בלאט 6 פון 9

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:38 pm
דורך שמעקעדיג
עס זענען פארהאן אסאך חילוקים צווישן יענע צייטן און היינטיגע; בעיקר איז עס ביי די רבנים.

אמאל זענען די רבנים געווען אמת'ע יראי שמים און ת"ח, און געמיינט כולו לשם שמים, און האבן לויט זייער דעת תורה באשטימט וואס איז מותר און וואס אסור.
ליידער היינטיגע רבנים - מיטן אויסנאם פון עטליכע געציילטע - מיינען זיך מער ווי הקב"ה, און ווערן נישט געפירט פון קיין דעת תורה נאר פון דעת פרומע עסקנים וועלכע סטראשען און דרייען איבער א שטאט.

איך וויל מיך אונטערווארפן אונטער א רב אדער מורה דרך. אבער אזוי ווי פילע אנדערע, זוך איך נאך א מורה דרך, וואס זאל שטימען מיט מיין השקפה, און זאל האבן א אייגענע דעה, און זיין לכה"פ אביסל אפען-מיינדעד.
שוין עטליכע אשכולות געעפנט געווארן דא ווי נאך שרייבערס טענה'ן דאס זעלבע.
צו גיין צו א רב וואס קען נאר אסר'ן יעדע חודש עפעס אנדערש, איז שוין נישט אינטרעסאנט. ס'איז שוין אוט-אף-סטייל, ווי מ'רופט עס.
מ'זוכט עפעס נארמאל, צו ג-ט און צו לייט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 2:05 pm
דורך a1b2
שמעקעדיג האט געשריבן:אדער הרב וואזנערס פלייצעס.
און ער האט דאס שוין געמאכט - אדער לכה"פ פרובירט.
איז ער ש'מ בכלל ווייל לפי שיטתו ה'וו' מעג מען נאר זיין אויף נעט לצורך פרנסה

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 2:42 pm
דורך בן תמליון
שאץ מאץ איר שטעלט פאר א שיינעם מאנאלאג איר טענה'ט אז מ'דארף צוריקגיין צו אונגארן פארן קריג און מאכן א טיילונג צווישן די יושבי אור יושבי הפילטער יושבי האייוועלט און יושבי חושך הקאווע שטיבל און בלאגס וואס איר זאגט איז די היינטיקע ביכער פון פוילן פארן קריג. זייט וויסן אז אונגארן פארן קריג ווי מיינסטנס האבן קוים געקענט עברי און געלעבט אין די דערפער מיט די הינער וועט איר שווערליך איבערפלאנצן אינעם ווייפיי תקופה על אדמת אמעריקא. לאזט די טיילונגען פאר די היסטאריע ביכער און עפנט די אויגן און דער אמת וועט אייך שמייסן אין פנים היינט איז א וועלט וואס אינפארמאציע איז אין די לופטן ווי לופט צו אטעמען. איינגראבן דעם קאפ אין זאמד ווי א בת היענה און שרייען טיילונג וועט אייך ווינציק העלפן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 3:04 pm
דורך מורינו הרב
היינטיגע טעג קען מען כמעט נישט מאכן קייין טיילונג.

ווען עס איז דא אינטערנעט און די גאנצע וועלט איז א קליינע וועלט, סא וואספארא טיילונג קענסטו מאכן?

איין וועג איז פאראן: א גרופע יונגעלייט זאלן גיין מופן אויף איימיש טאון.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 3:08 pm
דורך אברעמעל
אינטערסאנט דער עולם האט זיך עפעס אזוי ארויפגעכאפט אויף די ווארט טיילונג, ער האט בעיקר געמיינט צו זאגן (עכ"פ וויזוי איך קוק עס אן) אז די מצב היינט האלט די זעלבע ווי יענע צייטן און א טיילונג איז וויכטיג,
אבער במציאות איז עס אויבנאויף נישט שייך, נו מאכט יעדער א טיילונג ביי זיך, ער זאל וויסן מבחין צו זיין ביין טוב לרע, אויף דעם זאגט ער אין די ארטיקל וואס רע איז.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 3:11 pm
דורך a1b2
פארשטיייט איינער וואס ער מיינט צו זאגן אז די מצב היינט האלט די זעלבע ווי יענע, קוקט עס דען אויס ווי רעפארם?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 5:42 pm
דורך געפילטע פיש
קארל האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
קארל האט געשריבן:אלזא, לאמיר צולייגן אן אויער צו וואס פירש זאגט. מיר מוזן נישט דווקא מקבל זיין זיינע עצות (״לערנען אמונה שטערקער?! וואס עפעס? מיר זענען עפעס בעלי תשובה?!״), אבער דער פראבלעם מוזן מיר הערן פון אים.

מיט דעם האלט איך אנדערש ווי דיר, די אינטערנעט קען נאר אוועק נעמען דאס תמימות פון א תמים, און אז אונזערע קינדער וועלן נישט זיין קיין תמימים וועט די אינטערנעט זיי נישט אויפקלערן, ווייל זיי וועלן שוין האבן געהערט די איידיעס אינדערהיים פון אונזערע מקורות.

אזוי ווי ביי ****-עד האלט מען אין איין זאגן אז קינדער דארפן דאס הערען פון די עלטערען און טיטשערס ווי ענדערש הערען פון חבירים און פעדאפיילס, נישט ממש דומה לנמשל, באט יו געט מיי פוינט.

וואו זאג איך אנדערש?

"לערנען אמונה שטערקער?! וואס עפעס? מיר זענען עפעס בעלי תשובה"
חוץ אויב ביזט סארקאסטיש?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 6:38 pm
דורך דבילה
No_name האט געשריבן:ידידינו הרב שאץ מאץ האט יעצט געלייגט זיין ארטיקל פאבליק

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 93#p598893


אינטרעסאנט ווי אזא סאפיסטיקירטע ארטיקל סיי אין שפראך סיי אין אויסלייג ווערט געשריבן פון עפעס א דארף ארויס פון הודו-נאנאש. אשפג! אוי איז דער שרייבער אנגעליינט און אנגעשטעקט! ווי דערעבע זי"ע פלעגט וויינען "מכם ובכם"!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 7:31 pm
דורך געפילטע פיש
קארל האט געשריבן:אוודאי סארקאסטיש.

