בלאט 6 פון 11
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 3:04 pm
דורך berlbalaguleh
מחצה"ק : דאס דערמאנט מיך א מעשה פון 2 חסידים וואס האבן זיך געטענה'ט וועמענ'ס רבי איז גרעסער. נאר איך גיי עס יעצט נישט פארציילן. ווייל דער עולם האט זיכער נישט קיין נערוון צו דעם...ועוד חזון למועד...!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 11:27 pm
דורך בעל דרשן
אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א ביים מנחם אבל זיין משפחת ווייס כל פטירת אמם ע"ה
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 9:27 pm
דורך בעל דרשן
יהדות החרדית אין טאראנטא גרייט זיך מקבל פנים צו זיין דעם גרויסן גאסט פון ארץ ישראל כ"ק מרן אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 10:50 pm
דורך בעל דרשן
מחצה''ק האט געשריבן:בעל דרשן האט געשריבן:לאמיר האפן ס'וועט זיך אויסארבעטן און ער וועט קומען קיין אמעריקע ווי נישט ווי איז בעלזא היינט פון די גרעסטע הויפן און סוועט זיין געהויבענע טעג מיט זיין קומען
סאטמאר דארף שוין איינזעהן די מציאות אז די בעלזע רבי איז היינט פון די גרויסע רבי'ס ווי טויזענטע חסידים זענען זיך מסתופף בצלו הטהור און די רבי אליין איז א געהויבענע פערזענליכקייט וואס מ'קען נישט אוועקמאכן
לאמיר האפן אז די וועסט אויך איינזעין אז די באבוב 45 רבי איז היינט פון די גרויסע רבי'ס וואס טויזענטער חסידים זענען זיך מסתופף בצלו הטהור און די רבי אליין איז א געהויבענע פערזענליכקייט וואס מ'קען נישט אוועקמאכן
פאר די ביסט מחנך סאטמאר אין סאדיגורא זיי דיך מחנך
גלייכסט בכלל צו 45 צו וואס בעלזא פארמאגט בעלזא איז אן אימפעריע מיט טויזענטע משפחות אין די מאסן וואסערע פארגלייך בכלל
נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 1:52 am
דורך berlbalaguleh
בעל דרשן: מ'רעדט נישט אין נאמבערס. פון זיצן אין ביהמ"ד. אדער אין באנק ביכל. מ'רעדט דא אין וואג. אויך נישט אין פיזישן וואג... נאר אין רוחניות'דיגן וואג...דאס מיינט אז 45 איז א גרויס חסידות אויב (נאכ) נישט בכמות. איז באיכות...!
נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 2:30 am
דורך moneyminded
בעל דרשן האט געשריבן:אפילו נאר איינער גייט ווערן פון דעם קלארער וואס איז דארטן פארגעגאנגען האט זיך אלעס געלוינט
ביזט דאך אזא שקרן, 40 פארצענט באבוב איז מיט געגאנגען מיט אים ,א חסידות איז געבויעט מיט חסידים נישט מיט ירושה, דאס בלוט וואס בנציון האט געטרונקען פון ר' נפתל'טשע בחייו אלס רבי איז א זאך וואס קען נישט פארגעסן ווערן, איך געדענק גוט די צייטן, און איך געדענק ווי חסידי באבוב האבן נישט געקענט חלום'ן אז ר' בנציון גייט זיין א רבי ווען אין די צייט איז ר' מרדכי דוד געווען א מעכטיגע ראש ישיבה פון יארן לאנג. ס'איז אזוי ווי דו זאגסט ווען פאר איינעם אז ר' ליפא דער זענטער ווערט סאטמאר רבי. ר' בנציון האט געהייסן א נערווען קראנקער בימים ההם, און טאקע כהיום איז ער גארנישט ווייניגער.
ניין איך בין נישט קיין באבוב'ער, אבער טו מיר א גענאדע, די חסידות דארט ביי 48 גייט צו ווי וויזניץ מרכז, צענדליגע הייסע 48 האבן מיר געוויינט וויאזוי זייער חסידות פארט ראנג און זיי וואלטן זיך גערן אפגעלאזט.
נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 11:22 pm
דורך שמעקעדיג
אז דו ביסט נישט קיין באבוב'ער, פארוואס זענען זיי געקומען פונקט צו דיר וויינען?
