בלאט 6 פון 7
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 06, 2021 10:38 pm
דורך קהל'ס נער
חתם סופר האט געשריבן:פרייטאג צו נאכטס ביי די ינוקה
בילד איז גענימען געווארען ע"י גוי מאנ"ש
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 06, 2021 10:56 pm
דורך בעל דרשן
נאכאלץ האט רבי שאול פיין אריינגעשניטן אין סאדיגורא
אינו דומה
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 06, 2021 11:01 pm
דורך וואלווי
חתם סופר האט געשריבן:פרייטאג צו נאכטס ביי די ינוקה
ארום געפאטשקעטע בילד, דוק ותשכח
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 06, 2021 11:26 pm
דורך טראכטכמוני
מעשה שהי' כך הי'
איך האב גארנישט מיט גור אבער איך בין אריבער צו ר' שאול נאכן זמן צו הערן אביסל תורה, זען די מצב, אנאלזירן דעם עולם וכו' וכו'. אנגעקומען בין איך נישט אינעווייניג בשעת ער איז דארט געווען אינעם טענט, נאר שפעטער. אבער די גרויסע התרגשות האט זיך געשפירט אפי' אינדרויסן.
שפאציר איך מיר אזוי אהיים פונעם גרויסן מעמד. אביסל ווייטער אראפ דער גאס זעה איך עפעס א איד מיט א קנייטש הוט שפאנט פארנט פון מיך. ער מיר אויסגעזען ווי עפעס אן אורחי פורחי מיט אזא פארשויבטער אויסגעבויגענע הוט אריינגקוועטשט אזוי טיף אויפן קאפ. פאר'חלום'טערהייט פאלן מיינע אויגן צו דער ערד און איך זעה אז ער גייט מיט גע'גט'ע הויזן. אבער נישט סתם איינמאל גע'גט נאר אזוי ד' וה' פעמים. ס'האט מיר טאקע אויסגעזען אביסל קאמיש אבער ס'האט געשטימט. אבער נאך א מינוט שפאנענדיג האב איך זיך אביסל דערנענטערט צו עם און נישט מער אין נישט ווייניגער אנטפלעקט זיך פאר מיר אז דעס איז נישט קיין גע'גט'ע הויזן נאר ער גייט גאר מיט גור'ע הויזן-זאקן!
עפעס א מין מאדנע פארשוין, טראכט איך צו זיך, כ'מיין ס'איז טאקע דא אסאך עלטערע גערערס דאהי מיט קנייטשן אבער מיט הויזן-זאקן? דאס האב איך שוין נישט געזען. נייגעריגערהייט, האב איך זיך אביסל ציגעיאגט און אנגעהויבן שפאנען אביסל שנעלער צו קענען בעסער כאפן א בליק אויפן פנים זיינעם. ער איז געווען ארומגעוויקלט מיט א מאנטל און נאכדערצו א שאל ארום זיין קאפ וואס האט גראדע צוגעגעבן צו דעם אורחי פורחי look (עס איז נישט געווען אזוי קאלט מוצ"ש).
אנקומענדיק אזוי זיי-ביי-זייט מיט אים, זעה איך פון אונטער זיינע אויערן אז ער גייט גאר מיט גורע פיאות. אקיצור, ענדליך קום איך אן פארנט פון עם (דעס איז שוין געווען גאנץ ווייט פון די גאנצע טאראראם) אנטפלעקט זיך פאר מיר א געהעריגע "נארמאלער" גורער אינגערמאנטשיקל! איך בין נשתומם געווארן כאפנדיג אז כ'האב מיטגעהאלטן אן עכטע מסירות נפש פון א "לייוו אנוס".