איי וואזענט שאר, פאו'ס געזעץ.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 8:21 pm
דורך נולד מאוחר
טיילונג איז א גוטע געדאנק, מען גייט מאכן א טיילונג אויף ניקס. דע און דע ניק ח''ו צי מצרף זיין צי מינין. אשפג.
פירש ח''ו זיך משדך זיין מחט עם .קטלא יהרג ואל יעבר.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 5:21 am
דורך שמואל הלוי
a1b2 האט געשריבן:וועגן די פראבלעם פון גילוי עריות ר' אהרן האט געזאגט אז יעצט הערט ער די ערשטע מאל אז אינטערנעט האט מיט כפירה א שייכות

דא קען מען זען די דרשה
http://ladaat.net/showgil.aspx?par=20120818&gil=454

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 1:21 pm
דורך קווארטין
כבוד חברי היקרים כל אחד בשמו הטוב יבורך.

די וואס ליינען מיינע תגובות ווייסן אז כאטש כ'שרייב א סך דא אין "קאווע שטיבל", האבעך אבער כמעט נישט אריינגעשריבן ווען ס'איז געקומען צו אמונות ודעות, פארוואס, ווייל איך בין פון די אידן וואס פרובירן צו סטיקן צו אמונה פשוטה, כ'פרעג נישט אזעלכע קשיות א שטייגער: פון ווי נעמט זיך דער מנהג צו עסן שבת פיש זופ פלייש, ווייל אז מ'האט דאס געגעסן ביי מיין ערליכן טאטן און ערליכע זיידעס, ולמעלה בקודש, פרעג איך נישט.

אבל דא עקא, נאכן ליינען שאצ'ס ארטיקל, האבעך באשלאסן יא צו נעמען די פענע און שרייבן אביסל וואס דרוקט מיר. כ'וויל אבער מ'זאלמיר גוט פארשטיין, קאן זיין אז פון מיינע ווערטער וועט זיך ארויס שטעלן א פגיעה אין ש"ץ, אדער אויף געוויסע שרייבערס דא "קאוועניו", וויל איך אבער מ'זאל מיך קלאר פארשטיין, כ'מיין חלילה אין קיינעם נישט פוגע צו זיין, כ'וויל נאר מאכן זאכן קילורין לענים, עכ"פ אין מיין פערספעקטיוו, וזה החלי בעזר הבורא:

ש"ץ האט געשריבן און ער האט געלאזט פאלן אזעלכע אויסדרוקן ווי "טיילונג", "בחרב ובחנות", די נעמען וועלן ארויסרינען ברבים, א.א.וו., ש"ץ'ל טייערע, רעד נישט אזוי, איר דערמאנט מיר פון די אידישע טאכטער וואס האט אנגעהויבן נעבעך גליטשן, און מ'האט מטכס עצה געוועזן, וויאזוי מ'קאן איר ראטעווען, דא איז פארהאן טעראפיסטן, דעה זאגערס, און דא איז דא א אידיש קינד וואס איז נישט קיין דאמי, זי וויל זיך אויך העלפן, איז געקומען א חכם און געזאגט וואס טראכט מען אזויפיל, מ'דארף נעמען א בייטש, גוט אנהאקן די ביינער, און שוין, איר הערט א לשון?... האט מען אים געענטפערט, ר' איד, "מ'שלאגט נישט". ר' ש"ץ, ס'זעלבע וויל איך אייך זאגן, "מ'שלאגט נישט", נארוואסזשע דען, ליידער איז דא זייער א סך פון די שרייבערס דא, וואס ווייסן נעבעך נישט וואס פעלט זיי, אייגענטליך זיי ווייסן יא, נאר זיי קענען זיך נעבעך נישט העלפן, רוקט מען זיך ארויף אויף די רבנים, און אויף כלל טוער'ס, מ'בלעימט יענעם, מ'בלעימט א סיסטעם און ליידער אויך, כ'וויל נישט זאגן, אבער באהאלטענערהייט האט מען חלילה טענות כלפי מעלה רח"ל.

לאמיר אביסל טיפער אריינגיין אין די נושא.

ס'איז פארהאן דריי סארט אידן, דריי סוגים במחננו, כ'עלעס איינטיילן אין צוויי קאטאגאריעס "פון זיי", און "וועגן זיי".

"פון זיי"

א) סוג א' זענען אזעלכע וואס זיי האבן חתונה געהאט און זיי האבן ב"ה "פת בסלם", מ'לערנט א יעדען טאג די שיעורים, און מ'דאווענט ערליך צום רבוש"ע אוודאי ס'לעבן איז נישט קיין פיקניק, אבער ס'גייט דורך נאך א טאג און נאך א טאג, מ'איז מתפלל און מ'האט סיעתד"ש.
לאמיר זיי אנרופן מיטן שיינעם נאמען "ביהמ"ד אידן".

ב) סוג ב', אזעלעכע ווי די ערשטע קאטעגאריע, מיטן אויסנאם אז זיי גלוסטן אויך צו גשמיות'דיגע הנאות, זיי זוכן אינטערטעינמענט, און די אינטערטעינמענטס זיינען דייקא נישט קיין ווארעמען דאווענען פון רבי'ן אדער רב זז"ג, אדער דעם טיש פרייטאג צו נאכטס, און אפי' זיי דאווענען יא ביים רב, ס'איז פארהאן אזוינע וואס זוכן ביידע, און אז מ'געפינט נישט ביינונז, ווייל ס'איז ליידער נישטא, דאן זוכט מען ביי די דרויסענדיגע וועלט, און אויב מ'האט צוטריט צו אינטערנעט, איז עס א פראגע פון צייט ווילאנג ער וועט זיך אריינגליטשן דערין, און פון דארט ביזן סאמע טומאה איז א גארנישט, אפי' מיטן פילטער. וואס געשעט נאכדעם? מ'באקומט גילטי קאנטשעס, פארוואס האביך אריינגעוואנדערט דארט אהין, ס'איז דאך שובו בנים שובבים חוץ מאחר; א צווייטע טאג וועט אים באדערן, העי, דער גוי און דער שוואכער יוד מאכן א לעבן, און איך בין צוקוועטשט. און דער מח ווערט אן ערבוביא, א צעמישעניש, מ'פאנגט אן צו טראכטן, מ'טאר נישט? טאקע אזוי? די זיידעס ווילן אונז נישט קענען ווייל מ'איז דורך געפאלן?, אוי געוואלד וואס טוט מען דא. לאמיר זיי אנרופן "פארפלאנטערטע אידן".

