בלאט 6 פון 12
נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 7:58 am
דורך וואלווי
מי יקום האט געשריבן:און ווען איך האב געזאגט דעם אמת - אז אידן אין רוב דורות - אונזערע זיידעס און באבעס האבן נישט געלעבט אזוי, ווארפט מען מיך ארויס פון די ליבעראלע ק"ש - קיינער האט זיך ניטאמאל אנגענומען פאר מיר. איך האב געמיינט ענק Champion פרידאם אף ספיטש... גארנישט אנדערש ווי “דער איד”..
[tag]מי יקום[/tag], איך נעם מיך אן פאר דיר. דיינע מיינונגען זענען honest and refreshing, אן שרייבערס ווי דיר איז קאווע שטיבל שווארץ און ווייס. איך ווייס נישט וואס פונקטליך גריבעלט פאר די מנהלים קען זיין ס'האט צוטוהן מיט תקנות פון שטיבל, אבער מ'דארף דיך דא האבן, דו, דיין מיינונגען, און דיין סענס אוו היומאר. קום אריין קלאר, ס'פעציעל ווען די ווייזט אן אנדערע ענגל. א שאד צו פארהאנקעט ווערען מיט די מנהלים, גערעכט צו נישט גערעכט, ווייל מיט יא שרייבן קומט מען בכל אופן אן אסאך מער.
נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 2:14 pm
דורך תרמב
מי יקום-שבת אחים איך נעם זיך אן פאר דיר! איך בין מוחה אז מ'האט דיר אויסגעשפארט!
נ.ב. לייג א וויזניצע סטעיטמענט אין די חתימה וועט מען גלייך כאפן אז דו ביזט שבת אחים....
נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 2:55 pm
דורך [NAMELESS]
כבוד הרב מי יקום,
כ'האב גרויס מיטלייד מיט אייך פאר אלעס וואס איר זענט אריבער געגאנגען אין אייער לעבן, אפשר וואלט געווען כדאי איר זאלט שרייבן וויאזוי אייערע שידוך איז צוגעגאנגען אז אנדערע זאלן זיך קענען לערנען פון אייער עקספיריענס. פארשטייט זיך נאר אויב עס גייט אייך נישט אן.
ביטע אויב איר קענט ברייטער ארומרעדן פון די נקודות.
ווען האט איר געזאגט פאר אייערע עלטערן אז איר ווילט נישט די שידוך?
איז געווען דארט איינער וואס האט ווייטער געשטופט די שידוך נאכן וויסן אז איר ווילט דאס נישט. עלטערן, שדכן, רב, אדמור?
צום לעצט, פארוואס האט איר נישט גלייך געוואלט די שידוך?
נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 5:00 pm
דורך נקודה
מי יקום.
דריי נקודות
איינס. דיין פערזענליכע איבערלעבעניש קען נישט זיין די בעסיס צו דאדזשען די דזשענעראל מהלך אמער עס איז דאך נאר איין פאל פון צווישען מיליאנען שדוכים.
צוויי. דיין פאל (ווייב איז 17 שוין נאכן האבן א קינד) איז קלאר מער עקסטרעם.
דריי. צו זאגן אז די היינטיגע מהלך איז ניי איז א ריזיגע חסרון ידיעה. ווי ווייטער מגייט צוריק און היסטאריע אלס מער פרימיטיוו זענען שדוכים צושטאנד געקומען, דער טאטע פון די כלה האט געקענט וועלן א חתן ווען ער איז פונקט געווען אין יענעם שטאט, צוזאגן א נדן, געבען לחיים און דערנאך הערשט האבן זיך חתן כלה געטראפן בלויז פאר די פארמאליטי....
נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 5:01 pm
דורך נקודה
ביי חסידים גייט די יעצטיגע סיסטעם אן זיכער שוין סאך פאר די קריג.
נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 5:06 pm
דורך נקודה
אינטרעסאנט, פאר סאם ריזען האב איך זיך דערמאן יעצט פון פידלער אן דע ראאף...
Re: אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים
נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 5:41 pm
דורך ברוינשטיין
אויב נישט היינט אפשר מארגן,
אויב נישט יעצט אפשר באלד,
ליידיגקייט זענען מיינע זארגן,
צוויי אויגן בלאנדשען אין וואלד.
די דאזיגע וואלד איז א פיסטע,
עס איז זייער סיסטעמאטיש,
זוכן קאנסטו אויב ווילסטע,
וועסט זיך שלאגן מיט פארצייטיש.
אין וואלד א טייכל איז פארהאן,
וועלכע איז וואַרעם און געהל,
די טייכל האט א זאלציגע טעם,
פארפלייצט פון אן איינציג זעהל.