Re: מסע הקודש לאמעריקא - מרן ראש הישיבה מגור שליט"א
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 06, 2021 11:57 pm
דורך moneyminded
עס איז אינטערסאנט צו זען אויף Dan's deal forum די געשפרעך פון די גור ראש ישיבה , א געמיש פון ליטוואקעס,לאובאוויטשערס,מאדערנע און חסידים דיסקאסען עס
https://forums.dansdeals.com/index.php?topic=127012.0Sent from my SM-G960U using Tapatalk
נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 1:34 am
דורך בעל דרשן
קע"ה וואספארא עולם ער האט געברענגט
נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 1:12 am
דורך רביה''ק זי''ע
היסטאריע האט געשריבן:
אין גער ווען דער בית ישראל איז געוועהן רבי, זענען אלע ברודער געוועהן נכנע און נישט געמאכט קיין פיפס, כאטש זיי האבן געהאלטן אנדערש מיט אסאך שיטות. און אזוי ווייטער יעדער רבי. דער פני מנחם האט זיך מכניע געוועהן פאר דער לב שמחה, כאטש דער חילוק צווישן זיי איז געוועהן אפילו גרעסער ווי דער חילוק פין ר' שאול מיט ר' יענקעל. (ר' יענקעל איז מער פין זיין פאטער, און ר' שאול איז ווייניגער פין זיין טאטע, אגב אויך פין ר' דניאל).
ר׳ שאול טענה׳ט טאקע אז רי יענקל האט קאמאנדעוועט ביים פני מנחם׳ס לעבן און צובראכן די גאלדענע קייט פון אונטערטעניגשאפט.
Re: מסע הקודש לאמעריקא - מרן ראש הישיבה מגור שליט"א
נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 9:08 am
דורך טראכטכמוני
טראכטכמוני האט געשריבן:מעשה שהי' כך הי'
איך האב גארנישט מיט גור אבער איך בין אריבער צו ר' שאול נאכן זמן צו הערן אביסל תורה, זען די מצב, אנאלזירן דעם עולם וכו' וכו'. אנגעקומען בין איך נישט אינעווייניג בשעת ער איז דארט געווען אינעם טענט, נאר שפעטער. אבער די גרויסע התרגשות האט זיך געשפירט אפי' אינדרויסן.
שפאציר איך מיר אזוי אהיים פונעם גרויסן מעמד. אביסל ווייטער אראפ דער גאס זעה איך עפעס א איד מיט א קנייטש הוט שפאנט פארנט פון מיך. ער מיר אויסגעזען ווי עפעס אן אורחי פורחי מיט אזא פארשויבטער אויסגעבויגענע הוט אריינגקוועטשט אזוי טיף אויפן קאפ. פאר'חלום'טערהייט פאלן מיינע אויגן צו דער ערד און איך זעה אז ער גייט מיט גע'גט'ע הויזן. אבער נישט סתם איינמאל גע'גט נאר אזוי ד' וה' פעמים. ס'האט מיר טאקע אויסגעזען אביסל קאמיש אבער ס'האט געשטימט. אבער נאך א מינוט שפאנענדיג האב איך זיך אביסל דערנענטערט צו עם און נישט מער אין נישט ווייניגער אנטפלעקט זיך פאר מיר אז דעס איז נישט קיין גע'גט'ע הויזן נאר ער גייט גאר מיט גור'ע הויזן-זאקן!
עפעס א מין מאדנע פארשוין, טראכט איך צו זיך, כ'מיין ס'איז טאקע דא אסאך עלטערע גערערס דאהי מיט קנייטשן אבער מיט הויזן-זאקן? דאס האב איך שוין נישט געזען. נייגעריגערהייט, האב איך זיך אביסל ציגעיאגט און אנגעהויבן שפאנען אביסל שנעלער צו קענען בעסער כאפן א בליק אויפן פנים זיינעם. ער איז געווען ארומגעוויקלט מיט א מאנטל און נאכדערצו א שאל ארום זיין קאפ וואס האט גראדע צוגעגעבן צו דעם אורחי פורחי look (עס איז נישט געווען אזוי קאלט מוצ"ש).