ג) ס'איז ליידער א באדייטנדע צאל פון אחב"י, וואס דאס לעבן גייט זיי נישט וויזוי זיי האבן געוואלט, און איינער וואס האט נישט זייער פראבלעם, וועט ניטאמאל פארשטיין וואס זיי גייען אדורך, א שטייגער ווי דער מגי"ש האט געשריגן אויפן בחור, און ער ווייסט ניטאמאל אז אין יענעם'ס הארץ איז דא א לאך, כ'על אויסרעכענען עטליכע, און ס'איז פארהאן נאך.
*ס'איז פארהאן אידן וואס האבן א ווייב, אבער זיי האבן נישט קיין פת בסלם, זיי וויינען שבועות ווען זיי זאגן "עמה תתרפק ולא באחרת",
*ס'איז פארהאן אידן וואס האבן תמימות'דיגע רעבעצוינים מיט וועם זיי קענען נישט האבן קיין דייעלאג,
*ס'איז פארהאן אידן וואס גייט זיי פארהעלטענמעסיג גוט, אבער זיי האבן טאלאנטן, בע"ת, שיינע שטימעס, גוטע שרייבערס, אבער ס'איז דא אנדערע אויפן אויבן אן, און דיך וויל מען נישט אנערקענען,
*ס'איז פארהאן אידן, וואס קענען נישט שלאפן אין די "געשמאקע סוכה" ווייל "לילית" קומט זיי דארט אויך וויזיטן.
*ס'איז ליידער פארהאן אידן וואס האבן געליינט צופיל פון האלאקאסט, און זיי זענען זייער אומעטיג (אפשר דארף מען טאקע נישט ליינען, דרך אגב כ'האב ערגעץ געזען אז רחמ"ד ווייסמאנדל ז"ל האט געזאגט אז היטלער ימ"ש האט טאקע נישט באוויזן צו פארטיליגן גאנץ כלל ישראל, אבער ער האט מורא אז דאס "תמימות" האט ער יא גע'הרג'עט),
*ס'פארהאן אזעלכע וואס האבן מולטיפול פון די פראבלעמען.

וויפיל פון די מענטשן האבן זמנים וואס זיי ווערן ממש פרוסטרעטעד ווייל קיינער פארשטייט זיי נישט, און זיי האבן זיך נישט פאר וועם אויסצורעדן, לויט מיין ארימען נאלעדזש איז נישטא צופיל מיט וואס מ'קען זיך העלפן, עכ"פ אויף א חלק פון די פראבלעמען.
לאמיר זיי אנרופן "פארווייטאגטע אידן".

"וועגן זיי"

א) ביהמ"ד אידן: פאר די אידן פון סוג א', פאר די זאגן מיר: "כמותכם ירבו בישראל", דינטס דעם באשעפער און בעטס ווייטער אויף סיעד"ש.
און איין ווארט: סטעי ווער יו אר, רירט אייך נישט פון וואו איר זענט.

ב) פארפלאנטערטע אידן: פאר די אידן פון סוג ב' דא איז דא א סך וואס מאריך צו זיין.

קודם זיל בתר טעמא,

קריכטס נישט אוועק פון ענקער פראבלעם/דורכפאל, מ'האט זיך פארפלאנטערט מיטן גוי'אישען- אמעריקאנעם-עוה"ז-שקוץ-וניאוף, און די געפילן בורזשען, אבער רבוש"ע ווער קען זאגן פאר די אידן, אז דו זעהסט זייער הארץ אפי' מ'איז אדורך געפאלן, ווער קען אויפקלערן אונזערע ברודער אז נאכן זיך אנזעהן זיסקייט (ביטערקייט) ביי זיי, זאלן זיי נאכאלץ קומען צו די הכרה אז די אמת'ע זיסקייט איז ביי אונז, זיי זאלן טראכטן אז דער גוי האט נישט קיין "שבת", מיט קיין "יידש נחת", "אפי' די קינות תשעה באב איז זיס" זאגט הר"ר יוסף חיים. ס'קען זיין אז מ'האט מורא אז ס'ווארט א שווערע גיהנום, און וועגן דעם קריכט מען מער און מער אין די בלאטע וואס רופט זיך אמונה, אבער פליז, הנסתרות לשם אלוקינו, און דער רבוש"ע זעהט אונזער הארץ. וואס האט דער הייליגע בעל התניא געזאגט, אז איין שעה זאל מען זיך מתבוננן זיין בינו לבין קונו, און ס'איבעריגע זאל מען זיכען פרא-אקטיוו צו מאכן שטערקער דעם קשר מיטן רבוש"ע, און דאס האט ער געזאגט און זיינע צייטן, היינט אפשר איז גענוג פינף מינוט, אדער אזוי ווי צדיקים האבן געזאגט, "אן אמת'ע אידישע קרעכטץ" טוט סך מער אויף ווי אמאל תעניתים, מ'דארף מאכן א כינוס און זאגן פאר די אידן (שיין ביסל אין צאל) אז גאט זעהט אונזער הארץ., פארוואס זאל מען זוכן קשיות אויף די אמונה ומסורה, אז חוץ אגרעוואציע ברענגט דאס גארנישט.

אין איין ווארט: זייט רעאליסטיש צו אייער פראבלעם, לאזט ענק אפ פון די רבנים, זיי זענען גארנישט שולדיג אין אייער מצב, זוכט נישט קיין אמונה פראגעס, נאר פארקערט, הוקטס ענק צוריק צו ענקער אמאליגע תמימות, קיינער האט נישט קיין רעכט צו זאגן אז דער איז נאו יו-טורן.