בלעטלעך פון ביימער זאגן טריקן,
ס'וועט זיין גוט לאז עס גיין,
אין רעאליטעט טוען זיי פארקוקן,
באמת זענען זיי שוועבל שטיין.
די פייגלעך פליען אסאך העכער,
אפילו נישט מעגליך זיי צו גרייכן,
דאס פולט אָן מיין טרערן בעכער,
וועלכע גיסט זיך איבער אויף טייכן.
דער וואלד איז פרוכטיג מיט פירות.
כאטש זיי גיבן מיר מילעך און ברויט,
פאלן מיינע הענט אויף מיין שויס,
ווייל גאט לייגט אריין אין לעבן א נויט.
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 8:26 pm
דורך דערהויבענע איד
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דערהויבענע איד האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:שוין צייט צו טוישן דאס קעפל צו ״פארקרומטע סברות מיט וואס מענטשן ברעינוואשן זיך כדי צו פארענטפערן נארישקייטן וואס זיי זענען באגאנגען אין די אינגע יארן.״
לשיטתך איז גאנץ קאווע שטיבל אזא אייין גרויסע אשכול....
גוט מארגן אמעריקטשקע
פארגעס איין מינוט פון מיין שיטה, וואס האלטסטו, איז עס נישט טאקע אזוי?
עגרי 1000%
נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 11:37 pm
דורך קול_ביער
איך קלער, אביסל צו פארענטפערן אונזער וועג פון מאכן שידוכים... ביי א גוי וואס האט חתונה מיט זיין גויטע, איז דא איינס אדער צוויי סיבות פארוואס ער האט חתונה מיט איר, אדער נאר לשם תאווה, אדער פאר די מער ערענסטע גוים איז עס לשם פרענד אדער קאמפעניען וכדו', ממילא לויט דעם, דארף זיין א ריכטיגע און גוטע מעטש די בחור מיט'ן מיידל, ס'זאל זיין א גוטע קאמפעניאן, און דאס וואס אונז טוה מיר, אז מ'קען זיך גארנישט פון פאר דעם, מאכט דאך נישט קיין סענס, אבער ביי אונז יודן, און בפרט ביי חסידישע יודן איז דא נאך עפעס צום חתונה האבן, און לויט מאנכע איז דאס די וויכטיגסטע, און דאס איז אוועק שטעלן א נייע יודישע שטוב, די דורות זאלן זיך ווייטער צוען, עס איז אסאך מער ווי נאר דער בחור מיט די מיידל, אויב אזוי קומט צו נאך א זאך פארוואס מען חתונה האבן מיט די מיידל, און דאס סטאנדארטען, פון וועלכע סארט משפחה קומט זי, וואס זענען אירע/זיינע וועליאס וכדו', ממילא זענען מיר אסאך מער פארנומען מיט דעם ווי די עצם בחור מיט מיידל זאלן זיין א פערפעקט מעטש...
Re: אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים
נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 11:56 pm
דורך ברוינשטיין
@קול ביער פארשטייט זיך אז מ'ברויך בילדן אידישע דורות, "דאס איז דאך די עיקר!" (אין די יעצטיגע דרשה..)
אבער כדי דאס אויספירן, דארף מען זיין אויף איין בלאט, סיי ברוחניות און סיי אין אנדערע איינגעלעגנהייטן.
מ'קען נישט אנכאפן צוויי קעלבעלעך ביים גענאק, זיי איינמיירען, און בום! עטס דארפט זיך אויסקומען וויבאלד ענק האבן איין פליכט און נאר איין פליכט, דער פליכט פון אויפשטעלן א אידישע (היימישע\לויאלע) האַסקל.
קודם כל, עס לייגט זיך נישט אויפן שכל.
צווייטנס, עס ארבייט נישט ( אין אסאך פעלער)
און אויב\ווען דאס ארבייט נישט, קען מען דען אזוי בויען א תורה'דיגע נעסט'ל?
איך בין זיכער אז ביי פילע ארבייט דאס וואונדערבאר.
(אבער לבי אמר לי, לא זו הדרך...)
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יאנואר 05, 2022 12:00 am
דורך געדאנקן
ברוינשטיין האט געשריבן:@קול
איך בין זיכער אז ביי פילע ארבייט דאס וואונדערבאר.
אבער ליבי אמר לי, לא זו הדרך...
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
מי הוא זה לבי?...
Re: אונזער אלטמאדישע פארקרומטע וועג פון מאכן שידוכים
נשלח: מיטוואך יאנואר 05, 2022 12:09 am
דורך ברוינשטיין
גערעכט דאס איז נישט קיין טענה, כ'האב עס איינגערינגלט.