אנקומענדיק אזוי זיי-ביי-זייט מיט אים, זעה איך פון אונטער זיינע אויערן אז ער גייט גאר מיט גורע פיאות. אקיצור, ענדליך קום איך אן פארנט פון עם (דעס איז שוין געווען גאנץ ווייט פון די גאנצע טאראראם) אנטפלעקט זיך פאר מיר א געהעריגע "נארמאלער" גורער אינגערמאנטשיקל! איך בין נשתומם געווארן כאפנדיג אז כ'האב מיטגעהאלטן אן עכטע מסירות נפש פון א "לייוו אנוס".
זאגט מיר איינער אז דער איז גאר געווען א "שפיאן" פאר'ן וועדה... גיי ווייס... [emoji849]
נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 2:06 pm
דורך nespresso
בעל דרשן האט געשריבן:נאכאלץ האט רבי שאול פיין אריינגעשניטן אין סאדיגורא
אינו דומה
פארקערט מענטשן זענען ארויס געגאנגען נאך די סעודה וועגען ר' שאול זענען זיי שוין געגאנגען צום ינוקה
נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 3:32 pm
דורך בעל דרשן
גערעכט האסט א פוינט
וואס די סיבה זאל נישט זיין האט רבי שאול איבערגענומען בארא פארק שבת
צאמגעשלעפט א עולם וואס קיין רבי האט נאכנישט געהאט
נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 9:03 pm
דורך תרמב
איך האב געהערט אז אפילו די אנדערע רביס פון שטאט האבן געהאט א גרעסערע ציבור ווי יעדע וואך ווייל די גאנצע עולם איז ארויס נאך די סעודה פאר אינטערטעימענט, סהאט אויסגעקוקט אביסל ווי ראש השנה ביינאכט, ווי מ’לויפט ארום זאגן לשנה טובה, סהאט זיך געשפירט א שטארקע ווייב אין די לופטן, מ’האט געפילט ווי מ’האלט אינמיטן שרייבן היסטאריע, און מ’האט עס נישט געוואלט פארפאסן.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 07, 2021 9:47 pm
דורך סמבטיון
בל דרשן, איך פרוביר צו פארשטיין דיין אבסעסיע מיט סאדיגער, ער שטייט דיר אין וועג? ער שטערט פאר ר' שאול? וואס דרייבטו אן דא א שטינק אז סעגעווען א לצינות ווען למעשה האט ער געהאט א הערליכע עולם? ר' שאול האט טאקע איינגענימען בארא פארק אין דער עולם איז זייער עקסייטעד, אבער האלט דיר נישט די קאפ אזוי אין דערהייך, ענק זענען נאל נישט אזוי גרויס צו אראפ רייסן קלענערע רעבעס.
א דאנק
נ.ב. און יעצט באמערק איך אז האסט געמיזט עפענען א נייע אשכול נאר פאר דעם בילד, אזוי שטארק שטייט ער דיר אין וועג??
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 4:41 am
דורך פאליטיקאנט
היסטאריע האט געשריבן:וויפיל די גערער זענען נישט גערעכט, און פירען זיך מיט א קינדערישע סטראטעגיע, דארף מען זיי פארשטיין.
אין גער ווען דער בית ישראל איז געוועהן רבי, זענען אלע ברודער געוועהן נכנע און נישט געמאכט קיין פיפס, כאטש זיי האבן געהאלטן אנדערש מיט אסאך שיטות. און אזוי ווייטער יעדער רבי. דער פני מנחם האט זיך מכניע געוועהן פאר דער לב שמחה, כאטש דער חילוק צווישן זיי איז געוועהן אפילו גרעסער ווי דער חילוק פין ר' שאול מיט ר' יענקעל. (ר' יענקעל איז מער פין זיין פאטער, און ר' שאול איז ווייניגער פין זיין טאטע, אגב אויך פין ר' דניאל).
פאקט איז, ר' שאול האט זיך נישט מכניע געוועהן.
יעדעס חסיד פין ר' יענקל באדערט עס, און האט א רעכט עס זאל אים באדערען און האבן טענות אויף ר' שאול פאר צוברעכן גער די ערשטע מאל אין היסטאריע.