און צו דיר כבוד ר' שץ'ל, און אזעלעכע ווי דיינס גלייכן, פליז מאך נישט קיין טיילונג, זיי נישט מדמה די אמאליגע אפגעפארענע וואס האבן אראפגעווארפן פון זיך דעם אידישן לבוש, זיך צוזאמגענומען יונגן און מוידן, געגעסן יו"כ, פארגאט אבאוט שמירת המצות, אין איין ווארט, זיי האבן פורץ גדר געווען אין עם ישראל, און בעיקר, אראפגעווארפן פון זיך דעם "עול מלכות שמים", דערפאר האבן די צדיקים אין יענס צייט געמאכט א סטרעיט אייראן וואל (גראדע אייזערנע וואנט) צווישן דעם ערליכן איד און זיי.

היינט אבער, קיינער וועט נישט אויסטוען דעם אידישן לבוש, מיר זענען אפגעטיילט פון פרויען כמטחוי קשת, דער וואס זאגט אז אידן זאגן "ונתנה תוקף" אום יו"כ אויף א פולן מאגן דער רעדט שטותים, ווייל אז די נשמה איז אין פעין מיינט נאך נישט אז מ'עסט יוכ"פ, איטס נאן-סענס. ווידער קיין גראדע אייזערנע וואנט קאן מען אויך נישט מאכן, ווייל ס'עט מוזן זיין זיג זעג, דו באציסט זיך טאקע אויף די וואס שרייבן, אבער וויפיל איז דא וואס שרייבן נישט, אבער אויף זייער נשמה האבן זיי אויך בא-בא'ס.

נארוואס דען, אויפקלערן, מחזק זיין, אזוי ווי כ'האב פריער געשריבן, "אויפקלערן" אז מ'איז דורך געפאלן, און דאס איז וואס דרוקט, די עוונות. "אויפקלערן" אז מ'איז ב"ה גענוג קלוג איינצוזעהן אז די אידישע לעבן איז זיס און זויבער, און "מחזק" זיין אז מ'איז נישט אוועקגעפאלן, און אז כביכול האט אונז נאך ליב.

סיסטעם

דא אין קאוועניו איז דא וואס זאגן אז מ'זאל טוישן סיסטעם, סיסטעם אהער און סיסטעם אהין, אפשר קען מיר איינער זאגן פון וואסערע סיסטעם מ'רעדט דא?, קיין סיסטעם וועט זיך נישט טוישן, קלאפט אייך דאס ארויס פון קאפ, ר' ש"ץ איר מוזט אפי' נישט האקן דערויף, ווייל מ'דארף נישט האקן אויף זאכן וואס זענען סתם געקייט וואסער, והא ראי' אין די גוי'אישע מידיא איז אויך דא אזוינע וואס האקן, זיי טוען עפעס אויף? א גרויסע פייג, נאר וואס יא, אפשר קען מען "צושטעלן" צום סיסטעם, אזוי ווי מ'לייגט צו א שטאק צו א פעסטן יסוד'ישן בנין. אנשטאט יעדן מאנטאג דאנערשטיג זאל מען זיך צוטשעפן צו א צווייטן, איינמאל איז דאס "מאטא פראנק", א צווייטס מאל איז דאס "יהודא גרין", אדער זאל מען ווארטן ביז ס'עט אינטערקומען אינטערטעינמענט ביי די רופא חולים דינער, זאל מען ביינונז אליין מאכן היימישע אינטערטעינמענט, יעס, קאושער אינטערטעינמענט, חסיד'ישע פארברענגן (כמו קאנצערטן), מענ'ס אונלי, חזנות פארברענגען, חיזוק דרשות פון חברים, שושן פורים-חוה"מ זאל זיין א שפיל, און אלעס טאקע מטעם הקהל/איגוד קהילות. און מ'זאל קאנווינסן דעם עולם אז ווער ס'וויל גיין זאל זיך נישט שעמען, ס'איז געווארן א מורא'דיגע בושה וועלט, מיין זיידע זז"ג האט מיר געזאגט אז ס'איז געווען א אפטע ערשיינונג אין דער אלטער היים, אין שטעטל נאך מעריב, האט זיך א צו-וואנדערטע חזן ארויפגעשטעלט אויפן בימה און געזאגט א שטיקל, און דער עולם האט הנאה געהאט, און אריינגעלייגט אפאר ליי אדער גראשן אין זיין איבערגעדרייטע היט, היינט איימיצער זאל זיך ארויפשטעלן מאכן א קעדאטשקע ביי א חתונה, עט זיך דער עולם האלטן ביי די זייטן, א מעש...נער. דרך אגב, ר' ש"ץ האט דערמאנט "פרעשבורג", אין פרעשבורג איז געווען חזן ר' יאסעלע ראזענבלאט, בכלל איז ס'לעבן אין דער אלטער היים געווען א זיסערע. קען זיין אז די אלע זאכן וואס כ'האב דא געשריבן איז א "דבר שלא בא לעולם", אבער עטליעסט, מ'זאל וויסן וואס ס'פעלט אונז.

כבוד התורה, רבנים אשר הם חיים אתנו לאו"י

בכלל דארף מען געדענקן אז צו רעדן אויף רבנים ברענגט מער שאדן ווי ריווח, דו ווילסט נישט האלטן פון יענעם רב, סאו האלט נישט, קיינער צווינגט דיך נישט, אבער איז עס דען אויסגעהאלטן צו רעדן?, ווידער אונטער "דיין" רב זאלסטו זיך אינטערווארפן, איי, דו האסט קשיות אויף דיין רב אויך, ס'איז נישט דיינע דאגות, עשה מה שעליך. געדענק אויב ווילסטו אויפשטעלן ערליכע דורות, איז דעיס א ראנג וועי, אזוי ווי ש"ץ זאגט אבער מיט תחנונים. כ'ווייס ס'איז דא א סך אידן אין וומ"ס, וואס פלעגן דאווענען און זייטיגע בתי מדרשים, אבער די קינדער האבן זיי נאר געשיקט קיין סאטמאר צום ברך משה, אין א יום טוב פלעגט דער טאטע אויך קומען, סך פון די האבן אפי' נישט אזוי שטארק געהאלטן פון ברך משה זי"ע (כ'גיי נישט אריין, ס'איז נישט גערעכט), אבער די אלע קינדער זענען אויסגעוואקסן הייסע תלמידים צום ברך משה, און די תענוג והשפעה רוחני וועט זיי באגלייטן א גאנץ לעבן.

