כרמים ושתו את יינם ועשו גנות ואכלו את פריהם', אלס איז נאר פאר דער וואס האט נישט זוכה געווען צו טון מער ווי מהנה ת"ח מנכסיו, און דאס אויך נאר נאכ'ן ווערן א בעל תשובה און אין אנהייב האט ער נישט אזוי געטון. דער וועט זיך מוזען ווארטן ביז עולם הבא.
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2020 5:20 pm
דורך והאיש משה
די משנה אנפאנג פרק אין עומדין ל: זאגט חסידים הראשונים היה שוהין שעה אחת וכו', פשטות מיינט דאס אן הנהגה טובה וואס גרויסע לייט האבן זיך געפירט (ועי' במג"א סי' צ"ג ס''ק א').
פלוצלינג קנאפע צוויי בלאט שפעטער אין די גמ' לב: ליינט זיך א ברייתא בזה"ל תניא נמי הכי המתפלל צריך שישהא שעה אחת קודם תפלתו, ושעה אחת אחר תפלתו, דהיינו ס'איז גאר א חיוב אויף יעדער מתפלל צו שוהה זיין שעה אחת, אזוי גייט עס קודם איז עס א מנהג חסידים נאכדעם קומט עס אריין אינעם סיסטעם און ס'ווערט א נחלת הכלל, און ווען איינער טוט עס חלילה נישט... ווערט ער באשריגן ס'הייסט? היתכן? דו טוהסט אנדערש ווי מ'האט זיך געפירט און דעראלטערהיים? מ'שטיינס געזאגט אזוי האבן זיך דאך אלע חסידישע יודן געפירט, בקיצור אזוי ווערט יעדער גוטע מנהג אדער ענין א מאסט, און אן הלכה פסוקה א פראסטער פשוטער "צריך". כ'וויל נישט מאריך זיין ווייל די בעל האשכול האט געבעטן זיך צו האלטן צו קורצע הערות ודו''ק כי קצרתי.
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2020 7:36 pm
דורך real fake news
בר בי רב האט געשריבן:הלכה פסוקה, כהא דרבי זירא בנות ישראל החמירו על עצמן.
דא אין א דערנעביגע אשכול היצט מען זיך שוין ארום צוויי וואכן איבער דעם, און דאס הייסט א הלכה פסוקה?
סהאט מיר אויך געבאדערט, האביך געטראכט בדרך הלצה אז אולי דאס וויל די גמרא לאזן הערן, טראכט נישט אריין פרעג נישט קיין קשיות,
סאיז א הלכה פסוקה און פארטיג!!...
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2020 7:38 pm
דורך בר בי רב
מתקיף לה רב אחא קרחינאה אלא מעתה גדולה נקמה. זיין קשיא איז, מקדש און דעה זענען גוטע זאכן, אבער נקמה מיינט דאך פורעניות. ענטפערט ער, רבי אלעזר צו רבי אמי, במילתה מיהא גדולה היא, ווייל במילתה רעדט מען פון פורענות עכום. א גזירה שווה אל נקמות הופיע און הופיע מהר פארן. הר פארן איז דאך עשיו. נאר די צווייטע חלק איז נישט קלאר. ער ברענגט איבער דעם זעלבן פסוק. און וואס איז לטובה. מרעדט פונעם זעלבן נקמה נאר פון אן אנדער בליק?
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2020 7:39 pm
דורך בר בי רב
בעה רב חסדא מרב ששת טעה בזו ובזו
וואס מיינט טעה על הכוס? יא געזאגט הבדלה אדער נישט? טעה איז שייך ווען כאטש תפילה האט ער. אויב איז נישטא קיין הבדלה על הכוס זאל ער מוחל זיין און גיין מאכן הבדלה.
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2020 7:39 pm
דורך בר בי רב
וואס איז פשט אז א צורבא מדרבנן איגנארירט די משנה? מ'קען זיין א צורבא און נישט קענען קיין משנה?
קוקט אויס ווי די משנה האט ברייתות החולקות.