אוודאי איז ר' שאול נישט קיין אפיקורס חלילה, און דער וועדה איז היבש סטופיד פאר נעמען א קאפ אין וואנט סטראטעגיע, אבער פארשטיין זייער ווייטאג מעג מען.
ווי @רביה"ק זי"ע האט שוין ערווענט האט ר' יענקל שוין אונטערגעדרייט ביי די פני מנחם.
אבער נאך מער, אמת טאקע אז אלעמאל האבן די ברודערס זיך אונטערטעניגט אפי' ווען זיי האבן געהאלטן אנדערש, אבער קיינמאל האט די רבי נישט גערודפ'ט די ברודער... ועוד, קיינמאל האבן די רבי'ס נישט געטוען אזוינע מיאוס'ע און צודרייט רשעות'דיגע זאכן ווי די היינטיגע רבי (פארשפארן / טוישן די עיון ישיבות, פילן, טעראר, און נאך)....
די רבי איז דער וואס האט געטוישט, צובראכן, און צעברעכט ווייטער (במלוא מובן המלה) גור, לא קשור צו ר' שאול, איז גור אויפן בארג אראפ די לעצטע דריי צענדליגע יארן, ר' שאול זעט אויס ווי די רעטער [און דאס איז די סיבה פארוואס ער האט די עלטערע עולם מיט זיך - אנדערש ווי אנדערע (ראשי ישיבה) וואס האבן נאר געהאט די אינגערע / זייערע תלמידים ביים זיך צוטיילן]
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 10:42 am
דורך נפה
אלי ביתאן האט היינט א שיינע שמועס אויף די נסיעה פון ר׳ שאול אויף כאן מורשת
איך ווייס נישט ווי אזוי עס צו אהער ברענגען, פארשטייט זיך אז עס איז אין עברית
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 11:10 am
דורך קאצקע ציקער
אינטערסאנט ווי די פרייע מידיע מישט זיך אריין אין חסידישע פאליטיק אלעמאל הן ביי סאדיגואר און הן ביי דער מסדר גור
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 11:27 am
דורך היכי דמי
אז די חרדישע זענען שטיל דארף מען די פרייע.
פון ישראל כהן הערט מען נשיט קיין ווארט, און אוודאי נישט אויף די וועבזייטלעך.
אינטערסאנט אז משה ווייסבערג טוויט יא געהעריג, אבער שרייבט גארנישט דערוועגן אויף בחדרי
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 11:30 am
דורך תרמב
אלי ביתאן איז נישט קיין פרייער, דאס איז א שטארקע עקספערטיז וואס ער האט אז ער קען זייער גוט מנתח זיין די אלע רבישע און חסידישע פאליטיק, אפילו ער איז א ספרדי וואס איז אויפגעוואקסן אין ליטווישע ישיבות.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 11:52 am
דורך בעל דרשן
משה ווייסבערג איז א חסיד גור?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 11:53 am
דורך תרמב
דא האט איר א לינק וואס ביתאן האט ארויפגעלייגט אויף טוויטער ווי ער באשרייבט די מחלוקת א שטיק צייט צוריק.
https://www.makorrishon.co.il/judaism/179209/
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 11:58 am
דורך נפה
בעל דרשן האט געשריבן:משה ווייסבערג איז א חסיד גור?
ווייסבערג איז א ליטאי ער איז די רבי פון אלע בחצרות הקודש שרייבערס
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 9:51 pm
דורך מפיל קינד
היסטאריע האט געשריבן:ר' יענקעל איז מער פין זיין פאטער, און ר' שאול איז ווייניגער פין זיין טאטע, אגב אויך פין ר' דניאל
פאקט איז, ר' שאול האט זיך נישט מכניע געוועהן. .