און אצינד צום לעצטן קאטעגאריע:
ג) פארווייטאגטע אידן: יאפ, א יעדער איד דארף גלייבן אז אלעס און אלסדינג וואס מיר גייען דא אדורך איז פון אויבן. פארוואס, ווייסן מיר נישט, און מיר ווילן נישט וויסן, אבער ס'איז דא א באסס אויבן, און זיין הייליג רצון איז אז "א געוויסע חלק" פון אונז זאלן האבן פנימיות'דיגע שוועריגקייטן, וואס מ'קען גארנישט שערן מיט מענטשן, (אנדערש ווי אנדערע פראבלעמען, א שטייגער ווי בוני עולם, דרך אגב כ'קום נישט מעסטן קיין צרות). "מיר" זענען פון זיינע שטערקסטע גענעראלן, און טאקע בעקבתא דמשיחא.

און דא קאן מען אויך זאגן, הנסתרות לשם אלוקינו, דער בורא ווייסט וואס מיר גייען דורך, און וואס ס'קומט נאר נישט אונטער זאל מען עס ממתיק זיין, "המתקת הדינים".

אין איין ווארט: וויפיל פנימיות'דיגע שוועריקייטן מ'זאל נישט האבן, דארף מען געדענקען אז מיר האבן מיר דאס טייערסטע, און דאס איז דער רבוש"ע, און ער איז א בוחן כליות ולב, קוקט אויף די גוטע חלקים, קוקט אויף אייערע זיסע קינדערלעך, און האלט און איין זאגן "ברוך השם", כ'האב דיך ליב טאטע.

און ש"צ'ל, אז אידן מאכן א באהאלטענעם פארום וואו מ'קאן זיך אויסשמועסן די פראבלעמען וואס ס'איז נישטא ערגעץ אנדערשט וואו זיך אויסצורעדן, אפשר איז עס נישט טאקע אויסגעהאלטן, אפשר דארף מען דאס מער סענסורן, אבער וועגן דעם רופט מען זיי נאכנישט מנובלים, איר האט נישט זייער פראבלעמען, סאו זא זיי נישט דן.

עם השם חזקו ונתחזקה!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 1:49 pm
דורך שמעקעדיג
WOW

דברים כדרבונות!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 3:15 pm
דורך איחוד פעלד
צו אונזערע חשובע ליינערס שליט"א
עס האבען דא געשריבען פארשידענע שרייבערס, כל אחד בניקו יבורך.
אונזערע חשובע שרייבערס האבען געשריבען זה בכה וזה בכה, אנגעהויבען דעם אשכול האב "פירש" וואס זאגט אז ער איז פירש, די חידוש אין דעם איז, אז זיין ארטיקעל אין טענות האבען גארנישט קיין שייכות מיט זיין שטאפעל אין רעליגיע וואס ער גלייבט יא אדער נישט, זיינע פונקטען זענען גראדע גאר באקאנט און פאפולער, קיין חידושים נישט אנדערע שרייבען דאס זעלבע, און חשובע אידען זאגען דאס זעלבע.
עם כל זה, איז לדעתי זיין עיקר שיטה אנגעפרעגט מכל וכל, אזוי ווי אלע וואס וועלען נעמען די פאר מינוטען אדורך צו ליינען מיינע שורות וועלען זעהן.


פירש האט געטענהט אזוי
די פראבלעם
אז אידישקייט איז געבויט אויף תמימות, און די אינטערנעט מאכט דאס קליא דורך אינפארמאציע.
פארוואס אייער וועג ארבעט נישט?
ווייל די אינטערנעט איז א חלק פין לעבען. וכו' וכו' וכו'.
וואס ארבעט יא?
מחנך זיין נישט מיט תמימות, אריינברענגען אידישקייט מיט א שמחה א חיות וכו'.
ע"כ דברי פירש ידידנו היקר, בקיצור מופלג.

