בלאט 6 פון 6

נשלח: זונטאג יוני 23, 2024 8:12 pm
דורך מי אני
יא יא. ווי איך שרייב אין די ציטאט דו ברענגסט צו:
מי אני האט געשריבן: זונטאג מאי 24, 2020 5:06 pmדאס וואס מ׳האט פריער צוגעענדיגט די צווייטע געזעץ און איבער קעלווינס פירט אריין צום דריטן געזעץ. דאס לויטעט אז אויב קומט מען אן (אין א קריסטאל לעטיס וואו עס איז שייך אז די אטאמען זאלן זיך אויסשטעלן אין א פונקטליכן ערעי/סדר) צו אבסאלוט זערא וועט די ענטראָפּי אויך זיין זערא. דאס איז ווייל דעמאלטס איז נישטא קיין ענערגיע וואס זאל וועלען גיין ערגעץ.
אבער ייש״כ פאר׳ן קלאר ארויסברענגען. צלח ורכב!

נשלח: זונטאג יולי 07, 2024 3:05 pm
דורך מי אני
עס איז מערקווידיג צוצוצייכענען אז סייענטיסטן זענען מציע אז עס איז דא א געזעץ בתוך נאטור, וועלכע ציהט צו דעם אז ווי מער צייט גייט דורך אלס מער גייט וואקסן די קאמפּלעקס פאָנקשענאל אינפארמאציע פון א סיסטעם, ואפילו טאמער איז די פּראַבּעבּיליטי דערפון גאר קליין מעיקרא. דא איז דר. ראַבּערט האזען, איינע פון די סייענטיסטן, דאס מסביר. דר. מעלווין וואפּסאן טענה׳ט אויך אזוי, אז די ענטראפּי פון אינפארמאציע גייט גאר אראפ דורכאויס צייט, און דאס איז גאר א ראיה צום סימיולעישאן היפאטעזיע.

דר. סאַבּיִן האסענפעלדער קריטיקירט דאס.