ר' יענקל אריה איז א פוסטער בעל גאווה, קיין טראפ תורה קען ער נישט, ס'קומט ארויס 5 זייטן דברי תורה יעדע וואך אבער קיין 3 מינוט רעקארדירונג איז נישטא פון אים. ער איז א ע"ה וואס די וועלט האט נאכנישט געזען. א בעל מחלוקת וואס האט זיך נאכנישט געבויגן פאר קיינעם אויף דער וועלט. אנגעדרייט מחלוקת מאז היתה גור לגוי, נאך אין צייטן פון זיין טאטן כידוע. און ביז היינט ליידט מען פון זיינע זינלאזע קריגערייען וואס ענדיגן זיך נישט. יעדן טאג מיט א צווייטן. איין טאג איז עס דגל, איין טאג מאיר פרוש, נעכטן שטיינמאן, מארגן בעלזא, און היינט ר' שאול.
ער האט נישט קיין טראפ כאריזמא, קיין משהו מידות, קיין טראפ חן, קיין טראפ אמת, קיין טראפ יראת שמים. אלעס איז אני ואפסי. אויב איך קען נאר בקיאות זאל קיינער נישט קענען קיין עיון. אויב איך וויל רעכטס זאל זיך קיינער נישט דערוואגן צו זאגן אנדערש. אויב יגדיל תורה וויל נישט איבערשרייבן די ת"ת אויף מיין נאמען, וועל איך עפענען א נייע. אויב איינער וועט גיין צו מיין קאזין זאל ער פליען פון די מוסדות. קיינער זאל נישט גיין צו זיינע שמחות, מאן און ווייב זאלן זיך גט'ן, טאטעס מיט קינדער זאלן זיך רייסן, אבי קיינער זאל נישט צוטרעטן מיין כבוד.
לגבי ווער ס'איז מער ר' שאול אדער דער פני מנחם וויל איך נישט אריינרעדן, ביידע גאונים אדירים, מתמידים, און ענווים, דלא כר' יענקל אלתר וואס האט קיין איינס נישט. לגבי ר' שאול און זיין ברודער פעלט ניטאמאל אויס צו רעדן, איר קענט נישט קיין איינס פון זיי. ר' שאול איז א מתמיד עצום וואס די וועלט האט ווייניג, ער לערנט 18 שעה א טאג בלי הפסק, ער ליגט אין לערנען. ר' דניאל איז א בעסערע בעל דרשן, מער מסודר ביים רעדן און פליסיגער אין בקיאות - מער ענליך צום טאטן, אבער אין התמדה אדער אין גאונות שטייגט ר' שאול איבער פי כמה. בפרט אז מ'רעדט פון ענווה אדער פון כאריזמע, מידות אדער חן.
יעצט לגבי דאס זיך מכניע זיין. הגאון ר' שאול איז געווען נכנע אלע יארן און איז געווען גרייט ווייטער זיך מכניע צו זיין כאטש די טעראר פון אוועקנעמען זיין ישיבה וכו' וואס קיינער האט נאכנישט געטון אין גור אויסער יענקל אלתר.
ער האט פארלאנגט איין תנאי:
מ'זאל נישט ארויסווארפן קיין מענטשן פון גער אן זיין רשות און צוריקנעמען בערלינער! מחללי שבת ווארפט מען נישט ארויס, אפיקורסים קענען בלייבן, אבער איינער וואס רופט דעם רבי'נס שלוחים און הנהלת המוסדות צו דין תורה ער מוז פליען פון גער. דאס האט ער פארלאנגט. ער איז געזעצן זונטאג בראשית, א טאג נאך שמחת תורה תש"פ מיט זיינע ברודערס, ר' יעקב מאיר און ר' איצ'ע דוד, און מ'האט דאס באשטימט אלס הויפט תנאי. אבער ר' יענקל אלתר האט זיך נישט געקענט צושטעלן צו דעם... זיינע מחוצפים וואס דערוואגן זיך צו רופן מנהלי המוסדות צו דין תורה מוזן פליען פון דארט, און צוליב דעם האט ער זיך נישט מכניע געווען.