מה נאמר מה נדבר, אסאך אירע האלטען גענוי אזוי. און די מהלך איז נישט ריכטיג.
אנדערע האבען דא געשריבען אויף פארשידענע מינים פין חסידישע אידען וואס איז דא. אונז ווילען מיר נישט קלאסיפייען די אידען, עס איז דא גאר אסאך מינים פין אידען, אויב איז דא צען טויזענט חסידישע אידען, איז דא הונדרעט טויזענט מינים, כידוע די מימרא איין איד און צען דעות.
נאר וואס יא?
לאמיר אדורך טוהן אונזערע דרך החינוך ווי אזוי אונז זענען מחנך די קינדער פאר די לעצטע דרייסיג יאר בערך, און פראבירען צו מאכען א קו המשוה צווישען אונזערע סארט אידען, ד.ה. חסידישע אידען דוקא.
אונזערע מוסדות רעדען קיינמאל נישט ברייט ארום די ענינים פין אמונה בטחון אידישקייט השגחה פרטית, בכלל די הנהגה פין א מענטש טוט מען נישט ביי אונז קאנטראלירען דורך אידישע השקפות,
למשל, מען איז מחנך קינדער אז מען זאל נישט ארבעטען וועגען מען דארף האבען בטחון, אבער מען טוט נישט אדורך דער יסוד דערפין באריכות, און מען זאגט נישט אז עס דא חולקים וואס האלטען דער היפוך, מען רעדט נישט דערפין באריכות בכלל, עס איז דא א שמועס דערוועגען, און פאפ, מען טוט נישט אדורך ארבעטען דער ענין, צו אלע רביס האלטען אזוי צו נישט, צו דער זידיטשובער האט געהאלטען אנדרעש, וכו' וכו' וכו'. נאר וואס? יעדער ווייסט עס איז דא אן ענין פין בטחון און מען טייטשט שוין אויס לויט ווי עס איז בעסער פאר יעדער יחיד, דארף ער געלט נייטיג?, איז בטחון פאר יענעם, דארף ער נישט געלט? דעמאלס איז ער א גרויסער בעל בטחון. און דער מהלך גייט אהן ביי אלע ענינים, פילט ער זייער שוואך ביים פאסטען, ווערט ער א מקיל בתענית, פאסט ער גרינג, איז ער א קיצוני לגבי דעם. די משלים קענען אנגיין א גאנץ יאר בכל מדה ומדה, איז ער א גביר, איז א מצוה צו קויפען א שיינער אתרוג, איז ער נישט, איז א שאד די אלע וואס ספענדען אויף א אתרוג. רובא דרובא וועלען האבען דער אטיטאד לגבי רוב ענינים.
א מיעוט מענטשען זענען קלוגער און ווייסען מער, לגבי דער מיעוט רעד איך נישט, פארשטייט זיך אז דער שרייבער פין די שורות איז פין דער מיעוט, ווי אויך זענען אפשר אסאך שרייבערס דא אין קאווע שטיבעל.
בכלל לערנט מען נישט מחשבה ודעות ביי אונז אין די מוסדות, חסידישער ספרים און ספרי מוסר ווערען אביסעל אנגעקוקט אבער נישט שטודירט, דאס ביסל לומדות וואס די מגידי שיעור לערנען יא אויס, איז בערך א האלבע כתה צו מער נישט פעיג צו פארשטיין, מען לערנט נאר גמרא, און לעצטענס לערנען בחורים גאר ווייניג גמרא, און אביסעל משנה ברורה ווען מען איז יונגער, אזוי אז רובא דרובא ווייסען נישט וואס משה רבינו האט מחדש געווען, לעומת דער חידוש פין דער אר"י הקדוש, צו דער חידוש פין בעל שם טוב, צו פין ר' צדוק, ביז דער חידוש פין ר' חיים אין לערנען. און מען רעדט שוין נישט פין אשלג אדער זוהר אדער מדרשים אדער סתם חז"ל, אדער ראשונים צ.ב.ש. דער אבן עזרא, אדער דער רמב"ם דער פיליסוף קעגען דער רמב"ן דער מקובל.
אלעס אלעס איז איין גרויסע מישקעבאבעל וואס מען גלייבט אין כל הכתוב לחיים, איעדעס שטיקעל טינט פין א געדריקטע ספר איז קדוש קדוש, און מען ווערט אן אינטרעסאנטער אויב איינער פין דער אויווען דערמאנטער מיעוט זאגט אמאהל פאר איינעם אז דער שטיקעל אבן עזרא האלט אזוי, צו אז דער שומר אמונים האלט אז עס איז נישטא קיין השגחה פרטית פין א דומם צומח חי, און מען הייבט אהן האלטען פין יענעם אלס משכיל און אויף געקלערט כאטש אפילו ער איז בסך הכל א געלערענטע מענטש, וואס ווייסט אביסעל מער ווי עוורידזש, און מער פין רוב רבנים און אנשי מעשה.
ע"כ וואס מען לייגט נאר אריין אין די אמונה פין אידישקייט, דאס רופען מענטשען אהן אמונה פשוטה, ווען דער אמת איז אז דאס איז נישט קיין אמונה פשוטה אויך נישט, אפשר וואלט דער פאסיגער נאמען געווען אמונה טפשותה, ווייל מען לייגט אריין טפשות און נארישקייטען, וואס רוב מענטשען ווייסען נישט אין וואס און ווען זיי גלייבען, טאמער זאל ער דארפען זאגען פאר א גוי אדער פרייער איד, וואס וויל באמת וויסען וואס ער גלייבט, וועט ער צום רוב מאהל האקען אין טשייניק און זאגען אזעלכע שטותים, אז די האר פין קאפ וועלען זיך אויף שטעלען אויב איינער פין דער מיעוט זאל הערען וואס יענער מיינט אלס איז אידישקייט.
דער עיקר וואס מען לייגט אריין אין אונזערע קינדער, איז א לייפסטייל, א חסידישער לייפסטייל, וואס איז וויכטיג און וואס נישט, דרך ארץ פאר עלטערע, די בגדים וואס מען גייט אנגעטוהן, און א וועלט פין באבע מעשיות וואס פארמירט דער קולטור. מען איז מחנך צו אייביג פילען שלעכט פאר זיין גילטי, און בכלל ציט מען אויף קינדער מיט א שטארקע גילטי פילינג, וואס דאס מאכט א שטארקע אומזיכערקייט, אזוי אז מען גלייבט זיך נישט אליין צו פארשטיין בכלל וואס עס איז דא צו פארשטיין, און מען זאגט אז מען לאזט דאס פאר די מומחים, ווען די מומחים וואס ווייסען יא שפילען א געים מיט איינרעדען דעם זעלבען מישקעבאבעל וואס איז אויווען דערמאנט אונטער דער מאסקע פין אמונה טפשותה.
ממילא קען איינער זיין א שייגעץ גמור, ער קען נישט דאווענען אגאנצע וואך, און קומט שבת איז ער א געהעריגער איד לכל הדעות, ער קען גיין אין טיאטער, אבער ער בלייבט א איד, ער קען גיין און מקומות וואס איז נישט שיין מזכיר צו זיין די נעמען, און א רגע דערויף בלייבט ער דער זעלבער חסידישער איד, ער קען דאווענען דער זעלבער, און עס איז נישט קיין סתירה, ווייל ביי אים האט די יצר הרע גובר געווען, אבער ער טוט תשובה, און גייט די זעלבע בגדים, רעדט די זעלבע שפראך, זאגט ווייטער ברוך השם, און א שווארצער יאר אויף זיי, און ער בלייבט א איד.