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2020 7:40 pm
דורך בר בי רב
אטו יראת שמים מילתא זוטרתא היא, והאמר רבי חנינא משום רשב"י אין לו להקב"ה באוצרו אלא יראת שמים בלבד.
ס'קוקט נישט אויס אין פלאץ. רשב"י רעדט נישט צו יראה איז מילתא זוטרתא אדער מילתא רבוותא. רשב"י איז א קשיא אויף הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים, ווייל הקב"ה האלט די יראה אונטער זיין רשות. היות די שורות זענען זיך צעפארן האבן מיר נישט זוכה געווען צו קיין תירוץ דערויף.
מקשין העולם, משה רעדט דאך דא צום ציבור. וואס גייט מיך אן צו לגבי משה איז עס מילתא זוטרתא. אלא העניין הוא, אז ווי מער די השגה אין יראה דערגרייכט, אלץ ווייניגער קען מען משיג זיין וויאזוי ס'שייך אן יראה. און כ'מיין אז דאס מיינט דער משל איבער כלי גדול וכלי קטן.
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2020 7:42 pm
דורך בר בי רב
אמר רבי זירא שמע שמע כמודים מודים דמי
מילא אז מ'זאגט מודים אנחנו לך, צו דיר, און מודים צו דיר אויך, איז מחזי כשתי רשויות. שמע זאגט מען דאך אבער הויה אחד. אחד איז אחד, און מ'זאגט דעם נאמען. וויאזוי איז דאס אנדערש פון ה הוא אלהים זיבן ממאל
מילתא מילתא ותני קען מען אפשר פארשטיין. ער איז אחד אין דאס, און ער אחד אין יענץ.
נשלח: מיטוואך פעברואר 05, 2020 7:54 pm
דורך בר בי רב
והאיש משה האט געשריבן:די משנה אנפאנג פרק אין עומדין ל: זאגט חסידים הראשונים היה שוהין שעה אחת וכו', פשטות מיינט דאס אן הנהגה טובה וואס גרויסע לייט האבן זיך געפירט (ועי' במג"א סי' צ"ג ס''ק א').
פלוצלינג קנאפע צוויי בלאט שפעטער אין די גמ' לב: ליינט זיך א ברייתא בזה"ל תניא נמי הכי המתפלל צריך שישהא שעה אחת קודם תפלתו, ושעה אחת אחר תפלתו, דהיינו ס'איז גאר א חיוב אויף יעדער מתפלל צו שוהה זיין שעה אחת, אזוי גייט עס קודם איז עס א מנהג חסידים נאכדעם קומט עס אריין אינעם סיסטעם און ס'ווערט א נחלת הכלל, און ווען איינער טוט עס חלילה נישט... ווערט ער באשריגן ס'הייסט? היתכן? דו טוהסט אנדערש ווי מ'האט זיך געפירט און דעראלטערהיים? מ'שטיינס געזאגט אזוי האבן זיך דאך אלע חסידישע יודן געפירט, בקיצור אזוי ווערט יעדער גוטע מנהג אדער ענין א מאסט, און אן הלכה פסוקה א פראסטער פשוטער "צריך". כ'וויל נישט מאריך זיין ווייל די בעל האשכול האט געבעטן זיך צו האלטן צו קורצע הערות ודו''ק כי קצרתי.
די חסידים הראשונים האבן געהאלטן אז המתפלל צריך שישהא... די ברייתא איז משנת חסידים.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 3:20 am
דורך chosen people
בר בי רב האט געשריבן:וואס איז פשט אז א צורבא מדרבנן איגנארירט די משנה? מ'קען זיין א צורבא און נישט קענען קיין משנה?
קוקט אויס ווי די משנה האט ברייתות החולקות.