נשלח: זונטאג אקטאבער 31, 2021 11:30 pm
דורך בעל דרשן
חסידי באבוב אין לאנדען גרייטן זיך מיט התרגשות צו מקבל זיין די געהויבענע גאסט הגה"צ רבי חיים שלום הלברשטאם שליט"א בנו בכורו פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וועלעכע קומט אן קיין לאנדאן דעם סוף וואך לכבוד די מעמד פון יציקת היסודות פאר די נייע בנין בנות ציון אין שטאט אזוי אויך וועט געפראוועט ווערן ליל ששי א סעודות ראש חודש אין די נייע בנין בראשות הרה"צ שליט"א
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 05, 2021 1:19 am
דורך בעל דרשן
שבת פרשת תולדות
כ"ק הגר"ש אלתר שליט"א מגור וויילט שבת אין בארא פארק און וועט פראווענען די תפילות און טישן אין א ספעציעלע אויפגעשטעלטע שאטער ווי עס ווערט ערווארטעט א ריזן ציבור פון טויזענטע תושבי העיר ובפרט אלפי חסידי גור מאמעריקא די שבת אנטשפרעכט צו זיין א שבת צו געדענקען
אדמו"ר מסאטמאר קרית יואל וויילט שבת אין עיר האבות סיגוט אינאיינעם מיט פילע חסידים די שבת אנטשפרעכט צו זיין א שבת פיל מיט ווארימקייט
אדמו"ר מוויזניץ מהר"י מבני ברק וויילט שבת אין שיכון סקווירא לרגל די אויפריף פון א אייניקל
אדמו"ר מסאדיגורא וויילט שבת אין טאראנטא די אכסניא איז אין שטוב פון הנגיד ר' אפרים רייכמאן
אדמו"ר מסאדיגורא בני ברק וויילט שבת אין בארא פארק
אדמו"ר מבישטניא וויילט שבת אין לעיקוואד
אדמו"ר ממיאלען וויילט שבת אין מאנסי
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 05, 2021 1:42 am
דורך שמעון וואלף
בעל דרשן האט געשריבן:שבת פרשת תולדות
כ"ק הגר"ש אלתר שליט"א מגור וויילט שבת אין בארא פארק און וועט פראווענען די תפילות און טישן אין א ספעציעלע אויפגעשטעלטע שאטער ווי עס ווערט ערווארטעט א ריזן ציבור פון טויזענטע תושבי העיר ובפרט אלפי חסידי גור מאמעריקא די שבת אנטשפרעכט צו זיין א שבת צו געדענקען
אדמו"ר מסאטמאר קרית יואל וויילט שבת אין עיר האבות סיגוט אינאיינעם מיט פילע חסידים די שבת אנטשפרעכט צו זיין א שבת פיל מיט ווארימקייט
אדמו"ר מוויזניץ מהר"י מבני ברק וויילט שבת אין שיכון סקווירא לרגל די אויפריף פון א אייניקל
אדמו"ר מסאדיגורא וויילט שבת אין טאראנטא די אכסניא איז אין שטוב פון הנגיד ר' אפרים רייכמאן
אדמו"ר מסאדיגורא בני ברק וויילט שבת אין בארא פארק
אדמו"ר מבישטניא וויילט שבת אין לעיקוואד
אדמו"ר ממיאלען וויילט שבת אין מאנסי
אדמו"ר מסאטמאר וומ"ס וויילט אין נארט מיאמי
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 05, 2021 8:42 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: (און אפשר הרב שמעקעדיג אויך.)...און וואו וויילט האדמו"ר מ'נאדיפאלי (מלפנים ב'עיר הטעירעה והחסידות בארא פארק) דעם שבת...?
ווער ס'ווייסט, זאלל זיך ביטע אנרופן...!
נ.ב.: אויף אונגאריש זאגט מען עס ...Nagy Falou... דער גרויסער דארף/דערפל.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 05, 2021 8:48 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
איינער ווייסט ווי פראוועט כ"ק מרן אדמו"ר ממילקשעיק שליט"א דעם שבת ?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 05, 2021 8:53 am
דורך berlbalaguleh
שמחה'לע קאפשטיק: יא. ביי האווא-דזשאווא אין מאנסי...!