ווי ציל איך מיט דעם?
דער מיעוט באדערט אייביג פארוואס די רוב איז אזוי, פראבירט צו רעדען, ברענגט ארויס ווייטאג, און בלעימט כמה פראבלעמען אויף דעם,
אבער דער אמת איז,
אז דער מהלך איז דער בעסטער פאר אונז.
קיין שום ווינט, קיין שום אינטערנעט, קיין שום בעל דרשן, קיין שום ביכער, קיין שום זאך קען נישט רירען דער שטארקע יסוד פין דעם מישקעבאבעל. דאס בלייבט במקומו, און עס רירט זיך נישט אוועק.
והא ראי', אינטערנעט איז שוין דא פאר פיפצען יאר, וויפיל אינגעלייט זענען ארויס לתרבות רעה? א מנין? אולי.
בחורים איז נישט קיין ראי', בחורים פלעגען אייביג קומען און גיין. און זיי וועלען ווייטער, עס האט נישט מיט אינטערנעט.
קומט צו גיין ר' פירש והדומה לו, מענטשען וואס האלטען אז מען דארף אויף קלערען דעם עולם כדאי צו קענען ביישטיין דער אינטערנעט
. א פאטש אין פיסק, חלילה וחלילה, אויף קלערען? דאס וועט נאר מאכען דער רוב מער וואלנערעבעל צו די סכנות פין אפיקורסות וואס הערשט אויף דעם אינטערנעט.
לאז די זאך געמאכט, ווי א חכם זאגט מיר לעצטענעס, די סיסטעם שטינקט, זאג וואס די ווילסט אבער עס ארבעט.
איך וואלט באמת געברויכט מאריך זיין אסאך מער אין דעם שמועס, מען זאל נישט האבען קיין טענות אויף מיינע ווערטער, מען קען פרעגען און איך וועל פראבירען משלים צו זיין אויף וויפיל איך קען.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 18, 2012 11:19 pm
דורך [NAMELESS]
זייער אמת יאנקעל
איינער האט מיר דערציילט אז א מגיד שיער אין א ישיבה האט געמאכט א אנקעטע צווישען די בחורים אין זיין קלאס. ער האט זיי געפרעגט וואס זיי וואלטען געטוהן אויב זיי ווערען געוואר אז לויט די הלכה זענען זיי נישט קיין אידען. צו וואלטען זיי זיך מגייר געוועהן , אדער געווארען גוים. יעדער האט געענטפערט אויף א צעטעל אהן א נאמען. און סהאט זיך ארויסגעשטעלט אז ״אלע״ בחורים האבען געזאגט אז זיי וואלטען זיך נישט מגייר געוועהן!!!
שיין זעהמיר אויס!!

אויב ווערט א אנגענימענע זאך אז יעדער וואס איז אויפגעקלערט פאנגט מען אהן צו רודפען , גייט ווערן א ״מאסען אויסוואנדערינג״!! און סגייט ווערען א נארמאלע זאך אפצולאזן די חרדישע דרך ווייל סוועט מער נישט זיין אזא בושה פאר די משפחה

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 1:45 am
דורך נולד מאוחר
יענקל, איך פארשטיי נישט דיין פראבלעם מיט א טיילונג?
אויב זאגסטו אז רוב מענטשען וועלן אפלאזען אידישקייט, איז דאך נאך וויכטער א טיילונג. די אלע וואס האלטן נישט ביים זיין פרימע אידן ווער ברויך זיי דא, כגלייב גאט איז נישט אינטערסירט אז די אידן זאלן זיין דא איינגעשפארט, פאר זיי איז דא עולם הזה. אין פאר די קליינע ציבור וואס וועט בלייבען פרום נאך די טיילונג איז אויך בעסער אז די וואס האלטן נישט עכט דערביי טראגן זיך אפ דא.

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 2:05 am
דורך DotCom
דעע וואך פ' שופטים איז דא א חתם סופר וואס איך גלייב אז אסאך פון די קליקעס וואס פאררופן זיך אז זיי גייען בשיטת חת"ס וואלטן עס ווען ארויסגעשניטן, דער חת"ס אין תורת משה אויפ'ן פסוק כי יפלא ממך דבר וגו' וקמת ועלית איז מסביר אז גענוי ווי ביי חולי הגוף איז דא א קרענק מיט א היילונג, גענוי די זעלבע איז דא ביי חולי הנשמה, איז וואס איז דאס חולי הנשמה? איעדע קשיא וואס דער מענטש האט, סיי בתורה אין סיי אין אלע אנדערע ענינים התלויים בלב איז אויב דער מענטש איז נישט קלאר דערינען און ער איז מבולבל, איז דאס חולי הלב, זאגט ער אז דער מענטש איז מחוייב צו גיין זוכן א תירוץ, ווייל אויב נישט וואלט גאט אים אוודאי נישט צוגעשיקט די קשיא, אלא מאי אז ער האט יא די קשיא איז א סימן אז גאט וויל ער זאל גיין זוכן דעם תירוץ און אזוי וועט ער מער משיג זיין דעם באשעפער און שטייגן ברוחניות. (און כאטש אז עס איז סייווי נישטא אויף אלעם א תירוץ אבער אויפן וועג פון זוכן וועט ער מער משיג זיין אלהות, עיי"ש ותמצא נחת).

קומט אויס לויט דעם חת"ס אז האבן קשיות אין אמונה איז א וועג וויאזוי אנצוקומען צו די ריכטיגע אמונה (ווענישט אברהם אבינו'ס קשיות וואלט די גאנצע אידישע אמונה נישט געווען), די אזוי גערופענע שיטה פון 'תמימות' וואס האט אדאפדעט דעם דאנט עסק דאנט טעלל פאליסי איז א גרויסער חורבן פאר אידישקייט, מי לנו גדול פונעם גרויסן חת"ס וואס האט אזוי געקעמפט קעגן השכלה זאגט אבער אז מען מוז פרעגן און וועלן פארשטיין, דער "לייט עדיטאריעל" אין "דער בלאט" לעצטע וואך (ש.ב. מרגליות - ראה) רייסט אראפ היתכן מ'זעהט בחורים אין אינגעלייט אין פאליש שמועסן ארום יסודות הדת און אמונה ענינים וואס אין פריערדיגע דורות האט מען זיך מוסר נפש געווען דערויף, נאכדעם רייסט ער אראפ די אינגעלייט אלס קליינקעפיג, בקיצור לויט אים איז מען באשאפן געווארן נאר אויף צו קעמפן קעגן די ציונים און קעגן גאלדענע ברידזש גלעזער, פון טראכטן יסודות הדת איז חס מלהזכיר, דער חת"ס האט געמאכט א טיילונג און מ'טאר נישט טראכטן, פינטל, ווער ס'טראכט אפגערעדט אויב מען פרעגט איז ער אן אפיקורס, פוי צא טמא שגץ ארויס.

