בלאט 6 פון 23
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 1:05 am
דורך נולד מאוחר
וואס לעקוואד'ס גרויסע חתימה מאכט מיר נערוועז?
כהאב נאך נישט געקליקט דעראויף.
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 7:43 am
דורך ודי למבין
וואס ווייסט נישט ווי 'אפען מיינדעד' ענדיגט זיך, אויף וועלעכע זאך מעג מען זיין אפען מיינדעד און אוועקמאכן כל דבר אשר מקובל לנו מאבותינו, און וואס נישט
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 3:57 pm
דורך קאווע טרינקער
ודי למבין האט געשריבן:וואס ווייסט נישט ווי 'אפען מיינדעד' ענדיגט זיך, אויף וועלעכע זאך מעג מען זיין אפען מיינדעד און אוועקמאכן כל דבר אשר מקובל לנו מאבותינו, און וואס נישט
"אפען מיינדעד" מיינט נישט "אוועקמאכן כל דבר אשר מקובל לנו מאבותינו". אן אפענע-טראכטער, נעמט אן "כל דבר אשר מקובל לנו מאבותינו" און ער איז מעיין מהיכן ירקרק זה חי? אויב איז דער "כל דבר מקובל" א מנהג וואס איז געווען וויטיג אין צייטן וואס ס'איז נישט געווען קיין לעקטער, ווייסט ער שוין וואס ער האט צו טון. אבער "אוועקמאכן" מאן דכר שמיה? ס'אומבאטעמ'ט צו האלטן אז דער זיידע איז געווען א טיפש, אבער דאס יא, לעקטער האט ער נישט געהאט.
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 4:05 am
דורך זר זהב
וואס איז דא אריינגעקומען איין מוצ"ש (די וואך) און נישט מער נישט ווייניגער, גאנצע 30 הודעות ווארטן מיר אפ אינעם אישי קעסטעל??... גאנצע 30! א קאלטער שווייס האט מיר באנומען, וואס גייט פאר? כאגעציטערט אריינצודרוקן, פון 30 פלוצים'דיג באפאלערס איז זיכער דא עפעס וואס כעל נישט גלייכן און כ'בין בכלל נישט אין די מאאד... אבער ווי וואס ווען,
LEXUS האט זיך פארליבט אינעם
מילק שקר רבינ'ס פטירה און ער האט פאר גרויס עקסטאז מיר גע'לייק'ט אויף יעדן תגובה באזונדער!
און איך מיין אז רוב עולם דארט האט מיטגעכאפט עפעס פון די ביזת הים...
אייזל!!