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 05, 2021 9:52 am
דורך בעל דרשן
חצר הקודש וויזשניץ בית שמש
ברוכים הבאים בשם השם
להוד כ״ק מרן אדמו״ר שליט״א לרגל חזרתו לארה״ק,
לאחר שהותו בלונדון לטובת המוסדות הק׳ בבית שמש,
רבינו שליט״א ישהה השבת בביתו נאווה קודש בבית שמש,
התפילות והעריכת השולחנות הטהורים תתקיים כמידי שבת בשבתו בביהמ״ד הגדול
במוצ״שק ייצא רבינו שליט״א לניו יורק להשתתף בשמחת האירוסין לנכדתו הבכורה בת חתנו הרה״ג ר׳ ישראל האגער שליט״א בן כ״ק מרן אדמו״ר שליט״א מקיימישע
שמחת האירוסין תתקיים אי״ה בבית המדרש הגדול ״לבוש מרדכי״ וויזשניץ במאנסי יום א׳ פרשת ויצא
ביום שני יפאר רבינו שליט״א את שמחת החתונה לבן גיסו וש״ב הרה״צ ר׳ יצחק טווערסקי שליט״א מסקווירא
לאחר השמחה יחזור רבינו בס״ד לביתו נאווה קודש שבארה״ק
כשהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה הוא הדרה!
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 05, 2021 11:09 am
דורך berlbalaguleh
בעל דרשן: נאר איך האב אויך ליעב דעם צווייטן האלב פון פסוק...! לפי פי' רש"י ז"ל.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 3:40 pm
דורך בעל דרשן
היינט קומט פאר די מעמד חנוכת הבית פאר די נייע בית המדרש דחסידי סאדיגורא ב"ב אין לעיקוואד, אינאיינעם מיט די מעמד הכנסת צויי ספרי תורה צום נייעם ביהמ"ד, עס קומט פאר אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא בני ברק שליט"א וועלכער איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק בקרב חסידיו
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 2:10 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
בעל דרשן האט געשריבן:היינט קומט פאר די מעמד חנוכת הבית פאר די נייע בית המדרש דחסידי סאדיגורא ב"ב אין לעיקוואד, אינאיינעם מיט די מעמד הכנסת צויי ספרי תורה צום נייעם ביהמ"ד, עס קומט פאר אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא בני ברק שליט"א וועלכער איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק בקרב חסידיו
איך בין מדייק אין יעדער ווארט וואס די שרייבסט... מען זעט קלאר.... די אהבה
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 9:06 pm
דורך בעל דרשן
כבו"ק אדמו"ר מסאדיגורה שליט"א השוהה בימים אלו בטורונטו, התפלל הבוקר בישיבה החסידית 'משכן התורה' בטורונטו, ולאחמ"כ מסר שיחת חיזוק בפני הבחורים.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 9:09 pm
דורך בעל דרשן
הגר"ש אלתר מגור שליט"א איז היינט געווען אויף א באזוך ביי הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט"א
הגה"צ אב"ד צאנז ארה"ב שליט"א וואס האלט זיך די טעג אויף אין אמעריקא איז היינט אריין צו עטליכע רבנים צו לברך ולתברך לרגל די התמנות
כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא בני ברק שליט"א איז יעצט געווען ביי די חתונה בבית וויזניץ סקווירא אין שיכון סקווירא
דערנאך ארויף צו א וויזיט צו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 12:52 pm
דורך תרמב
בעל דרשן אפשר ברענגסטו בילדער אויך, אזוי דארף איך דיר גלייבן אויפן ווארט, אז ס'וועט זיין בילדער וועט מען קענען זוכה זיין צו די מצווה פון והיה עיניך רואות וכו' כמבואר בהמודיע ויתד ועוד עיתונות.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 12:56 pm
דורך מפיל קינד
מ'שמועסט אז לאור המצב וועט הרב מש"י מסאדיגורא ירושלים טוישן זיין טיטל צו "ראש ישיבת סאדיגורא ירושלים"...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 3:26 pm
דורך תפארת
מפיל קינד האט געשריבן:מ'שמועסט אז לאור המצב וועט הרב מש"י מסאדיגורא ירושלים טוישן זיין טיטל צו "ראש ישיבת סאדיגורא ירושלים"...
ער קען זיך רופן ראש ישיבת סאדיגורא און פארטיג.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 3:38 pm
דורך בעל דרשן
די ווערטעל גייט אויף יארמער
לייגט ער עס ארויף אויפן סאדיגורא רבי
ראש ישיבת הינוקא מסאדיגורא בני ברק קען אויך שטימען