אבער דער באשעפער וואס האט אונז צוגעזאגט אז כי לא ידח ממנו נדח וויל אבער אנדערש, ער וויל יא אז מ'זאל טראכטן, מ'זאל פרעגן וואס איז דאס גאט און וואס וויל ער פון מיר, האט ער אונז אונטערגעשיקט דעם אינטערנעט פול מיט אינפארמאציע אריין אין טאש אריין, ווי קיין שום טיילונג קען שוין נישט העלפן, קיין שום פילטער אדער תקנה קען שוין נישט העלפן, אויטאמאטיש וועט זיך דער מענטש אויפוועקן פון זיין זיסן שלאף און אנפאנגען צו פרעגן קשיות און אזוי ארום אנקומען צו א תכלית בס"ד.

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 2:17 am
דורך משה געציל
DotCom האט געשריבן:אבער דער באשעפער וואס האט אונז צוגעזאגט אז כי לא ידח ממנו נדח וויל אבער אנדערש, ער וויל יא אז מ'זאל טראכטן, מ'זאל פרעגן וואס איז דאס גאט און וואס וויל ער פון מיר, האט ער אונז אונטערגעשיקט דעם אינטערנעט פול מיט אינפארמאציע אריין אין טאש אריין, ווי קיין שום טיילונג קען שוין נישט העלפן, קיין שום פילטער אדער תקנה קען שוין נישט העלפן, אויטאמאטיש וועט זיך דער מענטש אויפוועקן פון זיין זיסן שלאף און אנפאנגען צו פרעגן קשיות און אזוי ארום אנקומען צו א תכלית בס"ד.

אויב איך מעג צולייגן, דער באשעפער האט צוגעשיקט דעם אינטערנעט דייקא אין דעם דור וואס מען לעבט אין א פארמאכטע תקופה ווי יעדער מיז מיט טאנצען מיטן הויפט שטרום אן פרעגן, דא האסטו מיין קינד... זיך... פרעג... פארשטייט זיך אזוי ווי יעדער זאך וואס עס איז פאראן אין די וועלט קען מען ניצן אויף גוטס און ח״ו פארקערט... איך בעט דיך מיין קינד ניץ עס אויס צום גוטנ׳ס... עס וועט דיר שטארק העלפן צו בייקומען די שוועריקייטן אינם דור הסתום...

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 2:26 am
דורך דבילה
נולד מאוחר האט געשריבן:יענקל, איך פארשטיי נישט דיין פראבלעם מיט א טיילונג?
אויב זאגסטו אז רוב מענטשען וועלן אפלאזען אידישקייט, איז דאך נאך וויכטער א טיילונג. די אלע וואס האלטן נישט ביים זיין פרימע אידן ווער ברויך זיי דא, כגלייב גאט איז נישט אינטערסירט אז די אידן זאלן זיין דא איינגעשפארט, פאר זיי איז דא עולם הזה. אין פאר די קליינע ציבור וואס וועט בלייבען פרום נאך די טיילונג איז אויך בעסער אז די וואס האלטן נישט עכט דערביי טראגן זיך אפ דא.


טא אויף דעם ארויף האבעך גע'עפנט דעם "ער האט אפגעשייגעצט" אשכול! די אלע שארפע שרייבער כדוגמת שאצמאץ זענען דעך אליין נישט קלאר וואס זיי ווילן פון זייער פריינט וואס האבן ספיקות. לאמיר נאר זען ווי ער גיבט פערזענליכע עצות צו ידידים וואס מוטשען זיך מיט אמונה פראבלעמען! צו יענער האט קשיות אדער תירוצים, לאמיר נאר זען ער זאל זיין א קנאקער און יענעם צו שטופן צו דאמפן זיין ווייב און קינדער.

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 2:49 am
דורך נולד מאוחר
אקאי יעצט הער איך וואס די טענהסט.
כפארשטיי נאך אלץ נישט פארוואס זאל זיי דו פרומע האבן א פרבלעם מיט א טיילונג? איז פאר זיי ענדערש צי האבן 10,000 אידען און האלב האלטען נישט דערביי ווי צי האבן לאמיר זאגן אפי נאר1000 אידען וואס האלטן אמתדיג דערביי?

דרך אגב איך פארשטיי נישט די בלאט האקט אויף די אויפגעקלערטע? איז ניזט די בלאט אויפגקעלרט? סליגט מיר אין קאפ אז זיי האבן אויפגעקלערטע שרייבערס און מיינוגען.
כהאב שוין נישט געליינט פאר יארן די בלאט אבער כגעדענק ווען די פרומע האבן געהאט א פראבלעם אז די בלאט האט געהאט א דיבעט איבער די וויכטיקייט פינעם בדיקת חמץ לעפעל.

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 2:57 am
דורך נולד מאוחר
dotcom, כבין מסופק אויב די חתם סופר וואלט געזאגט די תורה אויף אמונה שאלה'ס. ער רעדט דארט אין דזשענערעל.

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 3:09 am
דורך DotCom
נולד מאוחר האט געשריבן:dotcom, כבין מסופק אויב די חתם סופר וואלט געזאגט די תורה אויף אמונה שאלה'ס. ער רעדט דארט אין דזשענערעל.

לערן איבער אלע דריי שטיקלעך וועסטו זעהן אז ער רעדט דייקא פון עניני אמונה (אויך אינעם ערשטען שטיקל זאגט ער אז פרעה האט געפרעגט מי ה' אשר אשמע בקולו, אבער פרעה האט נישט געקענט טרעפן קיין ענטפער, משא"כ מיר אידן דארפן יא אן ענטפער און דאס מיינט כל ה'מחלה' אשר שמתי במצרים לא אשים עליך ווייל קושית וספיקות איז א מחלת הלב).

דער חת"ס זאגט עס אין אפאר פלעצער, אין פ' בשלח זאגט ער כמעט די זעלבע ווערטער ווי דא, און דארט רופט ער עס 'קושית באמונת תורתו לישראל ח"ו' וגו', אוודאי טרעפט מען אסאך אין זיינע ספרים איבער אמונה פשוטה, און דאס איז נישט קיין שום סתירה, אמונה פשוטה דארף מען האבן און פרעגן און פארשטיין דארף מען אויך פונקט אזוי.

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 3:27 am
דורך נולד מאוחר
ביזט גערעכט כהאב געקוקט צי שנעל דאס ערשטע מאל. זייער אינטערסאנט אז די חתם סופר זאגט דאס.