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 4:12 am
דורך משה געציל
אוי ביסטו פאני!
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 4:13 am
דורך זר זהב
כ'בין אבער סיריעס, א מעשה שהיה.
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 4:16 am
דורך משה געציל
פאני מענטשן האבן פאני פאסירונגען...
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 4:18 am
דורך זר זהב
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 4:21 am
דורך משה געציל
נעם עס נישט אזוי צום הארצן עס איז סתם געפירקלט און געהאקט (4:20am)... ווער נאך ווי דיר ווייסט ווי שטארק כ'האלט פון דיר.
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 10:41 am
דורך קאווע טרינקער
זר זהב האט געשריבן:וואס איז דא אריינגעקומען איין מוצ"ש (די וואך) און נישט מער נישט ווייניגער, גאנצע 30 הודעות ווארטן מיר אפ אינעם אישי קעסטעל??..פאר גרויס עקסטאז מיר גע'לייק'ט אויף יעדן תגובה באזונדער!
ווען איך ווייס אז דו באקומסט אן הודעה פאר יעדע לייק, וואלט איך דיר מער געלייקט....
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 7:11 am
דורך יואב
בין איך דער איינציגסטער וואס פארשטייט נישט דעם מייסטערהאפטיגן אויסשפילעריי פון דער סייט דא צו כיטרע אויסשפיאנירן צו איר זענט טאקע א יוד, און פרעגט מיט א שטאלצן תמימות איבער דעם ד' מינים פרוכט. (***** כ'האף דער יעניגער באנדיט נעמט נישט ערנסט אז דער סוד איז א 5 אותיות'דיגן ווארט).
כ'מיין דער חברה מאן וועלעכע פראבירט שוין איבער א יאר אומסוקסעספול זיך אריינצוברעכן דא, האט שוין זיבן מאל געקענט אויסגעפינען דעם סוד, און דאס אכט מאל פארגעסן.
קען זיין איר וועט מיר אנקוקן אלס א נידריגן פארעטער, אבער אויב מ'שטעלט מיר מארגן אפ אויפן גאס, און מ'פרעגט מיר איבער דעם מיסטריעזן סודות'פולער פרוכט, בין איך מסופק אויב איך וועל עומד זיין בניסיון.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 8:45 am
דורך שמעקעדיג
יואב, ביסט שוין אנגעקומען צו שולחן עורך, דו ווייסט דען וויפיל חבלי לידה די שטיבל האט אדורכגעמאכט, וויפיל אויטאמאטישע (רוסישע..) העקערס פלעגן זיך אריינכאפן דא אין די בראשית יארן און אויסגעשפיגן זייערע שמוץ, מען האט אסאך געליטן, און זינט מען האט אויסגעפינען דעם סגולה פון דעם אתרוג, הערט מען מער נישט פון די צרה-לייט ב"ה.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 9:58 am
דורך קאווע טרינקער
בין איך דער איינציגסטער וואס לערענט זיך אויס צוויי/דריי נייע אידישע ווערטער פון יעדען נייע תגובה פון יואב?
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:41 am
דורך טעפל
קאווע טרינקער האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס לערענט זיך אויס צוויי/דריי נייע אידישע ווערטער פון יעדען נייע תגובה פון יואב?
איך לערן נאר איינס פון יעדע תגובה, אבער עס ברענגט מיר צוריק צו מנחם מנדל/ שלום עליכם צייטן..
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 3:23 am
דורך אוי טאטי
וואס האלט יעצט מיט די עורה אקשען?
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 4:00 am
דורך קאווע טרינקער
יא.
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 2:54 am
דורך יואב
וואס שווערט זיך ער האט מיט באבוב אזויפיל ווי איך האב מיט סערעט וואלאווע ?
האלט איר נישט אז ער זאגט דעם "ר" פון ער מיטן סאטמערן אקצענט ?
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 12:43 am
דורך קאווע טרינקער
וואס האט נישט געליינט קיין איינציג בוך וואס ווערט דערמאנט אינעם
נייעם אשכול?
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 12:50 am
דורך משה געציל
ניין, עמך אנכי, איך ליין אנדערע נאוועלעך איבער חסידים; מושיען של ישראל, צדיק כתמר יפרח, בצל התומר, בצל הקודש, בחצר הקודש, וכו'.
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 12:52 am
דורך קאווע טרינקער
איך שעהם זיך מיט מיין פוסט און ליידיקייט ווען דא דרייען זיך לייבן און בערן... הוגה, וואס ער ווייסט אלץ..
נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 1:31 am
דורך הוגה
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך שעהם זיך מיט מיין פוסט און ליידיקייט ווען דא דרייען זיך לייבן און בערן... הוגה, וואס ער ווייסט אלץ..
דאנט ווארי, כ'האב מקובל פון מיין באבע אז מען קען שטארבן אפילו אויב מען האט נישט געליינט.

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2013 10:01 am
דורך שמעקעדיג
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך שעהם זיך מיט מיין פוסט און ליידיקייט ווען דא דרייען זיך לייבן און בערן... הוגה, וואס ער ווייסט אלץ..
ומה אענה אנא אבתריה.. איך האב אפילו ספרי הרב קורמאן נישט געליינט..... אוי לאותה בושה.
נשלח: זונטאג מאי 19, 2013 9:33 pm
דורך קאווע טרינקער
בין איך דער איינציגסטער וואס שטערט מיך שטארק אז אויף
מיין מצבה שטייט מיט בלויע אותיות:
מערסטע אקטיוו אין די אשכול:די וועבערמאן סומאטאכע
(66 הודעות / 2.35% פון אייערע הודעות)
ס'איז מיר נישט קיין כבוד.

לכאורה גייט דאס אזוי בלייבן, ווייל קיין לענגערע אשכולות זעהט נישט אויס ס'זאל קומען.