דאס הייסט זיך נישט מכניע זיין? צו וועמען? צו אן אפגאט וואס האלט נישט ביי גארנישט? קיין אידישקייט, קיין יראת שמים, קיין שבת, קיין תורה, גארנישט גארנישט. נאר איך און נאכאמאל איך. דאס מיינט זיך נישט מכניע זיין? ר' שאול האט נישט פארלאנגט קיין כבוד, פאזיציע, געלט גארנישט. נאר מען זאל נישט ארויסווארפן קיין מענטשן וואס זייערע דורות וועלן בלייבן הפקר. אבער גער האט געזאגט ניין. אונז ווארפן ארויס בערלינער און אלע זיינע אייניקלעך זאלן בלייבן אויפן גאס. קיין מחוצף צום עגל זאל ער נישט זיין.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 08, 2021 9:53 pm
דורך מפיל קינד
פאליטיקאנט האט געשריבן:היסטאריע האט געשריבן:וויפיל די גערער זענען נישט גערעכט, און פירען זיך מיט א קינדערישע סטראטעגיע, דארף מען זיי פארשטיין.
אין גער ווען דער בית ישראל איז געוועהן רבי, זענען אלע ברודער געוועהן נכנע און נישט געמאכט קיין פיפס, כאטש זיי האבן געהאלטן אנדערש מיט אסאך שיטות. און אזוי ווייטער יעדער רבי. דער פני מנחם האט זיך מכניע געוועהן פאר דער לב שמחה, כאטש דער חילוק צווישן זיי איז געוועהן אפילו גרעסער ווי דער חילוק פין ר' שאול מיט ר' יענקעל. (ר' יענקעל איז מער פין זיין פאטער, און ר' שאול איז ווייניגער פין זיין טאטע, אגב אויך פין ר' דניאל).
פאקט איז, ר' שאול האט זיך נישט מכניע געוועהן.
יעדעס חסיד פין ר' יענקל באדערט עס, און האט א רעכט עס זאל אים באדערען און האבן טענות אויף ר' שאול פאר צוברעכן גער די ערשטע מאל אין היסטאריע.
אוודאי איז ר' שאול נישט קיין אפיקורס חלילה, און דער וועדה איז היבש סטופיד פאר נעמען א קאפ אין וואנט סטראטעגיע, אבער פארשטיין זייער ווייטאג מעג מען.
ווי @רביה"ק זי"ע האט שוין ערווענט האט ר' יענקל שוין אונטערגעדרייט ביי די פני מנחם.
איך האב רעאגירט נאך פאר'ן זען דיין תגובה. ר' יענקל האט שוין אונטערגעדרייט ביים לב שמחה!!! ער איז געווען דער הויפט אנדרייער פון פילע מחלוקת אין די תש"מ יארן, נאך פאר די פני מנחם איז געווען א מאן דאמר, כידוע.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 09, 2021 12:19 am
דורך רביה''ק זי''ע
ס׳איז אזוי פאני ווי געוויסע מענטשן קענען אינגאנצן איגנארירן געשעענישן וואס האבן זיך unfolded פאר יעדנס אויגן אין די לעצטע פאר יאר און זיך אויפבויען אן אלטערנאטיווע נאראטיוו פון בויך ארויס, מ׳רעדט נישט דא פון מעשיות וואס זענען געשעהן פאר הונדערט יאר צוריק, צו אפילו צוואנציג יאר צוריק. יעדער האט מיטגעהאלטן די מעשה פון אנפאנג ביז׳ן סוף, קעמפ, בערלינער׳ס דין תורה, די רדיפות ארום זיין זוהנ׳ס חתונה אין ישראל, ר׳ שאול׳ס זיך אננעמען פאר איהם, געריכט אורטייל קעגן גור, די טיילונג שמחת תורה, וכו׳ וכו׳. וואו זענען זיי געווען ווען די פאסירונגען זענען זיך פארלאפן, אונטער א שטיין? אפשר אין ישיבה קטנה? לכאורה זענען זיי עליענס וואס זענען געקומען צו פליען פון א פאראלעל יוניווערס.