אבער דאס הארץ איז אויך א מיינונג, ניין?
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יאנואר 05, 2022 1:28 am
דורך ברוינשטיין
שוין, איך מיין אז מ'קייט וואסער, איז צייט אריינצוקומען מיט אן אינטערעסאנטע ( באקאנטע) שידוך (דעיט) מעשה.
(איינער האט מיר דאס נאכגעזאגט פון א באקאנטער בעל דרשן, וועלכע איך געדענק נישט די נאמען אויפן מינוט)
מ'האט געשמעוסט פון דאס און יענץ, ווען אויפן וועג אהיים האט די מיידל אָן קיין ווארענונג ארויסגעשלעפט די שליסל פון די קאר, דער אויטא איז געקומען צו אן האסטיגן אפשטעל און אנגעזייט א שווערע טרעפיק. דער בחור האט זיך נישט פארלוירן, נאר געזיצן שטיל און אויסגעווארט, עס זענען פארביי געגאנגען צוויי לאנגע מינוט אבער אנשטאט דאס מיידל זאל צוריק געבן דעם שליסל, האט זי אנגעכאפט דעם "סטירינג וויעל" און דאס גענומען פייפן.
דער בחור איז ווייטער געזעסן מיט פארלייגטע הענט שטיל ווי שניי..
דאן האט דאס מיידל צוריק געגעבן דעם שליסל, די בחור האט איר אהיים געטראגן.
איידער די מיידל האט פארלאזט דעם קאר, האט זי מיט א פרייליכע שטימע געלויטעט דאס פאלגנדע: אזא איינער ווי דיר וויל איך האבן פאר א מאן!
דער בחור האט זיך אנגערופן, א גרויסע ייש"כ פאר די קאמפלימענט, אבער אזא פרוי ווי דיר וויל איך נישט האבן פאר א ווייב, זיי געזונט, הצלחה.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 1:23 am
דורך דערהויבענע איד
קול_ביער האט געשריבן:איך קלער, אביסל צו פארענטפערן אונזער וועג פון מאכן שידוכים... ..
די אייבישטער זאל העלפן דו זאלסא אלעמאל האבן צו פארענטערן נארישקייטן וואס דו און דיין געזעלשאפט טוען.
נשלח: דינסטאג יאנואר 18, 2022 5:27 pm
דורך שמן למאור
איך האב געהערט א גוט ווארט איבער די ענין, וועל איך עס דא שרייבן,
עס שטייט 'קשה זווגו של אדם כקריעת ים סוף', וואס האבן די צוויי א שיכות?
ביים ים סוף, האבן די מצרים געזען ווי זייערע חבירים פון פארנט, זינקען איין און ים, איינער נאכן אנדערע, און מיט דעם אלעם זענען זיי ווייטער געגאנגען, אריין אונעם ים סוף, ליידענדיג די זעלבע ווי זייערע חברים,
אותו דבר ביי שידוכים, די זעסט דאך ווי יעדער פאלט אריין און די טעות פון חתונה האבן, און דאך גייסטו עס בלינדערהייט נאכטאנצן...
נשלח: מיטוואך יאנואר 19, 2022 11:58 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב געהערט ענליך אבער מער פשוט,
ביי ביידע ציטערט מען פאר דעם מען זאל נישט אריינפאלן...
נשלח: זונטאג יאנואר 23, 2022 8:36 pm
דורך געדאנקן
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 3:14 pm
דורך פראביר דעס
מונטסורי האט געשריבן:ס'לאזט זיך קלערן אויב טרעפען א בת זוג וואס זאל זיין פאסיג פאר די קומענדע זיבעציג יאר איז בכלל שייך, מענטשען עוואלווען, וואס איז פאסיג היינט וועט גאנץ מעגליך נישט שטימען אין צען יאר ארום, אלזא, פאר די אלגעמיינע וועלט ווי מ'פארשטייט גרינגער די קאנצעפט פון זיך אפטיילן ווען די קאפל איז פונאדערגעוואקסען קען צוואנציג יעריגע אינגעל מיט א מויד זיך פארן לויט זייער יעצטיגע פארשטאנד. משא"כ ביי אונז ווי א שידוך איז לעולם ועד אויף די וועלט און לנצח נצחים אין גן עדן איז שווערער אנצונעמען אז גאר אינגע מענטשען זאלן קענען מאכן גוטע לאנג-טערמיניגע באשלוסען, נישט אז עלטערע זענען פערפעקט, אבער איך קען זען די סברה אז עלטערן דארפען זיין גאר שטארק אריינגעמישט און זאגאר מאכן די שידוך פארשלאגען. אויף אזויפיל יא, די מדובר/ת דארף אויך זיין פיל מער אריינגעטון אין די פראסעס פון די סאמע אנהויב, אויך אפשר דארפען זיי מער ארויסגיין ווי ביי די ליטאים און זיי זאלן האבן די פולע פרייהייט אין זייער ענדגילטיגע באשלוס.
דאס אלעס איז געבשריבען מיט אונזער איצטיגע סטיגמא פון זיך אפטיילן, און דאס פלאשען אזויפיל געלט פאר אינגע שנוקעס וואס האבן נאכנישט פארדינט א פעני אין זייער לעבן, און דאס מאכן בעביס בשעת די אייגענע מח איז נאך ניטאמאל גענצליך אנטוויקעלט. כ'זאג נישט אז ס'איז שלעכט אזוי, אפשר איז דאס טאקע די ריכטיגע וועג, אבער דאן מוזן די ערוואקסענע זיין אינוואלווד מיט די אינגע קינדער, כנלע"ד.
ווען צוויי מענטשן וואוינען צוזאמען און זיי טוישן זיך במשך זיבעציג יאר, וועלן זיי זיך טוישן צוזאמען. דאס מיינט נאכנישט אז מ׳זאל נעמען די ערשטע מענטש וואס מ׳טרעפט פאר די אויגן אן טראכטן צו ס׳איז בכלל פאסיג אויף די מינוט.
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 3:21 pm
דורך berlbalaguleh
פראביר דאס: איינער א סאציאלאג האט עס גוט מגדיר געווען ווען ער האט געזאגט אז...,א יעדע סוקסעספול מערידזש איז א סעקאנד מערידזש. ווייל די קאפל האבן זיך עוואלווד צוזאמען. ווייל אויב נאר איינער וועט וואקסן, וועללן זיי זיך (בע"כ) מוזן אפטיילן...!
נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 2:12 am
דורך מיין אמת
תרמב האט געשריבן:תודה רבה פאר די שיינע אשכול!
די געדאנק פון צאמטרעפן אינגלעך און מיידלעך איז שוין צענדליגע אויב נישט הונדערטער מאל דערמאנט געווארן איבער די ווינקלעך פון קאווע שטיבל, דארפסט האבן א עצה וויאזוי עס איינצופירן.
די גרינגסטע וועג צו אריינברענגען יונגלעך-מיידלעך טרעפונגען, איז צו שיקען די בחורים ארבעטן ביי די 18-17 אין די אפיסעס, אין די רעשט וועט זיין היסטוריה
נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 2:25 am
דורך מיין אמת
פתחון פה האט געשריבן:תנחום האט געשריבן:די ריכטיגע און רעאליסטישטע סעלושען איז א דאטאבעיס פון יעדע רווק העכער אכצן מיט א דעטאלירטע פראפיל ווי יעדער שדכן אדער עלטערן האבן צוטריט.
B"S
סאונדט טאקע א גיטע סעלושען אבער מיט איין חילוק, אז די יונגלעך אין מיידלעך גייען אליין ארויף אויפן סייט און קאמיאניקעטען ...
נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 9:34 am
דורך תרמב
מיין אמת האט געשריבן:די גרינגסטע וועג צו אריינברענגען יונגלעך-מיידלעך טרעפונגען, איז צו שיקען די בחורים ארבעטן ביי די 18-17 אין די אפיסעס, אין די רעשט וועט זיין היסטוריה.
אז די עלטערן וועלן שיקן די קינדער אין די אפיסעס וועט ווערן א קריזיס צו טרעפן ארבעטער'ס, ס'וועלן זיין עלטערן וואס וועלן שיקן נאר אין א אפיס ווי ס'ארבעטן בעלבעתישע מיידלעך.....
נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 11:15 am
דורך היסטאריע
דער מעשה האב איך געהערט אמאהל מיט נעמען, אבער איך געדענק נישט מער מיט וועמען עס איז געוועהן.
איינער האט געוואלט פרובירען א בחור זיינע מדות, איז ער געגאנגען מיט אים שפאצירן לעבן טייך, און אים "בטעות" אריין געווארפן אין וואסער, און זיך גלייך פארענטפערט, אנטשולדיגט, אין האב געמאכט א טעות וכו'. דער בחור זאגט, אוודאי אוודאי. נישט קיין פראבלעם. און אזוי שפאצירן זיי ווייטער, האט דער בחור אריין געווארפן דער טאטע פין דער מיידל אין וואסער, און דער בחור מאכט דער זעלבער מינע, אנטשולדיקט איך האב איך בטעות אריין געווארפן אין וואסער, נישט געמיינט חלילה.
וואס איז געווארען? דער טאטע האט געזאגט, אזא בחור דארף איך פאר א איידעם!!!