ער איז בעצם נישט געווען קיין צורבא, די גאנצע זאך איהם אנרופן צורבא מרבנן איז אויכעט געווען א חלק פון די חידודא, אזוי זאל אביי מיינען אז רבה איז איהם טאקע מחשב.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 7:36 am
דורך בר בי רב
ברכות לד
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 7:59 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
בר בי רב האט געשריבן:אטו יראת שמים מילתא זוטרתא היא, והאמר רבי חנינא משום רשב"י אין לו להקב"ה באוצרו אלא יראת שמים בלבד.
ס'קוקט נישט אויס אין פלאץ. רשב"י רעדט נישט צו יראה איז מילתא זוטרתא אדער מילתא רבוותא. רשב"י איז א קשיא אויף הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים, ווייל הקב"ה האלט די יראה אונטער זיין רשות. היות די שורות זענען זיך צעפארן האבן מיר נישט זוכה געווען צו קיין תירוץ דערויף.
מקשין העולם, משה רעדט דאך דא צום ציבור. וואס גייט מיך אן צו לגבי משה איז עס מילתא זוטרתא. אלא העניין הוא, אז ווי מער די השגה אין יראה דערגרייכט, אלץ ווייניגער קען מען משיג זיין וויאזוי ס'שייך אן יראה. און כ'מיין אז דאס מיינט דער משל איבער כלי גדול וכלי קטן.
איך בין זיכער אז דו ווייסט אז אלע בעלי הדרוש רעדן פון די קשיא, און אסאך פלפולים זענען שוין געזאגט געווארען דערויף. אבער אז מ'רעדט פון די גמרא, קען מען ברענגן די העכסט אינטרעסאנטע חתם סופר אויף דעם.
ויהי כי יראו המילדות את האלקים ויעש להם בתים, ברש"י וכן הוא בגמרא (סוטה דף י"א ע"ב) רב ושמואל חד אמר בתי מלכות וחד אמר בתי כהונה ולויה, מ"ד בתי כהונה ולויה אהרן ומשה (ומ"ד מלכות נמי ממרים קאתי) ויש לפרש בזה מאמר חכז"ל (ברכות דף ל"ב ע"ב) ועתה ישראל מה השם אלקיך שואל מעמך כי אם ליראה אטו יראה מילתא זוטרתא היא, אין לגבי משה מילתא זוטרתא היא כי ראה משה יען כי יראו המילדות את האלקים נתן להם שכרם ויוכבד אמו אשר היתה ממילדות נחשב הוא שכרה וכדאיתא במדרש רבה וייטיב אלקים הה"ד הן יראת ה' היא חכמה שבשכר היראה זכתה למשה שנתנה החכמה היא התורה על ידו ומשה נבזה בעיניו הי' ונחשב כאין כאמרו ונחנו מה וחשב אם הוא הוא שכר היראה ממילא היראה מילתא זוטרתא היא:
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 06, 2020 8:11 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
בר בי רב האט געשריבן:והאיש משה האט געשריבן:די משנה אנפאנג פרק אין עומדין ל: זאגט חסידים הראשונים היה שוהין שעה אחת וכו', פשטות מיינט דאס אן הנהגה טובה וואס גרויסע לייט האבן זיך געפירט (ועי' במג"א סי' צ"ג ס''ק א').
פלוצלינג קנאפע צוויי בלאט שפעטער אין די גמ' לב: ליינט זיך א ברייתא בזה"ל תניא נמי הכי המתפלל צריך שישהא שעה אחת קודם תפלתו, ושעה אחת אחר תפלתו, דהיינו ס'איז גאר א חיוב אויף יעדער מתפלל צו שוהה זיין שעה אחת, אזוי גייט עס קודם איז עס א מנהג חסידים נאכדעם קומט עס אריין אינעם סיסטעם און ס'ווערט א נחלת הכלל, און ווען איינער טוט עס חלילה נישט... ווערט ער באשריגן ס'הייסט? היתכן? דו טוהסט אנדערש ווי מ'האט זיך געפירט און דעראלטערהיים? מ'שטיינס געזאגט אזוי האבן זיך דאך אלע חסידישע יודן געפירט, בקיצור אזוי ווערט יעדער גוטע מנהג אדער ענין א מאסט, און אן הלכה פסוקה א פראסטער פשוטער "צריך". כ'וויל נישט מאריך זיין ווייל די בעל האשכול האט געבעטן זיך צו האלטן צו קורצע הערות ודו''ק כי קצרתי.
די חסידים הראשונים האבן געהאלטן אז המתפלל צריך שישהא... די ברייתא איז משנת חסידים.
דא שטייט א געוואלדיגע יסוד. איך געדענק אזא לשון פון דער חזון איש, אבער איך טרעף עס יעצט נישט 'חסידות לחסיד הוא מן המוכרחות', אדער עפעס אזוי. די יסוד פון מדת החסידות איז ווען א מענטש שפירט דער חומר הענין מיט אזא הארבקייט אזש ער מוז זיך פיהרען מיט זיין מדת החסידות. חסידות מיינט אז פונקט ווי דער תורה האט געהייסן טון געוויסע זאכען, קען מען אפלערנען פון די תורה וואס דער אויבישטער וויל אויפ'ן אמת. און דער וואס וויל עכט היטען די רצון ה', וועט דאס אויך מוזען אויספירען. ממילא איז נישט דא קיין וואלונטיר מעשים אין אידישקייט 'לאמיר אריין כאפען נאך עפעס'. אלס וואס מ'טוט איז מן המוכרחות. דער חסיד זיין חסידות און דער צדיק זיין פשוט'ע מצוות.
נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2020 12:26 am
דורך בר בי רב
תלמיד שירד לפני ר"א והיה מאריך יותר מדאי מקצר מדאי.
א ראיה אז נוסח ברכות שמו"ע זענען נישט געווען קבוע. אפשר מאריך מיינט מיט קרובץ, וואס איז דען מקצר? למשל, אבינו מלכנו שמע קולינו חוס ורחם עלינו, בא" שומע תפילה.
נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2020 12:28 am
דורך בר בי רב
אלו הברכות שאדם שוחה בהן, און נאכדעם ת"ר השתחויה זה פישוט ידים ורגלים.
פארוואס האט מען אויפגעהערט דאס טון? אמראים זאגן עד שיתפקקו חוליות שבשדרה. עולא אומר עד שיראה איסר כנגד לבו, אביי ורבא מצלו אצלויי. די ברייתא מיינט אבער השתחויה ממש? ווייל שוחה קען אויך מייינען שחייה, א בייג, א קוועטש אדער וואס.
בזמן הזה די קריסטן קניען על הברכיים, די ישמעאלים מאכן קידה על אפיים, אדער אפילו השתחוויה, נאר די אידן להבדיל מאכן עפעס אזא פיק ברכיים ווי א לעידי'ס קורטסי. נאר יוה"כ קען מען זיך ערלויבן אן אמת'ער השתחוויה אזא, און דעמאלטס רופט מען עס כורעים.
נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2020 12:32 am
דורך רביה''ק זי''ע
דא האסטו די 'נוסח ארץ ישראל', די אלע ברכות קריאת שמע און שמונה עשרה זענען ממש איינס אדער צוויי שורות לאנג יעדע איינע.
https://he.wikisource.org/wiki/%D7%A1%D ... 7%90%D7%9C
נשלח: פרייטאג פעברואר 07, 2020 1:08 am
דורך real fake news
ביניך היינט געוואר געווארן אז א בהמה האט א ׳יצר הרע׳ אפשר גאר אויך א בחירה....
ברכות לג. אָמַר שְׁמוּאֵל: הָנֵי מִילֵּי בְּשׁוֹר שָׁחוֹר וּבְיוֹמֵי נִיסָן, מִפְּנֵי שֶׁהַשָּׂטָן מְרַקֵּד לוֹ בֵּין קַרְנָיו.
רש״י: ביומי ניסן – מתוך שעברו ימי הסתיו שהארץ יבשה ועכשיו רואה אותה מלאה דשאים זחה דעתו עליו ונכנס בו יצר הרע: